☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מהר"א מ'סאטמאר זיך פאררעדט - איך בין מוחה! (אשכול #8)

מהר"א מ'סאטמאר זיך פאררעדט - איך בין מוחה! (אשכול #8)

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6752

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 7, 2014 7:07 am

· #210433
מהר"א מ'סאטמאר זיך פאררעדט - איך בין מוחה! (אשכול #8)
יא, אזוי ווי דער קעפל לייענט זיך, איך בין מוחה!!

אבער צו וואס עפענסטו ווידעראמאל אן אשכול אויף די אויסגעדראשענע איבלדיגע טעמע? פליקער וועט דאך באלד לויפן קיין אייוועלט.... איי מיען, דער עולם דא האט שוין מוחה געווען אויפן דרשה פון אלע ענגלס אזש ביז חרם סטראשונגען... וואס נאך ווילסטו?

פרעגסט גוט. דער תירוץ איז, עס איז גאר אן אנדער סארט מחאה. פאר מיין מחאה באלאנגט זיך גאר א באזונדערן אשכול. איך וועל נוצן דעם זעלבן הקדמה פון מהר"א ביי זיין דרשה, איך ווייס איך וועל אריינהייבן חצים ובליסטראות פון מאנכע ניקס דא, אבער ההכרח לא יגונה, איך מוז נעמען דעם מייק אין האנט אריין און אויסשרייען מיין וויי געשריי מעומק לבבי.

קאווע שטיבל, מיין באליבטער שטיבל! הביטה וראה, קוק וואס האט פאסירט מיט דיר! ווי אומציוויליזירט דו ביסט געווארן! פארוואנדעלט געווארן אין א נידריגע קינדערישע אטמאספערע פון וואנעט נארמאלע מענטשן איבלען און אנטלויפן!

הערט מיך אויס רעיי וידידיי. איך גיי נישט אריין אין מיין חוות דעת צי דער דרשה איז יא אדער נישט ריכטיג. עס איז קיינעמ'ס דאגות. איין זאך איז זיכער: קאווע שטיבל איז נישט געשטעלט פאר מחאות און קנאות. דא איז נישט דער ריכטיגער פלאץ! איך קען גיין אין ביהמ"ד, אין מקוה, אין רעסטוראנט, רעדן און פלוידערן; אבער קאווע שטיבל דארף פארבלייבן א "רואיג ווינקל" - אום גאט'ס ווילן, צום הונדערטסטן מאל!!

לאמיר אננעמען לשיטתם אז די דרשה האט נישט געטארט געזאגט ווערן מחמת סיי וועלכע סיבה:

אויב וואלט מען געעפנט בלויז איינס אדער צוויי אשכולות דערוועגן, החרשתי
אויב וואלט עס געווען אין צימעס, החרשתי
אויב איך ווייס אז מהר"א לייענט דא און באקומט דעם מעסעדזש, החרשתי
אויב וואלט דאס געהאלפן פארמיידן צוקונפטיגע גליטשערייען, החרשתי
אויב וואלט מען בלויז געפירט ציוויליזירטע געשפרעכן ווי עדאלטס צו דן זיין דעם ענין, החרשתי

אבער ניין. דער עולם איז צולאזט אויף כח, מען פאדערט פון ר"א ער זאל זיך אנטשולדיגן, אבער מיר ווייסן דאך אז מיר רעדן צום וואנט. דער מעסעדזש קומט נישט אן צו קיינעם. צו וועמען קומט עס יא אן? צו אונזערע חברים ארונישע ניקס. יא יא, איך רעד פון אונזערע טייערע חברים ווי גאלד, שרייבער, שעפטל, און נאך אנדערע וועלכע געבן א געוואלד צו צום שטיבל. זיי גיסט מען אפ מיט בריעדיגע וואסער! איך וואלט נישט געוואלט זיין אין זייערע שיך!! איך בין מודה, עס וואלט מיר זייער וויי געטון! אודאי דארף מען זיין סענסיטיוו צו די 3 בחורים און זייערע משפחות, אבער אונזערע ארונישע ניקס האבן אויך רויטע בלוט מיט פילינגס! ענק ווייסן אז פארשעמען איז אן אבק רציחה??

זיי האבן א גאט-געשאנקענעם רעכט צו קלויבן וועלכן מנהיג זיי ווילן, עס איז קיינעמ'ס געשעפט! פארוואס האלט מען זיי פאר אויף זייער רבי'נס ווערטער? השומר אחי אנכי? זענען זיי עפעס פאראנטווארטליך אויף יעדן ווארט פון זייער רבי'ן? בפרט אז לכה"פ א חלק פון זיי זאגן דאך קלאר אז די דרשה שטערט זיי למחצה ולשליש ולרביע צוליב די אומגינסטיגע PR וואס פארט ארום, פארוואס דארף מען דא קומען גיסן טאנען זאלץ אויף זייערע וואונדן??

האלטסט מען דארף מוחה זיין? נישט קיין פראבלעם, מאך אן אפוינטמענט ביי ר' אהרן און גיס אויס דיין צארן! גיב אים אריין אין זיבעטן ריפ! האלטסט מען דארף נקמה נעמען פאר די פארגאסן בלוט פון די תשמ"ה יארן? גיי אריין צו אים און שמיר אים אראפ 2 פראסקעס! אבער קומען אונטער אן אנאנימער ניק, ווי א פאפירענער טיגער, אויף א רואיגע מקום, און אנטקעגן די תקנות המקום געסטו אויס דיין כעס מיט כל מיני מיאוס'ע ווערטער אנטקעגן א גדול וואס האט דא אזויפיל חסידים? פארוואס וויי טון אזויפיל אומשולדיגע אידן??

מערקווירדיג אז רוב ארונישע שרייבערס האבן געשריבן אלע זייערע תגובות בענין זה רואיג און איידל (לאפוקי 2 צעווילדעוועטע) אבער מערערע מוחים האבן געשריבן פארביסן, פול מיט האס באגלייט מיט שטעכעדיגע ווערטער וועלכע רעגט אויף יעדן רעכטדענקיגן מענטש.

נאכאמאל וויל איך באטאנען אז איך נעם נישט דא קיין שטעלונג. נישט צוליב דעם זיץ איך אין שטיבל. אודאי מעג מען אויסשמועסן אזא זאך מכל הצדדים, עס איז א הייסע סענזאציע אין די וועלט נייעס, אבער ווילאנג מען האלט זיך אביעקטיוו, און מען רעדט נישט פון די קינדערישע קוק ווינקלען, נאר ענדערש ווי ערוואקסענע, מהיכי תיתי. אבער דער נידריגער וועג ווי טייל ניקס האבן זיך גענומען שרייבן, מיט א ביליגע זלזול, מיט שרעקליכע שטעכערייען און טשעפערייען אקעגן אונזערע חברים דא איז נישט תורה'דיג, נישט מענטשליך, און נישט קאווע שטיבל'דיג! און עס מוז זיך זאפארט אויפהערן!

ואסיים מעין הפתיחה, איך בין מוחה אויף די שפיכת דם, ולא יאמרו מדשתקי כו' ש"מ ניחא להו, ניין! מיר האבן א תורה וואס דארף זיין העכער אונזערע געפילן, און מיר האבן אויך שכל העכער אונזערע געפילן, אוו מיר וועלן נישט איבערדרייען א רואיג פלאץ צו א עקלהאפטן דזשאנגל אדער כיתה ב' קינדער! מיר וועלן בלייבן פריינטליך, פראפעסיאנאל, באגלייט מיט א שמייכל צו יעדן איד! ובזה יצאתי ידי חובתי.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 7, 2014 7:13 am

· #210434
פאר די וועלכע ווילן וויסן וועלכע חסיד איך בין באמת -
ניקלשבורג ב"פ.
הדבק במידותיו!

איחוד פעלד » מאנטאג יולי 7, 2014 7:22 am

· #210435
דעמאלס זענט איר דער רבי אליין........

באיזה אופן, בנוגע דיין מחאה, ביסט גערעכט אז עס געהער אין צימעס, אבער פלענטי מאל וואס מען האט דא גערודפ'ט אנדערע און ביסט געשטאנען אין דער זייט, ווער מיר נישט קיין גאנצע צאצעקיל פונקט ביי דער מעשה.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 7, 2014 7:26 am

· #210436
איחוד אויסער טשעפען און ווארפן לופטיגע סטעיטמענטס... וואס נאך קענסטו?

איך פארלאנג ביטע אז לכה"פ דער אשכול זאל בלייבן אן טרעק און מען זאל רעדן איידל און מיט פארשטענדעניש.

לאליפאפ » מאנטאג יולי 7, 2014 7:27 am

· #210437
שמעקי, דאס איז די פראבלעם פון דעמאקראטיע, אז מיט פיל פרייהייט ווער מען אויסגעשטעלט צו אביוזערס דערפון.

שבת אחים » מאנטאג יולי 7, 2014 7:30 am

· #210439
וואלסט געדארפט צולייגן ׃ אויב ס׳וואלט נישט געוועהן מיין פארטיי , החרשתי
אוי אנטשולדיגט כ׳האב נישט באמערקט די לעצטע תגובה וואס די דערקלערסט דיך אלץ ניקלשבורג ב"פ
ער איז א טאקע א פיינע איד!

שמערל » מאנטאג יולי 7, 2014 10:01 am

· #210452
מסכים צו יעדעס ווארט.

איין הערה נאר, אין א אשכול וואס רופט להרבות שלום בעולם און אוועקוקען אויף יענעמס חסרונות, וואלט נישט אויסגעפעלט ארויסצוברענגען דעם איינגעגעסענעם מידה פון א עדה יודן אייביג צו שטעכן און טשעפן.
וואס זענען זיי נעבעך שולדיג? עס איז שוין אזוי איינגעגעסן אין זיי אז ס'איז שוין ביי זיי א טבע שני.

שוין. כ'האב גארנישט געזאגט.

העיקר להרבות אהבה ואחוה ושלום ורעות.

דולה ומשקה » מאנטאג יולי 7, 2014 10:36 am

· #210462
איחוד פעלד
דעמאלס זענט איר דער רבי אליין........

באיזה אופן, בנוגע דיין מחאה, ביסט גערעכט אז עס געהער אין צימעס, אבער פלענטי מאל וואס מען האט דא גערודפ'ט אנדערע און ביסט געשטאנען אין דער זייט, ווער מיר נישט קיין גאנצע צאצעקיל פונקט ביי דער מעשה.


כבוד הרב איחוד פעלד
ידידינו שמעקעדיק איז טאקע פלענטי מאל געשטאנען אין דער זייט בנוגע רדיפות פון אנדערע אזוי לויט ווי איך האב ארויס וועט ער אין דער עתיד אויך אזוי טוהן כמשאלות לבו לטובה, נאר דא האט ער טאקע מקדים געוועהן אין אשכול נומער אכט איז א יוצא מן הכלל, ממילא דו ביסט מוחה מיט איין אדער לכל הפחות צוויי אשכולות און ביידע זענען טאקע אין דעם אלעם באקאנטע הידוע לשמתה'דיגע צימיעס אפטיילונג, החרשתי. אבער נאך א אשכול אין נאך א אשכול, אין דעם אפטיילונג און אין יענער, אין ווי יעדער אשכול ווערט באלד פארקראכען פון דער עצם וויכוח און אויף א שטארקע קינדערישע אויפן, יא טאקע צוליב דעם דארף מען האבען אשכול # 8.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 7, 2014 10:38 am

· #210464
שמערל. וואו זעהסטו דאס אין מיינע ווערטער?
בעצם האב איך א כלל פון נישט באשולדיגן אן עדה. אין יעדע עדה איז פאראן מכל המינים.

עפל סיידער » מאנטאג יולי 7, 2014 10:45 am

· #210468
הנני מצטרף בזה על עלבון התורה וכבוד החסידות של האי חבורתא קדישא הדין המתנהלת תחת השפעתו והדרכתו של האי גברא רבא מהר''א ט''ב שליט''א מ'סאטמאר, ומסתופפים בצילו הני אנ''ש היקרים כבוד הרב גאלד והרב שרייבער והרב שעפטל, גאנצל, זאפיר...
ובזה יצאתי ידי חובת מחאה (אויב ס'דא דער פלאץ)

באתי עה''ח יום ב' לסדר בקנאו את קנאתי.
עפל סדר

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יולי 7, 2014 10:50 am

· #210472
/

signout » מאנטאג יולי 7, 2014 11:15 am

· #210483
שמעקעדיג
יא, אזוי ווי דער קעפל לייענט זיך, איך בין מוחה!!

רוב ארונישע שרייבערס האבן געשריבן אלע זייערע תגובות בענין זה רואיג און איידל (לאפוקי 2 צעווילדעוועטע) אבער מערערע מוחים האבן געשריבן פארביסן, פול מיט האס באגלייט מיט שטעכעדיגע ווערטער וועלכע רעגט אויף יעדן רעכטדענקיגן מענטש.

דאס איז לאו דוקא אין שטובל, דאס איז איבעראל, מען קער דערקענען לויט די שפראך פין א מענטש ווי ער באלאנגט, אין צום ענין איך ווינדער מיך פארוואס די אין נאך אשכולות קומען נישט אן אין צימעס

signout » מאנטאג יולי 7, 2014 11:54 am

· #210505
עס איז אסאך טיפער, מען רעדט דא פין איינעם וואס דארף לויט זיין אזוי אראפגעקוקט אין עס האלט ביי כמעט א מנין אשכולות פין באלד 2 מנינים פעיזשעס, בשעת צד מהרז''ל ברענגט זיך דארט אליין
אראפ, זיי ווייזען נאכמאל אז די גאנצע קנאות איז ביי זיי א מיטל נישט קיין ציהל, וועם מ'דארף איינעם אינטערייסן א שטייגער ווי מהר''א, דער ראב''ד י''ם, ר''א שלעזינגער, דער שבט הלוי אלע באקומען תיכף א סטעמפל,אין בשעת עס קומט צו זייערע אגענדעס איז נישטו קיין שום קנאות דעמאלטס ווערט די בג''ץ מותר, צוברעכן די עדה ווערט א חוב קדוש, פיטערן די ציונים מיט שטאף קעגן א צווייטע קנאישע קרייז ווערט א חובת השעה

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 7, 2014 11:57 am

· #210508
און עסן צומת הגידין ווערט זאגאר א חיוב! (איך פרוביר דיר ארויסצוהעלפן)

ראש המדברים » מאנטאג יולי 7, 2014 12:15 pm

· #210511
גדולה שנאה שמקלקלת את השורה
אפילו א נארמאלער מענטש ווערט משוגע ווען ער האט פיינט איינעם

דער רמב"ם איז מסביר פארוואס טאקע, ווייל דער באשעפער וויל אביסל אריין געבען אין דעם איש הגשמי א השגה פון רוחניות, שנאה מיט נקמה זענען צוויי זאכן וואס מאכט א מענטש אראפ גיין פון שכל און דאס איז בלתי גבולי, מיט דעם פארשטייט א מענטש וואס מיינט אז עולם הבא וועט זיין בלתי גבולי

דו"ק ותשכח

תמים » מאנטאג יולי 7, 2014 1:24 pm

· #210524
שמעקעדיג, גוט געזאגט!! עס אלוועיס! וואס דא איז געשען איז, אז עס איז נישט קיין אינערליכע סאטמארע פאליטיק נושא, און עס איז געווארן א צאמשטעל פון אויסערליכע ניקס וואס די בליט איז זיי ארויף און קאפ און אנגעפאנגען ביליג צי אטאקירן, און די זאליס דא האבן זיך אויך ציגעכאפט צי זאגן זייער אמת'ר מיינונג,

איך האלט פונקט ווי דיר, און קאווע שטיבל האט זיך גאנץ שיין דערלעבט א פרעסטידזש, אז הירא ניקס פון היידפארק, און די פאפולערסטע ווארטזאגער דארט, זענען דא א געלעכטער און אראפגעקוקט, און מגרוילט זיך צי ליינען זייערע תגובות, און נארמאלע ניקס ווי גאלד ודכוותי' דיפענדן בעסער זייער פארטיי רעדענדיג ווי נארמאלע מענטשן.

ביי די יעצטיגע נושא ווען כמעט יעדע רעכטדענקענדע מענשט האט אים אטאקירט, און די תירוצים דערויף קומט קודם דוקא פון די סארט וואס זיי זענען געווענליך די וואס זענען דא מיט די אגענדעס יענעם צי אטאקירן, איז זייער שווער עס זאל נישט ווערן אראפגעשלעפט צי א צימעס לעוועל, עס גייט נישט אזוי אז די קענסט אטאקירן ר' אהרן פאר א שטאטס מעשוגענער, און דער ארוני זאל זיך נישט קומען ווילד פארענטפערן דורכן אטאקירן זיינע שונאים, וחוזר חלילה אז זיינע שונאים פארענטפערן די אטאקעס, און פון דארט ביז צימעס איז די וועג פשוט.

די עצה איז טאקע זאג יא דיין מיינונג, איין תגובה פון שמעקעדיג און אזא אשכול, צי איין דעפענסיוו פון גאלד הייבט די גאנצע ניווא און עס שעמט זיך א צווייטער צי קומען און שרייען ווי א קינד.

ואם במענטשליכקייט עסקינן לאמיר זיך טאקע אלע לערנען פון שמעקעדיג אונזער בעסטע סעמפעל, או סיי ביי די נושא און אזוי אויך פארקערט ווען עס קומט צי אטאקירן די עקסטרעמיסטען ווי למשל ביי די לעציגע בית שמש מערכה אדער אנדערע צענדליגע אשכולות גייטס נישט אראפ צי זייער שפראך, און אטאקירן קען מען אויך ווי א מענטש, די בלוט פון די פרומע רבנים ווי רמ"מ טירנויער רז"ל פיליפ צי אפילו מנשה פיליפ איז נישט ווייניגער רויט ווי די בלוט פון קרית יואל'ן רבי'ן.

און צי די אלע לייקערס דא פון שמעקעדיג, מאכטס אים טאקע נאך, און עס איז לאו דוקא א לעבעדיגע רבי, עס איז די זעלבע זאך ווען עס זענען דא דא צענדליגע ניקס חסידים פון א רבי פון פאריגען דור און האלב קאווע שטיבל לעצטענס איז געשטעלט אים אראפצירייסן מיט א געפערליכע זלזול און פארביסענקייט, איז עס אויך א שפיכות דם.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 7, 2014 5:32 pm

· #210603
שמעקעדיג: יישר כח. כן דיברת. יפה דיברת. דו ביסט געוועין דער שליח ציבור. דו האסט אויסגעדרוקט אינזערע אלע געפילן. איך פיהל יעצט ב"ה א סאך בעסער. כ'האב געשפירט אז עפעס דריקט מיר אויפ'ן הארץ. כ'האב עס נאר נישט געקענט ארויסברענגען אין די ריכטיגע ווערטער. ווייל סוף כל סוף. א דעבאטע און ויכוח איז איין זאך. אבער אראפלאזן זיך צו פערזענליכע באליידיגונגען און באשמיצונגען, דאס שטעכט פאר א יעדן ארנטליכן מענטש. צו מ'איז יא מסכים. אדער נישט מסכים מיט א סטעיטמענט וואס א מנהיג אדער פאליטישן זאגט. איז איין זאך. אבער מבזה זיין ברבים א מנהיג פון אן עדה אידן. מיט די ערגסטע בזיונות און ליצנות. דאס טויג נישט. און אויף דעים קומט די מחאה... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

חרבונה » מאנטאג יולי 7, 2014 7:25 pm

· #210628
אז מען וויל נישט די שטייפע צענזור פון אייוועלט מיז מען דאס דורכמאכען.

Big Boy » מאנטאג יולי 7, 2014 8:26 pm

· #210655
שמעקעדיג
פאר די וועלכע ווילן וויסן וועלכע חסיד איך בין באמת -
ניקלשבורג ב"פ.
הדבק במידותיו!



Don't put all your stocks in him. He sounds like he has way to much love for people. I hope it's not going to end with some weberman story. Not saying I know for sure but I'm afraid to know the end.

העלא » דינסטאג יולי 8, 2014 8:24 am

· #210738
שמעקעדיג זייער גוט,
אבער אין די קעפל פון די אשכול זאגסטו אז ער האט זיך פאררעדט,
וויל איך דיר מודיע זיין,
איך קען שוין דעם מענטש איבער 20 יאר, ער האט זיך נישט פאררעדט, יעדעס ווארט ביי אים איז אויסגערעכנט בפרט ביי אזא דרשה,

ווער עס וויל זעהן דעם "אמת" קען ליינען זיין דרשה אדער הערן, פון אנפאנג ביזן סוף און זעהן ווי אויסגערעכנט די ווערטער און וויאזוי צוזאגן איז געווען, ער האט קיינמאל נישט חרטה געהאט אויף זיינע ווערטער, ווייל ער זאגט נאר וואס ער האלט אז עס איז ריכטיג צו זאגן לפי המצב,

זכרנו ימים מקדם, בשנת תשס"ו זייענדיג א תלמיד הישיבה, פלעג איך אלץ אויסהערן זיינע תהלים שיעורים נאכן דאווענען, לעומת זה פלעגן זיין בחורים וואס פלעגן שוין לויפן צו פרישטאג פאר די שיעורים,
איין טאג אזוי אום געמאלדן, בשעת תהלים שיעור, אנשטאט זיך צו שטעלן זאגן א תהלים שיעור, האט ער געזאגט די פאלגענדע ווערטער: (בערך כמונח בזכרוני)
עס שטייט די וואכעדיגע סדרה, ויקהל משה את כל עדת בני ישראל ויאמר אליהם אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם, ששת ימים וגו'
נעכטן איז אוועק קאשוי רב זצ"ל, מיט יארן צוריק האט אויסגעבראכן א מחלוקה צווישן אים און להבדיל בין חיים לחיים די טאטע זאל זיין געזונט שטארק, האב איך דעמאלט געזאגט ווערטער וואס האט נישט געדארפט געזאגט צו ווערן, אזויווי עס איז געזאגט געווארן ברבים וויל איך אים דא איבערבעטן ברבים, אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם, עס איז דא אמאל ווערטער וואס מ'דארף מתקן זיין, ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי שבת, ער איז געווען א ת"ח, א ת"ח איז בבחינת שבת, (בערך לשונו)

בשעת מעשה האב איך געהאט א נצחון אין די בחורים וואס פלעגן ארויסלויפן יעדן טאג,

נאך די דרשה איז געווארן א קאך צווישן די בחורים, צו ער האט געדארפט איבערבעטן, צו די דעמאלדיגע ווערטער האבן יא געדארפט געזאגט ווערן,
האט זיך איינער אנגערופן: די ווערטער דעמאלט האבן געדארפט געזאגט ווערן לפי המצב, און די ווערטער היינט האבן געדארפט געזאגט ווערן, עת לדבר ועת לפייס, ער האט נישט חרטה געהאט פארן עס זאגן, בשנות נ"ד-נ,ה האט ער עס געדארפט זאגן, בשנת ס"ו האט ער אים געדארפט איבערבעטן, און ער האט געטוהן זיין פליכט

signout » דינסטאג יולי 8, 2014 12:43 pm

· #210792
גראדע ביי קאשוי האט ער יא פראבירט אים פערזענליך איבערבעטן, טראץ וואס דעמאלטס האט עס יעדער פארשטאנען, אין מען שפילט עס נאר היינט אויך ווייל דער ציבור געדענקט שוין נישט די מערכה דעמאלטס קעגן זיין טאטע דער רבי

גאלד » דינסטאג יולי 8, 2014 1:43 pm

· #210810
יא, ס'דא א כתב יד פונעם קאשויער רב ז"ל ווי ער שרייבט צו ר' אהרן פערזענליך, (מיט גאנץ שיינע טיטלען), ווי מ'זעהט אז ער ענטפערט איהם איבער ר' אהרן'ס פערזענליכע פיוס

signout » דינסטאג יולי 8, 2014 6:44 pm

· #210898
ווי קען מען דאס האבען?

איך אויך » דינסטאג יולי 8, 2014 7:25 pm

· #210915
ר' אהרן האט געווילט אהינגיין איבערבעטן און די קאשוערס משפחה האבען עם געזאגט אז די טאטע ווייסט בכלל נישט פון ר אהרן'ס דברי בלע איז וואס פעלט אויס עם מצער צו זיין.

signout » מיטוואך יולי 9, 2014 11:40 am

· #211015
אבי גערעדט, זיי האבען געזאגט דעמאלטס אז ער וויל נישט מוחל זיין ביז מען שפארט צו די סקול דיסטריקט

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 9, 2014 1:51 pm

· #211062
signout
עס איז אסאך טיפער, מען רעדט דא פין איינעם וואס דארף לויט זיין אזוי אראפגעקוקט אין עס האלט ביי כמעט א מנין אשכולות פין באלד 2 מנינים פעיזשעס, בשעת צד מהרז''ל ברענגט זיך דארט אליין
אראפ, זיי ווייזען נאכמאל אז די גאנצע קנאות איז ביי זיי א מיטל נישט קיין ציהל, וועם מ'דארף איינעם אינטערייסן א שטייגער ווי מהר''א, דער ראב''ד י''ם, ר''א שלעזינגער, דער שבט הלוי אלע באקומען תיכף א סטעמפל,אין בשעת עס קומט צו זייערע אגענדעס איז נישטו קיין שום קנאות דעמאלטס ווערט די בג''ץ מותר, צוברעכן די עדה ווערט א חוב קדוש, פיטערן די ציונים מיט שטאף קעגן א צווייטע קנאישע קרייז ווערט א חובת השעה

און מאכן דעם קבלת פנים פאר'ן רעבי'ן שליט"א מיט א סאך לעמפלעך (כן ירבו) און א גרויסע פאראד קא-ארדינירט מיט די ציוני'סטישע משטרה. וכו' וכו'.... שוין. כ'האב גארנישט געזאגט.... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮