☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » יואל מאטוועיעוו

יואל מאטוועיעוו

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6760

נהורא נפישא » דינסטאג יולי 8, 2014 2:22 am

· #210726
יואל מאטוועיעוו
מאטוועיעוו איז געבוירן אין לענינגראד (רוסלאנד) אין 1976, אלס קינד האט ער ארויסגעוויזן גאר גרויסע טאלאנטן אין נאטורליכע סייענס, אין אוניווערסיטעט האט ער שטודירט מעטאמאטיקס און פיזיקס, מיט דער צייט איז אים נמאס געווארן די מאטיריעליסטישע צוגאנג פון אקאדעמיע און האט באשלאסן איבערצולאזן זיינע פורמאלע שטודיעס אין זיך ארויסלאזן אויף א ספיריטואלע נסיעה.

מאטוועיעוו האט זיך אנגעהויבן פאראינטערסירן אין אידישע מיסטיציזם ווי אויך פון אנדערע טראדיציעס ווי שאמיניזם, סופיזם, טיבעטן בודהיזם, ווי אויך האט ער זיך געלערנט אידיש און העברעאיש.

מאטוועיעוו איז א שטיצער פון א מעטא-רעליגיעזער פיליזאפיע וואס קאמבינירט א פראגרעסיווע און סאציע-פאליטישע בליק, קאנטעמפארערי סייענס, ארטיסטישע שעפערישקייט, פערזענליכע מיסטישע דערפארונגען און מאדערן פיליזאפיע.

מאטוועיעוו איז אן אנארכיסט, ווי אויך א הומאניסט און איז פארבינדן מיט אנטי-ציוניסטישע אקטיוויטעטן זייענדיג א שארפער קעגנער פון נאציאנאליזם, ווי אויך גלויבט ער און א פאנטאיסטישע טיאלאגיע, לויט זיין פיליזאפישע בליק דארף מען ליבן דאס מענטשהייט אפגעזען צו וועלעכע רעליגיע אדער קולטור זיי געהערן זיך אן, כדי צו לעבן אין הארמאני מיט די נאטור.

מאטוועיעוו וואוינט היינט צוטאגס אין סטעטאן איילאנד, און שרייבט פארן פארווערטס.

גייענדיג אמאל מיט א חבר אין בדיקת חמץ נאכט אויפן גאס אין וויליאמסבורג האבן מיר באמערקט א איד מיט א דאשיק קויפן האנד מצות, צו אינז איז דאס צורה געווען קענטליך, מיר האבן באלד געהאט א חשד אז דאס איז נישט קיין אנדערער ווי יואל מאטוועיעוו מיט זיין פרוי, מיר זענען צוגעגאנגן צו אים, א שווערע ביר גערוך איז אים געווען ארומגענומען, און מיר האבן אים אנגעפרעגט צו ער איז טאקע מאטוועיעוו, פון וואס ער איז קענטליך געווען פארוואונדערט. מיר האבן אים פארציילט אז מיר ליינען זיינע ארטיקלן אינעם פארווערטס, מיר האבן אביסעלע געשמועסט, ווי ער האט אונז בתוך הדברים פארציילט אז ער איז אויפן וועג קיין מאנסי ווי ער איז איינגעלאדענט געווארן אויף יו"ט ביי נישט קיין אנדערן ווי הרב ישראל דוד ווייס, א באקאנטער נטורי קרתא אקטיוויסט! וואס אייגענטליך ברענגט זיי צוזאם? אנטי-ציוניזם!! כאטש זייער קעגנערשאפט שטאמט פון אן אנדערען קוק ווינקל.

אינטערסאנט איז, אז מאטוועיעוו דריקט אויס אין זיינע ארטיקלן פיל סימפאטיע פאר סאטמארע חסידים, און געט זיך אן אלס איינער וואס איז נאנט באפריינדעט מיט א סאך פון זיי.

דא קענט איר ליינען ארטיקלן וואס ער האט אנגעשריבן פארן פארווערטס ווי איר קענט שעפן א שלל פון ידיעות.

ווער ס'ווייסט אביסל מער איבער דעם מאדנעם פערזענליכקייט ווערט געבעטן זיין אזוי גוט און מיטטיילן.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 8, 2014 3:10 am

· #210730
ער דריייט זיך ביי טשולענט?

יואליש » דינסטאג יולי 8, 2014 3:33 am

· #210731
דערמאנסט מיך טאקע אז ערגעץ אין מיין שראנק איז פארווארפן א געבארגעטע בוך וואס באלאנגט צו מאטוויעוו. העמיר מארגן מקיים זיין והשיב את הגזלה.

דאכט זיך ער פלעגט וואוינען אין מאנסי און געשיקט די קינדער אין חרידיש'ע שולע. ער האט זיך פונאדערגעשיידט פון דאס ווייב נאכדעם וואס ער האט פארלאזט רעליגיעזע פראקטיצירונגן.

נהורא נפישא » דינסטאג יולי 8, 2014 3:51 am

· #210733
לעיקוואד
ער דריייט זיך ביי טשולענט?

כ'האב נישט קיין השגה