דער טיטאניק איז א פילם וואס איך בין זיכער אז ווער סהאט נאר אמאל זיך מורה היתר געווען צו וואטשן א פילם האט דאס שוין געזען, און פיגורירט געוויס אויף אלעמענס ליסטע אלס איינס פון אויב נישט די סאמע בעסטע פילם.
די טיטאניק איז בשעתו געווען די פילם וואס האט געלייזט די מערסטע געלט אוו אל טיים און האט פארכאפט די וועלט אין א סורפרייז. די דריי שעה'גע אהבה-געשיכטע באזירט אויף דעם טרויעריגן שיקזאל פון דער טיטאניק זינקונג, נעמט איבער יונג און אלט, און אויב האט איר דאס נאכנישט געזען זייט וויסן איר פארפאסט עפעס.
איך געדענק דאס ערשטע מאל איך האב דאס געזען האט עס מיר אזוי באנומען אז הענט און פוס האבן מיר געציטערט און איך האב נישט געקענט מסיח דעת זיין דערפון פאר לאנגע טעג. טרערן זענען מיר גערינען אומאויפהערליך אויף דעם העאראישן-ביטערן סוף פון דעם באליבטן קערעקטער מיטן נאמען זשעק דאוסען...
אין גאנג פון יין שרף'ס אינציאטיווע צוריקצוברענגען עפעס א נארמאלע צורה פאר קאווע שטיבל אויסער די פארשאלטענע נושא פון עפעס א דרשה דורך עפעס א מענטש און עפעס א ישיבה איבער עפעס א נושא, וועל איך פרובירן אראפצוברענגען פארשידענע אינטערעסאנטע פאקטן איבער דער מאכונג פון טיטאניק:
א) ווי אנדערע האבן שוין ערווענט האט דאס אפגעקאסט די פאנטאסטישע סומע פון 200 מיליאן דאלער, וואס איז אין פאקט מער ווי די קאסטן פונעם טיטאניק זעלבסט.
ב) ווי דער מייסטער דירעקטער און פראדעצירער זשעימס קאמאראן האט דערציילט, האט די סטודיא אריגינעל געוואלט א צווייטן אקטיאר פאר די ראלע פון זשעק, קאמאראן האט זיך אבער איינגעעקשנט צו נעמען דווקא דיקאפריא וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דער פאסיגער אויסוואל.
ג) די ברוכווארג פון דעם טיטאניק וואס ווערט געוויזן, איז פון דער אריגינעלער טיטאניק.
י) דער כאראקטער פון זשעק איז באזירט אויף פיקציע און לויט די סקריפט איז ער אפילו נישט געווען א טייל פון די אפיציעלע מיטרייזנדע נאר האט זיך מיטגעמאכט די לעצטע מינוט נאכן געווינען א בילעט. איראניש, אז אויפן טיטאניק האט זיך ווירקליך געפינען א פאסאנזשיר מיטן נאמען זעי. דאוסען. זיין קבר ווערט יערליך באזוכט דורך טויזנטער מענטשן און איז דאס מערסט באזוכטער קבר אין יענעם בית הקברות.
יא) ווען די קאסטן פון דעם טיטאניק זענען אריבער אלע גרעניצן און די אינוועסטירער האבן זיך אנגעהויבן זארגן האט קאמאראן פארציכטעט פון זיין געהאלט און א טייל פון זיינע צוגעזאגטע פראצענטן אלעס אז די פראדוקציע זאל ווייטער אנגיין.
יב) עס איז דאן געווען איבעראל באריכטעט אז האליווד ערווארט די גרעסטע באקס אפיס פלאפ.
יג) קאמאראן האט דערציילט אין דער אינטערוויו אז יעדער טריק אין פילמירונג וואס איז נאר דא אין די ביכער איז גענוצט געווארן פאר דעם פילם.
יד) ווען עס איז אויסגעקומען איז עס געוויזן געווארן אזויפיל מאל אין די טעאטערן, ביז די פילם רעדלעך זענען פשוט אפגענוצט געווארן און די קאמפאני האט געדארפט שיקן פרישע.
טו) קאמאראן האט פינף יאר - - פון די לעצטע טערמאנעיטאר פילם - - שטודירט די היסטאריע פון דעם טיטאניק זיך צו האלטן דאס מערסטע אקוראט צו דער אריגינעלער געשיכטע.
טז) ווען די פילם איז אויסגעקומען אין 3d אפצייכנענדיג פופצן יאר, איז קיין זאך נישט געטוישט געווארן בלויז איין זאך. די שטערן אויסשטעל אויפן הימל צו וואס ראוז קוקט שווימענדיג אויפן וואסער אויף אן אראפגעבראכענע טירל. דאס איז געקומען נאך די פארשלאגע פון אן אסטראנמער וואס האט פארגעשטעלט וויאזוי די שטערן האבן ווירקליך אויסגעזען יענע נאכט.
כד) איראניש אז טייל מיטרייזנדע אויפן קאסטא קאנקארדיע שיף וועלכע האט געזינקען נעבן די ברעגעס פון גיגליא, איטאליע, האבן אנגעגעבן, אז אט דער ליד האט געשפילט אויפן שיף דורכאויס די עקסידענט וואס האט שפעטער געפירט צו איר זינקונג.
ווען די פילם איז אויסגעקומען אין 3d אפצייכנענדיג פופצן יאר, איז קיין זאך נישט געטוישט געווארן בלויז איין זאך. די שטערן אויסשטעל אויפן הימל צו וואס ראוז קוקט שווימענדיג אויפן וואסער אויף אן אראפגעבראכענע טירל. דאס איז געקומען נאך די פארשלאגע פון אן אסטראנמער וואס האט פארגעשטעלט וויאזוי די שטערן האבן ווירקליך אויסגעזען יענע נאכט.
"בעסטער פילם" איז צו א ברייטער אויסדרוק צו געבן איין ענטפער אבער אוואטאר, אויך פון קעמעראן, האט איבערגעשטיגן טיטאניק מיטן פארדינען די מערסטע געלט אין די היסטאריע פון פילם