אנשולדיגט מיר מר. דזשאן סטוערט עס איז בכלל נישט זיס! מען קען חלילה כאפן א הארץ אטאקע הערענדיג די ליבעראלע היפאקריטען, ווי להצדיק את הרשע ולהרשיע את הצדיק גייט געקניפט און געבינדן מיט זייער אידילאגיע, ממש ווי די דייטשן'ס רחמנות אויף בעלי חיים און רציחה קעגן די מענטשהייט. ממש נעעעבעעך אזא רחמנות, די עזה איינוואונער האבן נישט ווי צי גיין. כדי עס זאל ווערן א פעיר דיעל דארף אמעריקע שיקן פארגעשריטענע קאמפס פליגער קיין עזה ווייל נעבעך יעצט קענען די אומשילדיגע חאמאס נאר שיקן ראקעטן, און די איזרעילי רוצחים האבן נאך די חוצפה צי פראטעקטן זייערע בירגער מיט די אייראן דאום טעקנאלאדזשי, א מין איזרעלי חוצפה!! פארוואס שטעלט עטס נישט צי פאר די טעראריסטן א אייראון דאום סיסטעם?? נאר פאר ענקערע איינוואנער?? א מין ראסיסטישע מדינה!!
כ'האב גראדע געלאכט ווי ער פרעגט מיט אזא תמימות ווי זיי זאלן גיין... אייגענטליך הו קערס??? ווען די מתנחלים וואס האבן געוואוינט אין עזה האבן געמוזט פארלאזן האט זיך קיינע פון די זיסע רעדנערס געקימערט ווי זיי זאלן גיין... לאמיתו של דבר, עגיפטן נעמט זיי אלע. אלע האב איך געזאגט? נעעע, נאר די ציווילע פרויען און קינדער און אפשר מענער אויך. יא די חאמאס אויפרייסערס און ראקעט שיסערס וועלן זיי לאזן אין עזה צו קענען מקיים זיין דעם רצום ה'אלאה....
פארוואס גיבן די ישראלים לעקטאריק פאר גאזא, איך העט געקלערט אז דאס וואלט געברויכט זיי סטראשע נומער 1, אראפ ברעינגען זייער וואסער, לעקטאריק, גאז, אפהאלטן אלע מאטריאל, ווילאנג עס פליען ראקעטן, פארשטייט זיך ווייל עס איז א סכנה, נישט חלילה ווייל מען וויל ב'אימרעכטיגן די אראבער.
דו קענסט זיין רואיג אז די ישראל'ישע עלעקטריק קאמפעני איילט זיך נישט צו פאררעכטן דעם עלעקטריק'ל דיסטריביושן קיין עזה..ביז די (פארשאלטענע) יו.ען. וועט זיך דערמאנען אז און באפעילן פאר מדינת ישראל אז מ'מוז עס שנעל פאררעכטן ווייל די סיויליענס אין גאזא ליידן שטארק... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😉 😮
אין פאריז האבן מוסלעמענער אטאקירט א בית המדרש. די פאליציי האט געטוען ווייניג, האבן די אידן זיך צוריקגעשלאגן, געווארפן בענקלעך.. ס'איז געווארן א מצב פון א ריאט. די אידן האבן מצליח געווען צו פארטרייבן די חברה. זעה די קליפ, די אידן זענען פון אנהייב אויף די רעכטע זייט פונעם סקרין.
אין איך זאג דיר אז ווען סאטמער רב לעבט היינט, וואלט ער אליין געדאווענט אין פארגאסן טרערען די צה"ל זאלען געווינען.
צ"ל זיי זאלן נישט געשעדיגט ווערן.
באמת איז דאך א פחד און א שרעק וואס דא טוט זיך אפ די לעצטע פאר וואכן. די ווייטע מיסילס ה"י. די הפגנות אין פרענס ועוד. די שרעקעדיגע טונעלס. די אנטשלאסענקייט פון די חברה צו גיין עד הסוף. ומי יודע ווי דאס וועט זיך ענדיגן. וואס קען די מדינה טאן. זיי קוקען אויס צוקלאפט און צובראכן. זיי וועלן נאך באלד טאן זאכן פון יואש און דאן זענען מיר אלע דומט. און די מיען טיים צינדט זיך אונטער א פייערעל פון אנטיסעמיטיזם אין די גאנצע וועלט. ר"ל איך שמעק שוין משיח מיט די אלע נבואות