רואיגקייט ווינקל! אינטרעסאנטע פאקטען און נאך
101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6758
סמבטיוןא פערד קען נישט ברעכן.
אילו לא באתי לק"ש אלא בשביל זה, דיינו
@יין שרףכאטש מ'האט באסיסטעמט דיין אשכול מיט אלע סארטן פאקטן פון הסיסטעם ואביזרהו, אבער דו גיי אן, עס איז געווען זייער אינפארמאטיוו.
נישט געווען היינט אזא היציגע טאג דא אין שטיבל, צו דארפן בארואיגן די געמיטער...
41] א זכר פערדל האט פערציג ציינער, און א נקבה פערדל האט נאר זעקס און דרייסיג...
42] א יעדע צוויי וואכן פראדעצירט די מענטשליכע בויך א נייע שיכט פון mucus (א סארט שליים), וואס אן דעם וואלט די גאנצע בויך ח"ו פארדייט געווארן פון די שארפע ענזיימס וואס עס פראדעצירט, צו פארדייען די עסן.
43] אויב לייגט מען אריין א ראזינקע אין א גלעזל פון פרישע שאמפניע וויין, וועט עס פארן ארויף און אראפ הלוך וחזור.
44] און "עווערידש" ווערן יעדעם טאג צוועלעף ניי געבוירן קינדער איבערגעגעבן צו די נישט ריכטיגע עלטערן...
45] פינלאנד האט פארבאטן די קאמיקס פון "דאנעלד דאק" וויבאלד די קערעקטאר איז אן הויזן...
46] און די אכטצען הונדרעט יארן, פלעגט מען פארקויפן "קעטשאפ" אלס רפואה...
47] "upper case" אותיות און "lower case" אותיות ווערן גערופן אזוי, ווייל אמאל ווען מען פלעגט אויסשטעלן די בלעכענע אותיות באזינדער אין א "פרעים" צו דרוקען, איז די "אפער קעיס" אותיות געליגן און א קעסטל אויבן, און די "לאעור קעיס" אונטען...
48] Leonardo da Vinci האט געקענט מאלען א בילד מיט איין האנט, און שרייבן מיט די צווייטע האנט, אויף איין מאל! אויך האט ער אינווענטעד די שערל!
49] אויב לייגט מען איין טראפ "ליקער" אויף א סקאפיען (עקרב) וועט ער זיך אליין שטעכן ביז צום טויט!
50] אויב האסטו דריי קוואדערס, פיר דיימס, און פיר פעניס, פארמאגסטו $1.19, דאס איז די מערסטע מטבעות וואס מען קען האבן אויף א מאל, אבער נישט קענען אויפטוישן פאר א דאללער!
וואס איז פשט פון #49?
אפשר צייכנסטו מיר אן עפעס א מקור דערצו?
שמעקעדיגוואס איז פשט פון #49?
אפשר צייכנסטו מיר אן עפעס א מקור דערצו?
ס'איז גירסא דינקותא..... אסאך אויפן געוועב לייקענען עס טאקע.
קוק
דא אדער
דא אן קיין מקור
21) רוב מענטשן דרייען זך ארם בערך 40 מאל א נאכט אין זייער שלאף.
22) 15 ביליאן פאפיראסלעך (ציגארעטן) ווערן גערייכערט אלוועלטליך איעדן טאג.
23) סע נעמט 20 מעניט פאר דיין מח צי רעגיסטרירען אז די מאגן איז שוין פוהל.
24) במשך א מענטש'ס לעבן וועט ער עסן 2222 טשיקענס, 1 שעפסעל, 6 קאטשקעס, 9 קיען, אין 63 אינדיגס.
25) 88.8 פראצענט מענטשן, פיהלן בעסער נאך זיך אויסוויינען.
26) אויב דרייט מען ארים די ווערטער mother-in-low, ווערט פין עס woman hitler.
27) 95 פראענט מענטשן טעקסטן זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געזאגט פריזענליך.
28) א עוורידזש פרוי ספענד 5 טעג א יאהר זיך אנקיקען אין שפיגעל.
המשך יבא בע"ה
פון וואו נעמסטו #27?
פון גאלאנטער רב?...
שבת אחיםאז רוב חרדישע אידן וואס וואוינען אין אויסגעצאלטע הייזער הייסן געוונטליך טייטלבוים האלבערשטאם האגער טווערסקי
אז די ארבעט פון די ״מקוה איד״ ווערט געטוהן 99 פראצענט דורך א ״גוי״
אז ציווישן 1985 ־ 1960 האט יעדע איד געהאט 3 געילע באטלעך אין די בעיק פון זיין סטעישאן וואגן
אז ביז 70 יאהר צוריק האבן ס׳רוב חסידישע אידן נישט געהאט קיין בערד
אז דאס איינציגסטע מאהל וואס דער ״מוכר״ באקומט גארנישט און ער דארף נאך באצאלן איז ביי מכירת חמץ...
המשך יבוא
אז רוב מענשטען אין די וועלט וואס ליידן פון עצירות געבן נישט קיין ש...ט
אז די מאווי ״קאַנצטעפעיט״ (constipate) איז למעשה קיינמאל נישט ארויסגעקומען
אז ס׳רוב מענטשען וואס טראגן שטריימלעך ווייסן נישט פון ווי ס׳נעמט זיך און וואס די מקור איז
אז נח איז בכלל נישט געוועהן בלינד
אז רוב אידן ביים סדר עסען למעשה מעהר ווי א כזית פון די גרינצווייג
אז א עוורידזש חסיד איז שוין געווהען לכה״פ 6 מאל אין א״י 14 מאל אין מיאמי 2 מאל אין ווילעדניק 4 מאל אין ליזענסק
המשך יבוא
... און 200 מאל אין ביקור חולים רום.
29) טרערן זענען 1 פראצענא וואסער אין 99 פראצענט געפיהלן.
30) לאכן איז איבערשטעקיג. (contagious).
31) יעדע נאכט 40 פראצענט פין אלע האטעל צימערן אין אמעריקע בלייבט ליידיג.
32) קאלטע וואסער וועיגט מער ווי הייסע וואסער.
33) 40 פראצענט פרויען זענען מודה אז זיי האבן שוין געווארפען שיך אויף די מענער.
34) מער ווי 800,000 מענטשן ווערן יערליך ארעסטירט פארן האבן דראגס אין זייער באזיץ.
35) 13 פראצענט אמעריקאנער האבן שוין פאברענגט א נאכט אין חד גדיא.
36) א קנאפע 21 פראצענט אמעריקאנער מאכן זייער בעט טעגליך.
37) 10 פראצענט פין די וועלט פאפעלאציע זענען געלינקטע.
38)די לענגסטע מענטשליכע מעוברת אין היסטאריע איז 17 מאנאטן מיט 11 טעג.
39) אין אמעריקע ווערט געגעסן דארעכשניטלעך א טאג 18 עקערס פיצא.
40) אין אלעבאמא אין נישט לעגאל צי טראגען א פאלטשע שנארץ, ווייל עס פירט צי צו געלעכטער אין קירכע.
41) די וועלטס העכסטע בוים איז 369 פוס הויעך, צוויי מאל אזוי הויעך ווי די statue of liberty.
42) מער געלט ווערט געשפענד יערליך אויף אלכעהאל אין ציגארעטן ווי אויף לייף אינשורענס.
43) א 4 יעריג קינד פרעגט אן ערך פון 437 פראגעס א טאג.
44) 42 פראצענט אמעריקאנער קטן'ען אין די שאוער.
45) ביים ארויף גיין א טרעפ, ניצט א מענטש 200 מוסקלען.
46) מער געלט ווערט טעגליך געפרינט פאר די מאנאפעלי געים ווי פאר די אמעריקאנער טרעזשערי.
47) בערך 8 פראצענט פין דיי וואג איז בליט.
48) איבער 6 ביליאן טעקסט מעסעדזעס ווערן טעגליך געשיקט.
המשך יבא בע"ה
סמבטיון
33) 40 פראצענט פרויען זענען מודה אז זיי האבן שוין געווארפען שיך אויף די מענער.
44) 42 פראצענט אמעריקאנער קטן'ען אין די שאוער.
און די איבריגע פראצענט זענען ליגענערס...
וואס איז טאקע פשט? זיי ווארפן עס פאר כעס? און ווער האט אדורכגעפירט די לעכערליכע שטודיע?.. אדער די שטודיע #44?
ברוך אלקינו שהבדילנו מן התועים, ביי אונז אידן ווארפט מען נישט קיין שיך אויף די מענער, בפרט אין די אומריינע טעג...........
49) דיין מח איז 75 פראצענט וואסער
50) 3 יאהר פין דיין לעבן וועט ווערן פאברענגט אין טוילעט
51) עס איז פארהאן 6800 שפראכן אין די וועלט.
52) ווערן איגנארירט טריגערט די זעלבע ריאקציע אין די מוח ווי עקספיריענסן פיזישע ווייטאגן.
53) די עוורידזש צייט א פרוי קען האלטן א סוד איז 47 שעה מיט 15 מעניט.
54) דזאן עף קענעדי האט איינגעקויפט 1200 קובאנער ציגארעטלעך הארט איידער ער האט עס פארבאטן.
55) קעז איז די מערסט געגאנבעטע עסענווארג אין די וועלט.
56) מאסקיטאס באגניגן זיך נישט מיט די עצם בליט צאפונג, זיי קטנ'ען באותו מקום תיכף נאכן סאק.
57) אויב מאכסטו א האפטשו אימיטען דרייווען ביים פארען 70 מייל א שעה, וועסטו האבן געדרייווט 300 פוס מיט פארמאכטע אויגן.
58) נאך וואס צוויי דזיראפען שלאגן זיך ארים, זענען זיי עוסק בבנינו של עולם..
59) א פריינטשאפט וואס האלט זיך פאר 8 יאהר וועט געווענליך בלייבן אויף אייביג.
60) אין 1970 איז געוועהן די העלפט סכום פין מענטשן וויפיהל סע דא יעצט.
המשך יבא בע"ה בל"נ.
נומבער 55 , איז נומבער 37
סדארף זיך ענדיגן מיט 'נט'.
51] קייען "גאם" ווען מען שיילט צוויבל, פארגרינגערט די טרערן.
52] "סעלערי" האט נעגעטיווע קעלעריעס! עס נוצט מער קעלעריס צו עס קייען, ווי וואס עס פארמאגט, ממילא פארלירט מען ווען מען עסט דאס, די זעלבע איז מיט עפל.
53] די קלעבאכטס פון די ישראלישע פאסט מארקס (stamps) איז כשר מיט א הכשר
54] מיליאנע גוים גלייבן, כדאי א עסן זאל זיין "כשר", דארף א "סירטיפייד ראביי" עס בענטשען...
55] "גינעס ביכל פון רעקארדס" האלט די רעקארד פון די מערסט גע'גנב'עטע ביכל פון לייברעריס...
56] ג' טבת, איז די איינציגסטע טאג און די אידיש יאר, וואס אמאל איז עס א יו"ט און אמאל נישט...
57] queue איז די איינציגסטע ווארט אינעם ענגלישן דיקשאנערי, וואס ווען מען נעמט אוועק די לעצטע פיר אותיות, זאגט מען עס ארויס די זעלבע...
58] Almost איז די לענגסטע ווארט אין ענגליש, וואס די אותיות גייען כסדרן...
59] Rhythm איז די לענגסטע ווארט אין ענגליש, וואס האט נישא קיין איין .vowel
60] די מענטשליכע הארץ קלאפט איבער 100,000 מאל א טאג.
פיינע סחורה
@יין שרף.
כ'פארשטיי נישט פארוואס
@נהורא נפישא מאכט חוזק פון ר' חיים גריינמאן.
קאווע טרינקער, כ'פארשטיי נישט ווי די זעסט דא גריינמאן, נאר זעהט אויס אז די האלטסט עם פאר א קנאפער חכם.
61] די דיכט ביין פון א מענטש איז שטערקער ווי קאנקריט!
62] די מערסט גענוצטע נאמען פאר א גאס איז "סעקאנד עוועניו"...
63] אין "אייסלאנד" איז פארבאטן צו פארמאגן א הינטל...
64] א מענטש קען זיך נישט נעמען דאס לעבן דורך איינהאלטן די אטעם...
65] די ריפן ביינער רוקען זיך יעדעס מאל מען אטעמט...
66] א עלעפאנט איז די איינציגסטע בעל חי, וואס קען נישט געבן א שפרינג.
67] די נעגל פון די הענט וואקסט פיר מאל שנעלער ווי די נעגל פון די פוס...
68] א פרוי בלינקט איין א האלב ביז צוויי מאל אזוי סאך די אויגן ווי מענער...
69] היטלער יש"ו איז געווען א "וועדזשעטיריען" און האט פארמאגט נאר איין טעסטיקל... (גיי ווייס...)
70] האניג וועט קיינמאל נישט פארדארבן ווערן...
יין שרף1] 882 פיס מיט 9 אינטשעס, איז געווען די לענג פון די טיטאניק שיפל.
2] 10,000 לעמפלעך זענען געווען דעראויף.
3] 52,310 טאן האט די שיף אליין געוואויגען.
4] 20 שטארקע פערד, האבן צוזאמען געדארפט שלעפן, נאר די אייזערנע אנקער פון די שיף. די שיף האט פארמאגט צוויי אנקערס.
5] עס איז געווען די גרעסטע "מענטשליכע זאך" פרודוצירט צו ווערן ביז דאן, וואס האט געקענט געריקט ווערן.
6] איבער 15,000 ארבעטארערס, האבן געארבייט אויפן שיף.
7] די שיף איז פראדעצירט געווארן אין איירלאנד.
8] די שנעלסטע וואס די שיף האט געקענט שווימען איז עטוואס שנעלער ווי 26 מייל-פער-שטונדע.
9] די טייערסטע "פירסט קלעס" בילעט האט געקאסט $4,350 (בערך $69,600 היינטיגע צייטן)
10] די פירסט קלעס "סמאוקינג עריע" איז געווען נאר פאר מענער...
11] די טיטאניק האט פארמאגט אויפן שיפל, 20,000 באטלעך ביר און מאלט, 1,500 באטלעך וויין, און 8,000 סיגארן, פאר די באנוץ פון די "פירסט קלעס" פאסאנדשירן...
12] די לעצטע מאלצייט צו סערווירט ווערן אויפן שיפל, איז געווען פון 11 קארסען...
13] בערך 60% פון די ערשטע קלאס פאסאנדשירן האבן איבערגעלעבט די קראך.
14] די "צווייטע קלאס" פאסאנדשירן, זענען שענער סערווירט געווארן ווי די "ערשטע קלאס" פאסאנדשירן פון סיי וועלכע אנדערע שיף.
15] 900 טאן האבן געוואויגען אלע פאסאנדשירן און פעקלעך.
16] די אייז בארג איז געווען 32 דעגרי, דאס איז 4 גראד ווארימער ווי די וואסער וואס איז געווען נאר 28...
17] די וואסער איז געווען אונטער די "פריזינג פאונט" אבער איז נישט געווען פארפרוירען, ווייל די וואסער האט פארמאגט צו סאך זאלץ.
18] די שיף איז געווען 175 פיס הויעך אין די אייז בארג נאר 100 פיס.
19] 92 פיס ברייט איז די שיף געוועזן.
20] 3,500 גרויסע בעגס פון פאסט איז נעבעך פארלוירן געגאנגען ביים קראך...
61) אין לאס אנדזעלעס זענען פארהאן מער קארס ווי מענטשן.
62) שטערן פיש האבן אן אויג ביים ענד פין יעדן ארעם.
63) מעקסיקא סיטי זינקט יערליך איין 8 אינטשעס.
64) 55700 מענטשן אין אמעריקע ווערן געשעדיגט דארך צירונג יאהר יערליך.
65) עס זענען דא 284 טוילעטס אין די פענטיגאן.
66) עס איז אומעגליך צי וויינען אין ספעיס. טרערן פאלן נישט אראפ.
67) א קנאפע 2 פראצענט אויף די וועלטס פאפעלאצינ האבן גרינע אויגן.
68) קאנאדא האט איבער 3 מיליאן טייכן.
69) 90 פראצענט מענטשן זענען מער נישט קיין פרענדס מיט וועם זיי האבן אמאל קאנסידערט אלטס א בעסט פרענד.
70) 90 פראצענט מענטשן לאכן שטערקער ווען זיי טרייען מסביר צי זיין פארוואס זיי לאכן.
71) אויב די מענטשליכע אויג וואלט געוועהן דיגיטאליש, וואלט עס געהאט 576 מעגאפיקסעלס.
72) lol פלעגט מיינען פאר די אינטערנעט LOTS OF LOVE.
73) 70 פראצענט פון די מערסטע סוקסעספולע ביזנעסלייט אין היסטאריע, האבן אנגעהויבן זייענדיג א דראפאוט פין סקול אדער קאלידזש.
74) 91 פראצענט סקיפען די ערשטע סלייס ברויט נאר ווייל סע נישט שיין.
75) MADE IN CHINA סטיקערס ווערט געמאכט אין קוריאה.
המשך יבא בע"ה בל"נ.
זייער אינטרעסאנט. יישר כח!
סמבטיון
56) מאסקיטאס באגניגן זיך נישט מיט די עצם בליט צאפונג, זיי קטנ'ען באותו מקום תיכף נאכן סאק.
דאס מאכט צו דעם וואונד און לייגט אריין דעם ציפ וואס הייבט אן צו ציפן אפאר סעקונדען נאכן בייס ווען ער האט שוין אפגעטראגן..
אינטרעסאנט... אזויפיל קטנ'ען זיי?.............
71] אין יאר 1383 האט מען געהאנגען א "דבר אחר" אין פראנקרייך, פארן מארדן א קינד...
72] א פערטל פון די ביינער פון א מענטש, איז אין די פוס.
73] מער מענטשען שטארבן א יאר פון בינען ווי פון שלענג.
74] די מערסט אלערדשיק זאך אויפן וועלט, איז קיען מילך.
75] קעמלעך האבן דריי אויגן לעפלעך, צו זיי באשיצן פון מדבר-זאמד.
76] א אייזל קען זעהן אלע זיינע פיר פוס אויף-א-מאל.
77] ס'איז דא זעקס אפיציעלע שפראכן, וואס מען נוצט אין די UN. ענגליש, פרענטש, אראביש, ספאניש, רוסיש, און טשייניז.
78] ס'איז אנקעגן די געזעץ צו גרעפצען אדער סניזען אין א קירכע אין נעברעעסקע.
79] ווען א מענטש שטארבט, פארמאגט ער פיר אין ניינציג ביינער ווינציגער ווי ווען ער איז געבוירן...
80] דאלפינס שלאפן מיט איין אפען אויג.
81] א דזשיראפע קען פיצן זיין אויער מיט זיין צינג! זיין צינג איז ביז 21 אינטשעס לאנג!
82] א "באטערפליי" קען "טעיסטען" מיט זיין פוס...
83] אין 1985 האט א מאן זיך דערטראנקן, ביי א פארטי פון 100 "לייף גארדס", וואס האבן געפראוועט א "סעודת הודיה" נאך א זומער וואס קיינער איז דערטראנקן געווארן...
84] א פרוי האט זיך אמאל אראפ געווארפן פונעם "אייפעל טורעם", זי האט געלאנדעט אויף א קאר און איבערגעלעבט. זי האט שפעטער חתונה געהאט מיט די בעל הבית פונעם קאר...
85] די "אווערידש" וואלקן, מיט די וואסער דערין, וואלט געוואויגן איבער א מיליאן פונט!
86] ס'איז דא א געגענט אין יאפאן, וואו איבער 450 מענטשען וואס זענען איבער די הונדרעט, וואוינען דארט.
87] "Are you as bored as I am?" קען מען זאגן אהין און צוריק, און עס וועט מאכן סענס...
88] די בעל הבית פון א קאמפעני וואס מאכט Segways, איז געשטארבן אין 2010 נאכן אראפ פארן א קליף מיט א סעגוועי...
89] ס'איז דא מער פעסער Bourbon אין קענטאקי ווי מענטשען...
90] איו יאר 1895 האט די שטאט "אהייאו" נאר פארמאגט צוויי אוטומאבילס, די צוויי האבן צאמגעקראכט אין אן עקסדענט...
91] עס גייט אריבער מער "דשערמס" ווען מ'געטס זיך די הענט, ווי ווען מ'קושט זיך.
92] היטלער'ס ארגינעלע פלאן איז געווען צו האגענען אלע מאסקווע איינוואוינער, און מאכן גאנץ מאסקווע פאר א לעיק.
93] א עוועריטש מאנ'ס פערזאהן'ס מח איז צען פראצענט גרעסער ווי א פרוי'ס...
94] איינס פון יעדע פינף מענטשען אין די וועלט, זענען טשייניז...
95] א האריקעין מיט א פרויערישע נאמען הרג'עט געווענטליך מער מענטשען...
96] איבער זיבעציג פראצענט פון איבערבעטן, מיינט.... גארנישט!
97] איבער א דריטל מענטשען וואס האדווען שטוב באשעפענישן, זאגן אז זייער PET קען לייענען זייער מח...
98] אווערידש קען א פרוי האלטן א סוד פאר 47 שעה מיט 15 מינוט...
99] אין די לעצטע פיר יאר, האבן פאליציי אין ענגלאנד נאר 4 מאל געשאסן א פארברעכער!
100] אויב "פעילט" מען די דרייווערס טעסט אין שווייץ דריי מאל, דארף מען גיין צו א ספיכילאג מסבירען פארוואס...
84 איז שווער צו גלייבן אלס אמת.
און פאקט איז עס זייער א
באקאנטע טעיל סטארי.די טור גאודס ביים אייפל טורעם דערציילן אלע
די מעשה.
אז עס איז געווען מיט א טעקסי דרייווער.
מען איז נישט אן אפיקורס אויב מגלייבט עס נישט...
76) קיקען אויפן זון איז גורם צי מאכן א האפטשו.
78) 43 פראצענט אמעריקאנער שפענדען א יאהר מער וויפיהל זיי פארדינען
79) 15 פראצענט מענטשן עסען ליבערשט זייער פיצא קאלטערהייט.
80) יעדן טאג ליבן זיך 200 מיליאן קאפעלס, 400,000 בעיביס ווערן געבוירן, 140,000 מענטשן שטארבן.
81) די לינקע לינג איז קלענער ווי די רעכטע, צי מאכן פלאץ פאר דיין הארץ.
82) 72 שעה ווידיא ווערט אפלאודעד צי יוטוב יעדע מעניט.
83) מער ווי 500 מיליאן פיקטשערס ווערט טעגליך געשעירט אנליין.
84) נאפאליאן האט מורא געהאט פין קעץ.
85) קעטשאפ פלעגט אין 1830 ווערען פארקויפט אלטס א מעדעצין.
86) די מוסקלען אין די אויגן אין פון די צינג באוועגען זיך אפילו ווען מעשלאפט.
87) די ספיד לימעט אין נוא יארק אין 1895, איז געוועהן 8 מייל א שעה.
88) די לענגסטע צייט א מענטש איז געוועהן אין א קאמא ר"ל, איז 37 יאהר.
89) אפריקאנע עלעפאנטן זענען פרעגנענט 22 חדשים.
90) סע דא מער פרענטש רעסטאראנטען אין נוא יארק ווי אין גאנץ פאריז.
המשך יבא בע"ה
91) אין יאפאן איז אומאיידעל צי בלאזן די נאז אין פאבליק.
92) א מענטש אטעמט דארעכשניטלעך א טאג 11 ליטער לופט.
93) באנאנעס זענען 95 פראצענט פעט פרי.
94) געוויסע יאפאנעזער שערן זיך די הענט אלטס א צייכן פין איבערבעטן איינעם.
95) א דזיראףס האלדז וועגט 25 פאונט.
96) אין פראנקרייך איז נישט לעגאל צי ריפען א חזיר נאפאליאן.
97) ספלענדא איז 600 מאל זיסער ווי צוקער.
98) א אדלער קען הארגענען א יונגע הערש אין אוועק פליען דערמיט.
99) 60 פראצענט פון סמאקע דיטעקטערס ביי הייזער ארבעטן נישט.
100) א קנאפע 4 פראצענט פון בעיביס ווערן געבוירן אין זייער ריכטיגע דא דעיט.
101) אין אמעריקא איינס פין יעדע צוויי קאפעלס געטן זיך.
102) די עווערידז דרייווער וועט פייפען דארך זיין לעבן בערך 15250 מאל.
103) 5 בעיביס ווערן געבוירן יעדע סעקונדע אלוועלטליך.
104) אן ערך פין 100,000 מענטשן האבן חתונה אין לאס וועגאס יאהר יערליך.
105) 31 מיליאן אמעריקאנער סקיפן פרישטאג יעדען טאג.
106) העכער 50 פראצענט ארבעטערס קומען שפעט מאנטיג.
107) א הארץ פין א קאץ קלאפט צוויי מאל אזוי שנעל ווי פון א מענטש.
108) די מוח איז מער אקטיוו ווען די שלאפסט.
109) קאקא קאלא ווערט פארקויפט אין יעדע שטאט אין די וועלט חוץ אין נאורט קוריאה.
110) מער ווי 8 מיליאן מענטשן גיין אין זייער שלאף.
המשך יבא בע"ה.
111) מענער קענען ליינען קלענערע אותיות ווי פרויען, פרויען קענען בעסער הערן ווי מענער.
112) עס זענען פארהאן איבער 1000 סארט טאמאטעס.
113) 93 פראצענט סטודענטן טוהען זייער ריסערדזש אנליין ענדישער ווי אין א לייבערי.
114) 250 ביליאן דאלער ווערט געשפענד אויף טאמאטעס אין אמעריקע יאהר יערליך.
115) אויב זענט איהר געשטראנדעד אויף א אינזעל אין איהר קענט נאר האבן איין עסן, 49 פראצענט וואלטן אויסגעקליבן טאמאטען.
116) זיך זארגן אז מע גייט קראנק ווערן ח"ו, קען קראנק מאכן.
117) פאר יעדע 3000 מענטשן אין די וועלט איז דא 1 ATM
118) 1 אין 4 מיליאן בעיביס ווערט געבוירן מיט א פולע סעט פון ציינער.
119) א דארעכשניטליכע אמעריקאנער ברעכט 5 געזעצען א טאג.
120) 86 פראצענט מענטשן ניצן מוזיק צו אנטלויפן פון זייער טעגליכע אנגעצויגענקייט.
המשך יבא בע"ה.
1) אויף קאווע שטיבל איז דא א אינגערמאן וואס גלייכט זייער טאמאטעס
2) דרייסיג פראצענט פון זיינע פאקטן האבן צו טון מיט טאמאטעס, 😂 😂 😂
121] בערך א פראצענט פון די וועלטס פאפאלאציע איז יעצט שיכור!
122] אויף דיין געבורטס טאג, קענסטו באקומען א קאווע בחינם ביי סטארבאקס!
123] די שאנס צו האבן א "פירלינג" איז איינס פון 729,000.
124] אין יאר 1556 איז די ערשטע "מאראנצן בוים" איינגעפלאנצט געווארן פלארידע
125] אמעריקען אירליינס האט זיך געשפארט $40,000 אין 1987, ווען מען האט עלימינירט איין איילבירט פון יעדן סאלאט פון "פירסט קלעס".
126] עס עקזעסטירט א סארט "אקטעפוס" פישל, וואס קען טוישן זיינע קאלירן, געשטעל, און SHAPE ווי אנדערע סארט פישלעך ווי סטאר פיש א.ד.ג. לויטן געברויך...
127] אין די ס'1960 האט די CIA גענוצט קעצלעך מיט איינגעפלאנצטע אונטערהער מאשינדלעך דערין, זיך צו אונטערהערן זייער שונאים אין רוסלאנד...
128] די דריי רייכסטע משפחות אין די וועלט פארמאגן מער נכסים ווי די 48 ארומסטע לענדער צוזאמען...
129] די לענגסטע "טרעפיק דשעם" האט גענומען איבער 10 טעג, און מ'איז געפארן 0.6 מייל א טאג...
130] ראקפעללער איז געווען די רייכסטע מענטש אין די וועלט, ער האט פארמאגט מער ווי 10 מאל אזוי סאך ווי בילל געיטס (ווען צוגעפאסט לויט אינפלאציע)
131] ביר איז נישט געווען פארעכענט אלס אלקאהאלישע געטראנק אין רוסלאנד ביז 2011, נאר ווי א "סאפט דרינק", (ווער טרינק עס דארט סיי ווי...)
132] צוויי דריטל פון די וועלטס פאפאלאציע האבן נאך קיינמאל געזעהן שניי!
133] עס איז דא מער ליידיגע הייזער אין די US ווי היימלאזע פארשוינען...
134] אויב האט איר נישט קיין חובות/מארגעדש, זענט איר רייכער ווי רוב אמעריקאנער...
135] א עוועריטש מענטש וואקט איקווילענט צו דריי מאל ארום די וועלט אין זיין לעבן...
136] די נאמען פון די אוטו "JEEP" קומט פון עס פערצופאל רופן אין די אמעריקאנע ארמיי GENRAL PURPOSE אוטו, מיט די ר"ת .G.P...
137] א דשעלי פיש איז 95% וואסער...
138] געוען א מענטש וואס האט געהאט "היקאפס" 69 יאר אין א צו! (מאכט אייך פיהלען בעסער...?)
139] די "צינג" איז די שטעקסטע מוסקאל פון די מענטש...
140] א דשיראפע קען רייניגען זיין אויער מיט זיין 21 אינטש-לאנגע צינג!
141] מענער זענען 6 מאל מער אויסגעשטעלט צו געשלאגען ווערן פון א בליץ ווי א פרוי...
142] פרענטש איז געווען די אפיציעלע שפראך אין ענגלאנד פאר איבער 600 יאר...
143] מער מענטשען שטארבן א יאר פון א "קאוקאנאט" וואס פאלט אויף זיין קאפ ווי פון א "שארק אטאקע"...
144] די שווארץ אפעל פון די אויג איז די זעלבע מאס פון געבורט.. און די נאז און אויערן הערן נישט אויף וואקסן ביזן טויט...
145] אין יאר 1881 זענען דריי מענטשען געווען פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. העיס, גארפיעלד, און ארטור.
צדיקים פלעגן זאגן, אז תורה וואס מ'לערנט ווען עס איז דא ווינציגער תורה אויפן וועלט (למשל פורים וכדו') איז אסאך חשוב'ער.
יעצט אין די זוממער איז די עולם אביסל מער פארנומען אין די אקטועלע לייף ווי אין די וויטואלע וועלט.
ספעציעל יעצט ווען די עולם איז צוחושט מיט די "באבוב'ע פסק", אזא בחינה ווי "הסתרה שבתוך ההסתרה"...
ממילא קומט אריין אין די "רואיגקייט ווינקל" רוהט אייך אפ אביסל פון די ארומיגע אנגעשטרענגקייט, גיבט א שמייכל 😃 מיט א לייק.
פראנצויזיש איז געווען די אפיציעלע שפראך אין ענגלאנד פאר זעקס הונדערט יאר?
כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט דערפון, ווען איז עס געווען, פארוואס? ווייסט עפעס מער פון דעם היסטאריע?
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Anglo-Norman_language">http://en.wikipedia.org/wiki/Anglo-Norman_language</a>
<a class="postlink" href="http://homes.chass.utoronto.ca/~cpercy/courses/6361Heys.htm">http://homes.chass.utoronto.ca/~cpercy/ ... 61Heys.htm</a>
יין שרףhttp://en.wikipedia.org/wiki/Anglo-Norman_language
<a class="postlink" href="http://homes.chass.utoronto.ca/~cpercy/courses/6361Heys.htm">http://homes.chass.utoronto.ca/~cpercy/ ... 61Heys.htm</a>
שכוח @יין שרף,
עפעס אין די טיפענישן פון מיין זכרוו שווימט יא ארויף עפעס אז כהאב שוין יא אמאל געהאט געהערט דערפון (פילייכט עפעס א דאקומענטאר)
די מאמענט האט א קאלום 'יא עס איז אמת' שרייבן זיי אז אין אמעריקא ווערט אויסגענוצט פינף און צוואנציג טריליאן האט קאפס א יאר וואס איז ב'ש און זיכער א טעות.
דער בליץ האט אויך אזא סארט קאלום מיט אינטערעסאנטע פאקטן שרייבן זיי אז די דריי טייערסטע ברענדס זענען קאקא קאלע, מארלבארא, און באדווייזער.
דאס איז מן הסתם אן אוטדעיטעד אפשאצונג פון צענדליגער יארן צוריק ווען היינט האבן מיר אזעלכע ברענדס ווי גוגל, עפל און נאך.
שמעקעדיגאינטרעסאנט... אזויפיל קטנ'ען זיי?.............
א יעדער א ביסל. נישט אלע אויף איינמאל. ווייל אילו, לא היה העולם יכול להתקיים... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
144] די שווארץ אפעל פון די אויג איז די זעלבע מאס פון געבורט.. און די נאז און אויערן הערן נישט אויף וואקסן ביזן טויט...
סייענטיסטן האלטן אינמיטן אויסטרעפן די סוד פון אייביגע לעבן, קומט אויס אז מיר וועלן זיך דרייען מיט עלעפאנט נעזער, און שרעקעוודיגע פליישיגע אויערן, אוי ווי טוב לי מותי מחיי...
עס פאסט זיך טאקע אז אלס גרעסערע זקנים, מיט סענטעריס פון חכמה צו פארקויפן פאר די אומוויסנדע יונגווארג, זאלן האבן א גרעסערן שטח אויסצוגלעטן איידער זיי הייבן אהן מיט די דברי חכמה...
ווי אין פסוק שטייט: אף חכמתי עמדה לי.
שכוח
@יין שרף טאקע אשיין רואיג ווינקל צו בארואיגען די נערווען..
סמבטיון
ספלענדא איז 600 מאל זיסער ווי צוקער.
ביסט נישט נאריש, ריכטיג?
146) מאטצארט האט קאמפאזירט איבער 600 נגינום בעפאר ער איז געשטארבן אין יונגען עלטער פון 35 יאהר.
147) א יעדע 10-13 סקונדען געט'ן זיך א פארפאלק .
148) א יעדע סעקונדע ווערט פארקויפט 2 בעבי דאללס.
149) עס איז מעגליך צי זיין דעשראקן צום טויט.
150) דע ערשטע קאמפיוטער פראגרמער אין די וועלט איז געוועהן א פרוי מיטן נאמען אדא לאבלעק אין 1842.
151) 57 פראצענט מענטשן רעדן מער צי מענטשן אנליין ווי אין ריעל לייף.
152) גוטע ליגנערס קענען שנעלער דערגיין א צווייטענס ליגענט.
153) גענעצן מיז נישט אלעמאל מיינען די ביזט מיד, אמאל מיינט עס אז דיין גוף דארף מער חמצן.
154) די אות L איז אויף די רעכטע זייט פונעם קאמפיוטער, אין די אות R איז אויף די לינקע זייט.
155) צולייגן זאלץ צי פיינעפל מאכט עס זיסער.
156) די קענסט אייביג זעהן דיין נאז, אבער די מח מאכט די זאלסט עס איגנארירן.
157) שווימען גלייך נאכן עסן איז געזינטער, כאטש איהר האט לכאורה געהערט פארקערט.
158) ספארהאן א מאשין וואס פארוואנדעלט שוויץ צי ריינע טרינק וואסער.
159) דאלפין'ס זענען די איינציגסטע באשעפעניש וואס ריפען זיך ביי די נעמען.
160) 1 פון 10 אמעריקאנער איז שוין באגאנוועט געווארן מיט זייער איידי.
161) נייגעריגע מענטשען גדוירט לענגער איינצישלאפן.
162) 99 פראצענט מענטשען אין עסטאניע האבן בלויע אויגן.
163) בערך העלפט עסן אין די וועלט ווערט יערליך אוועקגעווארפן.
סמבטיון157) שווימען גלייך נאכן עסן איז געזינטער, כאטש איהר האט לכאורה געהערט פארקערט.
שטייט נישט אין רמב"ם פארקערט?
איך האב זיך פריער אנגעשטויסן מיט דעם אשכול, האב איך געקלערט מוסיף צו זיין..
164) יעדער פון אינז שערט זיין יום הולדת מיט נאך 9 מיליאן מענטשן.
165) דע פרייז פון געז אין ווענזואלה איז 6 סענט פער גאלאן.
166) פליען מיט אן עירפלעין איז מער פארזיכערט ווי פארן מיט א קאר.
167) באדווייזער ביר, קען געניצט ווערן אלטס העיר קאנדישענער.
168) א מענטש שלינגט טעגליך בערך 600 מאל אן אריינטראכטן.
169) קיקן דארך א קליינע לאך פארשטערקערט די זעה קראפט.
170) מעקדאנעלד פארקויפט מער ווי 75 האמבורגערס יעדע סעקונדע.
171) יעדער וואס האט געליינט נומער 168 האט געשלינגען מיט טראכטן.
[ציטאט אראפגענומען]
נאר די פרייז פאר א פונט ברויט און א באטל מילעך איז $500.דאללער. אויב מ'קען עסן און טרינקען גאזאלין, לוינט זיך די געשעפט. אנדערש נישט...!
נאטורליכע גאז האט נישט קיין שום גראך. א ספעציעלע שטארקע גראך (געמאכט פון פארשומעלטע אייער) ווערט צוגעלייגט צו נאטירליכע גאז כדי מ'זאל קענען אויפכאפן טאמער ס'איז דא א ליעק.
אכט אין ניינציג פראצענט נאטירליכע גאז וואס ווערט געניצט אין נאורט אמעריקא, קומט פון די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע