☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » הרה"ג אבא חייא טויבער שליט"א

הרה"ג אבא חייא טויבער שליט"א

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #675

ידען » מאנטאג מאי 21, 2012 7:33 pm

· #14045
הרה"ג אבא חייא טויבער שליט"א
ווער איז ער?

ווער האט איהם געמאכט פאר א בעל השפעה?

איך הער א CD פון איהם וואס אויף עס שטייט אזוי "ארויסהעלפן די מענער". איך זעה אזא CD קויף איך עס שנעל ווייל אז מיין זאל מיך ארויסהעלפן בין איך אלעמאל גרייט.

איך האלט עס אינמיטן הערן ווי ער לערענט אויס די פרויען אז זיי זאלן אפהאלטן די מענער פון די כלים טמאים.

איכעל ברענגען שטיקלעך פון עס אבער דערווייל ווילעך וויסן ווער האט איהם געשטעלט און אפגעמאכט זיך אריינצומישן אין מיין הויז.

ידען » מאנטאג מאי 21, 2012 7:34 pm

· #14046
איך ווייס נישט אויב כאב עס געלייגט אויף א גוטע פלאץ.

ספרים און ביכער?

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 21, 2012 8:23 pm

· #14055
איך טראכט אויך אסאך מאל אז אפשר איז ער צו עקסטרעם, אבער ער האט עפעס א מורא'דיגע כח השפעה, א כח הדיבור. איך האב שוין אסאך טעיפס און סי.די.'ס געהערט פון אים, און יעדן מאל באזונדער שלינג איך מיט דארשט זיינע ווערטער. אלץ טרעפט ער פאסיגע משלים, א דובנער מגיד בדורינו....

ידען » מאנטאג מאי 21, 2012 8:36 pm

· #14056
Agree to every word you wrote

Will continue

פינטאו » מאנטאג מאי 21, 2012 9:35 pm

· #14067
ידען
דערווייל ווילעך וויסן ווער האט איהם געשטעלט און אפגעמאכט זיך אריינצומישען אין מיין הויז.

דו, מיט'ן קויפן זיין סי די.

אמת'דיג גערעדט, ער האט א גוטע כח הסברה. איך פארמאג א צאל דרשות פון אים און האב הנאה פון זיין רואיגע מהלך.

דבילה » מאנטאג מאי 21, 2012 11:13 pm

· #14083
פון האדעווען פרויען זאלן בעלעבאטיווען די מענער שיינט נישט קיין רואיגקייט!

בן תמליון » דאנערשטאג מאי 24, 2012 12:43 pm

· #14754
ביי וועם איז דער טויבער אן איידעם? כ'פרעג סתם פאר נייגער.

דענקער » דאנערשטאג מאי 24, 2012 1:01 pm

· #14758
<a class="postlink" href="http://www.yiddishtech.com/Search/%D7%90%D7%91%D7%90%20%D7%97%D7%99%D7%99%D7%90%20%D7%98%D7%95%D7%99%D7%91%D7%A2%D7%A8">http://www.yiddishtech.com/Search/%D7%9 ... 7%A2%D7%A8</a>

chasid » דאנערשטאג מאי 24, 2012 3:21 pm

· #14786
ער איז יעצט גערופן געווארן קיין אנטווערפען און לאנדאן צו זיין דער גאסט רעדנער ביי כינוסים איבער דעם אינטערנעט פראבלעם

gehlungen » דאנערשטאג מאי 24, 2012 4:13 pm

· #14799
יא.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 24, 2012 5:11 pm

· #14813
chasid
ער איז יעצט גערופן געווארן קיין אנטווערפען און לאנדאן צו זיין דער גאסט רעדנער ביי כינוסים איבער דעם אינטערנעט פראבלעם

בי איין כינוס פין פשווארסק נישט מער

ידען » דינסטאג מאי 29, 2012 2:17 pm

· #14958
ר׳ עזריאל איז א ברידער פון ר׳ אבא חייא

אלבערט » דינסטאג מאי 29, 2012 3:03 pm

· #14962
גראדע האלט איך אז די בעלי מגידים טויבער זענען פון די בעסטע רעדנערס בנוגע אידישקייט ביים היימישן ציבור.

smart » דינסטאג מאי 29, 2012 5:09 pm

· #14992
אינטרעסנט טאקע אז מען האט אים נישט גענומען צו רעדן ביים כינוס

ער איז גאר גאר גוט,

smart » דינסטאג מאי 29, 2012 5:10 pm

· #14993
כפול.

ידען » דינסטאג מאי 29, 2012 5:18 pm

· #14996
[ציטאט אראפגענומען]

וואס הייסט זיי זענען די איינציגסטע?

רי״א מאשקאוויטש רעדט פון?

די אנדערע אידישע רעדנער רעדן פון?

gehlungen » דינסטאג מאי 29, 2012 6:22 pm

· #15005
smart
אינטרעסנט טאקע אז מען האט אים נישט גענומען צו רעדן ביים כינוס

ער איז גאר גאר גוט,

He is not a "He hoyoo oimer" VD"L

טמיר » מיטוואך מערץ 1, 2017 11:54 pm

· #364272
Re: הרה"ג אבא חייא טויבער שליט"א
איך זעה נישט וואס איז אזוי מאדנע. מהיכא תיתי אז ווער עס קען מער תורה ווייסט בעסער די דעת תורה? אפשר ווער עס האט מער דעת און ער קען אויך תורה? נישט ח"ו איך מאך אוועק הרב בעלסקי, אבער הרב טויבער איז א שטארקע בר דעת מיט זייער קלארע שיטות. איך מיין אז יעדער וואס הערט זיינע שיעורים קען מעיד זיין אויף דעם. און הרב בעלסקי, נו, האט ער געקענט מער רשב"א'ס, סא וואט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 2, 2017 12:13 am

· #364277
אנאנים:איך בין מיט דיר 100%. איך ווייס נישט פארוואס. אבער ווען איך ליין די ארטיקל פון הרב יואל אשר לאבין הייב איך אן אריינטראכטן אין זיינע ווערטער און געדאנקען וואס ער ברענגט ארויס. אבער בשעת איך ליין די געברימעכטץ פון דעם פאלשן ..."הרב".. אבא חייא טויבער לאזט עס איבער א זויערן טעם אין מיין מויל...!

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 2, 2017 12:13 am

· #364278
כאילו נאר די או. יו. טוט אזוי. די חילוק איז נאר אז זיי זאגן בפרהסיא אז דאס איז זייער פאליסי. און די השגחות מיט מער אידישע אותיות אין די לאגא זאגן נישט אויס די פאליסי.

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 2, 2017 1:19 am

· #364280
טמיר
איך זעה נישט וואס איז אזוי מאדנע. מהיכא תיתי אז ווער עס קען מער תורה ווייסט בעסער די דעת תורה? אפשר ווער עס האט מער דעת און ער קען אויך תורה? נישט ח"ו איך מאך אוועק הרב בעלסקי, אבער הרב טויבער איז א שטארקע בר דעת מיט זייער קלארע שיטות. איך מיין אז יעדער וואס הערט זיינע שיעורים קען מעיד זיין אויף דעם. און הרב בעלסקי, נו, האט ער געקענט מער רשב"א'ס, סא וואט?


די נושאים וואס דער ר' א"ח טויבער פרעדיגט כסדר פארלאנגט סיי דעת און סיי תורה, מגידות איז שיין פאר א שלש סועדות דיסקאשען. פאר ענינים פון השגחה און פסקי הלכה איז הרב בעלסקי געווען טיף אריין געטוהן און מ'רעדט נישט סתם פון נאך אפאר רשב"א'ס, פאקט איז ער האט פארמאגט סיי דער דעת און סיי די תורה. דאנט געט מי ראנג, א סאך פון אונז האט נישט אייביג געשמעקט זיין עטיטוד אבער ער האט געהאט די קווליפיקעשענס וואס פארלאנגט דעת תורה. משא"כ....

און דער שטארקער בר דעת וואלט געדארפט נוצען דער דעת, ווי חז"ל זאגען אם אין דעה הבדלה מנין, להבדיל בין אור לחושך, און ביזדערווייל זעט ער נאר דער חושך.

ווייל אזוי » דאנערשטאג מערץ 2, 2017 7:39 am

· #364284
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין מיט דיר, ס'עקלדיג צו ליינען זיינע מאמרים ווי ער באשולדיגט גאנץ כלל ישראל, לויט איהם האב איך שוין געגעסן אסאך מאל טריפות און זיינע מעשיות מאכן אויך נישט קיין סענס.
גראדע קוקט אויס אז ער שרייבט נישט, נאר איינער איז מלקט פון זיינע דרשות

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 2, 2017 8:27 am

· #364287
Re: הרה"ג אבא חייא טויבער שליט"א
וואס זאגט דא דער תורה אנדעריש ווי הרב בעלסקי?
וואס עפעס לאזט מען צו בעלעבאטים אראפרייסען רבנים אין צייטונג? דער מאמענט וועט מיר צולאזען אראפרייסען דער ברך משה אויך?
איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון הרב בעלסקי, נאר אין מיין צייטונג וועט מען אדער קענען שרייבען אויף אלע אדער אויף קיינער. וואס עפעס האט ער געמעגט? ובפרט אז ער האט דאך יא געקענט א געוואלד מיט תורה, און עלעמענטערע כבוד קומט זיך איהם, לויט די ווירדען פון א רעליגיע צו וואס איך באלאנג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דעת תורה » דאנערשטאג מערץ 2, 2017 9:48 am

· #364294
Re: הרה"ג אבא חייא טויבער שליט"א
דערווייל זעה איך אים שטופן פאר מער טרענספערענסי און אפנקייט. כ'פארשטיי דעם צד דערקעגן, אבער צי וואס אים קריטיקירן פונקט אויף דעם?

ליטוואק, דאס איז דאך דיין נושא. טרענספערענסי אין כשרות

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 2, 2017 10:28 am

· #364297
איך בין מסכים דערצו, און איך בין נישט קיין חסיד פון הרב בלסקי. דא אין דער מאמענט שטעקט אבער עפעס אנדערש. זיי האבן נישט מחליט געווען אז כשרות איז אזוי וויכטיג אז פאר דעם מעג מען אראפרייסן רבנים, נאר אז איינער וואס גייט נישט קיין בעקיטשע און לאזט גאלען די בארד (און מסתמא האט אליינס אזוי געטוהן) איז שוין נישט קיין רב וואס קומט כבוד. בקיצור די אלע זאכען וואס דער חת"ס זאגט אז עתיד ליתן את הדין. אחוץ טאמער דער חת"ס איז אויך דעת בעה"ב.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 2, 2017 9:33 pm

· #364364
נעכטן אין סמעדריש זאגט מיר איינער, האסט געהערט לעצטנס די שיעורים פון א בכי' לדורות?
איך קוק אים אן מיט וואונדער און פרעג: פון וועמען?
ער קוקט מיר צוריק אן מיט א פשטות און חזר'ט איבער: פון "א בכי' לדורות"!
דאן האב איך געכאפט און אויסגעשאסן.....

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 10, 2017 1:21 am

· #365184
קורקלענד
כאילו נאר די או. יו. טוט אזוי. די חילוק איז נאר אז זיי זאגן בפרהסיא אז דאס איז זייער פאליסי. און די השגחות מיט מער אידישע אותיות אין די לאגא זאגן נישט אויס די פאליסי.

דאס איז דעת בעל הבית.... דעת תורה זאגט צו מאכן א שתיקה פון די פאליסי אויך! וכן נוהגים.

ליפא » זונטאג אוגוסט 6, 2017 10:32 pm

· #381515
ער שרייבט דאס אין מאמענט. יעדע גוטע דאקטאר אין אמעריקע איז פון אן אנדער לאנד. זייט וויסן
📎 rps20170806_223050.jpg

געוואלדיג » זונטאג אוגוסט 6, 2017 11:28 pm

· #381521
נישט קיין חידוש, איך האב שוין לאנג אויפגעמערקט אז די דאקטוירים דא זענען פון פילע פארשידענע לענדער, וו. צ. ב. ניו יארק. ניו דזשערסי, מאסעטשוסעס, יוטא, אילינוי, ועוד ועוד...

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 11:30 am

· #381566
געוואלדיג
נישט קיין חידוש, איך האב שוין לאנג אויפגעמערקט אז די דאקטוירים דא זענען פון פילע פארשידענע לענדער, וו. צ. ב. ניו יארק. ניו דזשערסי, מאסעטשוסעס, יוטא, אילינוי, ועוד ועוד...


אפילו די געלונגענע מחנכים זענען פון אויסלאנד, למשל די טויבערס פון מאנסי...

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 11:43 am

· #381568
איך ווייס איין זאך: ווען איך ליין ר' אבא חייא טויבער'ס בויך גרימענישן קומט מיר צו ברעכן. א יעדע וואך ווען איך קויף דעם מאמענט מיש איך די ערשטע זאך אויף ר' אח"ט'ס קאלום. האפנדיג אז אפשר די וואך וועט ער האבן עפעס א נארמאלע זאך צו זאגן. אבער ס'גייט נישט. א יעדע וואך שטייגט ער איבער זיין פריער'דיגן מאמר מיט שטותים און היפאקריטישקייט. ער איז אזוי ווי אן אלטער יוד אין א נוירסינג האום וואס רעדט אבי גערעדט. אבער מ'קען נישט נעמען זיינע ווערטער צו ערנסט...! משא"כ די אנדערע בעלי מימרא רעדן זייער שטארק צו די זאך. ווי ...דער מחנך"... און הרב יואל אשר לאבין שליט"א. זייערע מאמרים זענען כמים קרים על נפש עייפה...!

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 12:09 pm

· #381575
berlbalaguleh
האפנדיג אז אפשר די וואך וועט ער האבן עפעס א נארמאלע זאך צו זאגן.


how sad 😕

diff » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 1:50 pm

· #381595
ר' אבא חייא טויבער איז א תלמיד אין מגידות פון ר' אביגדור מילר. ס'דא די וואס נישט סובל די גאנג און די שטרענגקייט. און ס'דא פונקט פארקערט

diff » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 3:43 pm

· #381742
[ציטאט אראפגענומען]

כ'כאפניש מיט וואס ביסטו מער ווי עם