☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מאכן א חפצא פון דעם בין גברא לגברא

מאכן א חפצא פון דעם בין גברא לגברא

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6781

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:53 pm

· #211355
מאכן א חפצא פון דעם בין גברא לגברא
מ'הערט כסדר פון מענטשן ווי זיי רעדן זיך אפ אויפן לעבן. דעם גייט נעבעך נישט פרנסה, דער איז דעפרעסט, א דריטער מיט די קינדער, אא"וו. אזוי איז עס, אדם לעמל יולד, ס'דרייט זיך א וועלט, און אונז זענען אלע סטאק אויפן ראלעקאסטער.

די פאקט אז די מציאות איז אזוי, מיינט אבער נאכנישט אז א מענטש דארף זיין ביזי מיט זיינע פראבלעמען א גאנצע צייט. די באשעפער האט אונז געגעבן גאר געשמאקע ספעיסעס פון גוטס, דעם בין גברא לגברא. צווישן פראבלעמען איז דא א לעכטיגע שבת, א פרייליכע יום טוב, און אפילו סתם טעג וואס אלעס גייט גוט, און מ'איז אין א גוטע מאוד.

לעצטענס האב איך געשמועסט מיט א חבר וואס ליידט שטארק אויף דיפרעשאן. יעדע פאר טעג איז ער אין א מרה שחורה. לכבוד דעם איז ער א גרויסע בטלן, און האט כסדר תירוצים ווען ס'קומט צו יעדע השתדלות וואס ס'פאדערט זיך. איז מיר בייגעפאלן די מהלך המחשבה, ווער זאגט דו דארפסט מאכן א חפצא, א ביג דיעל פון דיינע שווארצע זמנים, פאקעס אויף די זמנים וואס ס'איז דיר ליכטיג. פיל אן די הויכע זמנים מיט השתדלות און מיט שמחה. מאך א חפצא פון דעם בין גברא לגברא, און נוץ די זמנים הנאה צו האבן פון לעבן.

ס'איז יתכן אויב א מענטש לעבט טאקע אזוי, ער פילט אן זיינע גוטע זמנים מיט תכלית, וועלן זיך די זמנים פון בין גברא לגברא פארשפרייטן, און מיט די צייט צונעמען פון די שווארצע זמנים, פשוט ווייל ער וועט לעכצן צו בלייבן מיט'ן קאפ ארויף, ווייל ער וויל ווייטער פילן דעם גוטן טעם, און ממילא וועט די מרה שחורה ווערן געשטופט צו די זייט.

שטייט אין פסוק אין פרשת וישלח, וַיִּתֵּן בְּיַד עֲבָדָיו עֵדֶר עֵדֶר לְבַדּוֹ וַיֹּאמֶר אֶל עֲבָדָיו עִבְרוּ לְפָנַי "וְרֶוַח תָּשִׂימוּ בֵּין עֵדֶר וּבֵין עֵדֶר". קען מען זאגן אזוי, עדר איז א לשוך העדר, ד"ה ליידיגקייט, א מענטש זאל לייגן ריוח צווישן איין העדר און דעם צווייטן העדר, דעמאלסט איז דא עפעס האפענונג אז ער וועט מיט די צייט גרעסער מאכן די ריוח צווישן די ליידיגקייט, און וואקסן מיט וואס ער דארף וואקסן.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יולי 10, 2014 10:24 pm

· #211359
זייער שיין, רויטע.

די בעלי מוסר זאגן פאר איינער וואס טענה'ט אז ער האט נישט קיין צייט צו לערנען ספרי מוסר, אז אויב ער וועט לערנען ספרי מוסר וועט ער זעהן אז ער האט יא ציי... לענייננו, כיהודה ועוד לוואנצעס, אויב מען לאזט אריין אביסל לעכטיגקייט פון א חיים טובים ווען ס'מאכט זיך, וועט מען איינזעהן אז נאך זאכן טויגן אויכעט, ועתידה יום טוב זה להתפשט לכל הימים להיות טובים כמותו.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 10, 2014 10:46 pm

· #211364
ורוח תשימו בין עדר, אמר יעקב לפני הקב"ה רבונו של עולם אם יהיו צרות באות על בני לא תביא אותן זו אחר זו אלא הרוח להם מצרותיהם - מדרש רבה.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 10, 2014 10:49 pm

· #211365
געוואלדיגע צושטעל פונעם מדרש.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 11, 2014 11:05 am

· #211433
למעשה טענה'ן מענטשען נאך אלע מעשיות לאזט מרה שחורה א שטארקע השפעה אויפן מענטש, און אפילו שפעטער ווען ס'ווערט בעסער, ליגט מען נאך אין שווארצקייט, און ס'איז זייער שווער די התנערי מעפר קומי.

@ונבנתה העיר האט ערגעץ געשמועסט וועגן דעם ענין (אויב איינער קען אהער לינקן, א דאנק) וועגן מעדעטעישאן / לעבן אין די מאמענט. דאס איז א געוואלדיגע tool און עקסערסייז צו לערנען דעם מח צו לעבן און הנאה פונעם מינוט. יא, ס'נעמט אפאר מינוט א טאג, אבער אודה ולא אבוש, כ'האב עס פראבירט אפאר מאל און ס'איז א אמת'ע stress reliever. ס'העלפט דעם מענטש לייגן זיין אפסעסיע פונעם עבר און דעם עתיד אויף האלד, און לערנט דעם מח צו לעבן און הנאה האבן אין די מינוט.

בר דעת » פרייטאג יולי 11, 2014 11:28 am

· #211435
רויטע, די מאמר און די קעפל זענען געוואלדיג

ונבנתה העיר » פרייטאג יולי 11, 2014 12:28 pm

· #211443
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/202482">viewtopic.php?p=202482#p202482</a><!-- l -->

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/203035">viewtopic.php?p=203035#p203035</a><!-- l -->