המשגיח רבי דן סגל טייטלט אויך אויף די מתנחלים
נאך שטורעמישע טעג איבער די וועלט'ס פרעסע און צען שטורעמישע אשכולות דא אין ק''ש איבער די ארויסטריט פון די רבי מהר''א מ'סאטמאר קעגן די מעשי ההתגרות פון די מתנחלים, האט די משגיח הרב דן סגל אויך שארף ארויסגעטרעטן קעגן די התגרות באומות פון די מתנחלישע גרופעס, און באשולדיגט זיי אין די ביטערע סוטיאציע, און נאר אדאנק זיי איז געשעהן די דריי שוידערליכע רציחות וואס האט געברענגט אזעלכע ביטערע נאכפאלגען.
ביי א דרשה? געשריבן א בריוו?
קום אריין קלארער
אגב דערציילט מיר די וואך א איד וואס האט געהערט ממקור ראשון
הגאון רבי דוד סאלאווייטשיק האט אויסגעהערט די דרשה פון האדמו"ר מהר"א שליט"א, און נאכן ענדיגן רופט ער זיך אן:
אלעס פיין געזאגט, איין נקודה האט ער נישט געדארפט זאגן
וועלכע?
הלמאי ער רופט דאס אן מיטן נאמען 'ישיבה', א פלאץ פאר מזרחי'סטישע בחורים איז נישט קיין ישיבה
א קינד קען זיך אמאל באמאכן, א שוטה באמאכט זיך בציבור, אין דער משגיח מיינט אז דער דרעק איז גאר א בית הכסא אין אין מוסיף נופח מדיליה אויפן זעלבער פלאץ.
שוואכע נחמה, אפי' לפי הגירסה האט דאך ר' דן נישט גערעדט צו די עלטערן, וואס "נאר" דאס איז די ווייגעשריי, די לינקע באשולדיגן אויך די מתנחלים
איים סארי מיינע קאמרעדן ארונים, כ'האלט מיך דערווייל ביי דאס מייניגע וואס איך האב געהאלטן פון די ערשטע מינוט, אז ר' אהרן וואלט נישט געדארפט רעדן צו די עלטערן,
סתם צו האלטן חשבון ווי האלט מיר ביי אשכול 10 אדער 11?
ביי נומער 1 עס איז די ערשטע דרשה דירעקטירט צו די אחראים על הרציחות, נישט צו די מתאבלים וואס זענען נעבעך מושפע פון א סאסייעטי מיט רע-בנים.
איך קען א יוד גאר א חשובער יוד היינט א זקן, וואס האט מיר געזאגט בשעת דע רבי זי"ע האט געזאגט "נישט צי גיין צום כותל", זאגט דער יוד צי מיר שטילערהייט, "דאס וואלט דע רבי נישט געדארפט זאגען" (ברבים האט ער דאס נישט דערוואגט צי זאגען) איך וויל זיך טרעפען מיט דעם יוד אין עם דערמאנען זיינע ווערטער, בד"וו, דער יוד איז היינט א שונא פאר רבי אהרן,
איך בין נייגעריג זיין ריעקשען צי רבי אהרן'ס דרשה,
מצא מין את מינו. א באנדע מטורפים מיט לאנגע בערד.