מתנחלים שיקן בריוו צו סאטמארע ברודער
52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6732
מתנחלים שיקן בריוו צו סאטמארע ברודער
בס"ד
צי אינזערע טייערע סאטמערע ברודערס,
אונז האב מיר זיך מתבוננן געווען אין די ווערטער פון ענקער רבי'ן שליט"א און אונז האבן באשלאסן אז ער איז הינדערט פראצענט גערעכט. אונז וויל מיר תשובה טון. אונז ווילן אוועק גיין פון אונזערע שלעכטע דרכים און ווערן סאטמערע אידן, אזוי ווי ענקער רבי וויל.
אונז וועלן איבערלאזן אונזערע פשוט'ע און ארעמע לעבנ'ס, אונזערע ביידעלעך און שעפס'עלעך, אונזער כוללים אין ישיבות ווי אונז האבן געלערנט אין געלעבט מתוך הדחק, וואס אונז האבן געמיינט אז דעס איז מסירות נפש מקיים צי זיין די מצות השם, אונז וועלן איבערלאזן וואס אונז האבן ביז יעצט געמיינט איז עבודת ה', און אונז וועלן זיך אוועקציען פון ארצינו הקדושה און גיין קיין אמעריקע.
אין אמעריקע וועלן אונז בויען א נייע אידישע ישוב. די גוים וואס וועלן זאגן אז זיי ווילן נישט קיין אידן אין זייער חצר וועלן מיר אונז ערשטענ'ס אויסשפילן מיט אלע עורמות און שפיצלעך, ווי למשל זיך אנטאן מיט א קסקט אין זיך דרייען מיט א כלב (אין ארצינו הקדושה איז עס טאקע א עבירה צי גיין וואוינען צווישן גוים וואס ווילן דיך נישט האבן. אין אמעריקע איז עס א מצוה) און ווען זיי וועלן אונז בעטן צי זיין אזוי גוט און זיך האלטן צי זייערע זאוינינג געזעצן וועלן אונז גיין און מייסד זיין א אייגענע ממשלה, אזוי וועלן אונז קענען טון וואס אונז ווילן אן דארפן זיך מתייחס זיין צי זיי.
נאכדעם וואס אונזער אידישע אוטונומיה וועט זיין א פאקט וועלן אונז איינשטעלן א געהעריגע ממשלה, מיט אייגענע משטרה, מכבי אש, הצלה, סניטציה, מיסים, חוקים וואס וועלן שטרענג אונפארסירט ווערן דורך אונזערע אייגענע שוטרים. די שכנים וואס וועלן זיך וואגן צי עפענען זייער מויל קעגן אונז וועל מיר אונז מסדר זיין דורך טריקס און עורמות. פוליטיקער וואס וועלן נישט אינגאנצן מסכים זיין מיט אונזער אייגענע ממשלה וועל מיר אונז ארויסווארפן פון זייערע תפקידים, דורך אלע מיני דריידלעך. אונז וועלן היינשרייבן אלע רעליגיעזע בחורים פון אונזער נישט-מתנחל'ישע ישיבה צי איין פארטיי און זיי אראפשיק'ן שטימען אין די מאסן און אזוי אוועקנעמען פון א פאלעטישען די נאמינעשן וואס ער האט יושר'דיג באקומען פון זיין פארטיי. אונז וועלן שיקן פאלשע צעטלעך, לייגן פאלשע אדווערטייזמענט'ס כדי צי צומישן די גוים אז זיי זאלן נישט וויסן פאר וועמען צי שטימען. סוכ"ס וועלן די צייטונגען שרייבן וויאזוי מיר האבן ציגענומען פין די פאלעיטישנס זייערע בענקלעך, אבער דעמאלץ וועט שוין זיין צי שפעט פאר זיי עפעס צי טאן (ס'איז נישט קיין חילול השם ווייל ס'וועט נישט זיין אונזער שולד אז אנטיסעמיטישע רעפארטערס וויל דוקא שרייבן וואס אונז טוען).
ס'וועט נישט זיין קיין התגרות באומות, ווייל סוכ"ס ווען סאטמערע רב ז"ל האט אזוי געוויינט קעגן התגרות באומות האט ער נאר געמיינט די אראבערס אבער נישט די אמעריקאנע גויים וואס קעגן זיי מעג מען מורד זיין, מיט זיי מעג מען זיך קריגען אין זיי מעג מען רודפ'ן מיט אלע עורמות און שטיקלעך, אין נאך דעם קען מען אפילו ארויסגעבן ספרים און שרייבן מיט שטאלץ וויאזוי כוחו של אותו זקן איז אונז געשטאנען צי די זייט ביי אלע אונזערע מלחמות קעגן די גוי'אישע אנטיסעמיטן.
אין אמעריקע איז בכלל נישט דא די נסיון פון מאכן התגרות באומות. אויב אונז וועלן האבן פראבלעמען פין גוי'אישע שכנים וואס וועלן אויסשיסן א פענסטער פון א קאר, וועלן אונז זיך נישט דארפן אראפזעצן זאגן תהילים און מצדיק זיין די גזר דין, ווייל די חברה שומרים וועלן מיט גרויס הכנעה צעברעכן דעם גוי די ביינער למען ישמעו ויראו. אויב וועלן זיין גוים וואס וועלן קומען וואוינען אין "אונזער" געגנט וועלן אונז טון אלעס אין די וועלט חלילה זיך נישט צי רייצן מיט זיי נאר איידעלערהייט זיי ארויסווארפן פון שטאט.
אינז וועלן נעמען פון די רעגירונג אלע הטבות וואס אינז קענען נאר. 93 פאראצענט עולם וועט לעבן אויפן חשבון פון די גוים. די רייכע מענטשן פון די גאנצע קאונטי וועלן מוזן באצאלן העכערע מיסים כדי צו אויסהאלט'ן אינזער שטעטל. אונז וועל מיר נעמען יעדע איינציגסטע סעקשאן 8 געלט וואס איז נאר דא, און שפעט'ער לייגן אווערטייזמענט'ס אז במקום פלוני ופלוני איז יעצט אנגעקומען נאך סעקשאן 8 אפליקציות. יעדער זאל אהינגיין זיך אהנשרייבן פאר די גוים פון דארט – פאר וועמען די סעקשאן 8 געלט איז באשטימט – וועקן זיך אויף. און דעמאלץ וועלן אונז אויפקומען מיט פרישע שטיקלעך יעדן טאג, ווי למשל זיך מאכן הומלעס און נאך און נאך שטיקלעך כדי אויס צו שפיל'ן די גויים. אונז וועלן קויפן הייזער אויף אנדערע נעמען און ניצן די סעקשאן 8 דירה געלט צי באצאלן אונזער מורטגיזש.
אונז וועלן גיין צים גאווערנער אין עם צווינגען צי געבן צענער מיליונען דאלאר פאר אונזערע ישיבות. אונז וועלן עם זאגן אז אונזערע ישיבות זענען קאלעז'עס ווי יעדער וואס גייט אהין אריין לערנען קומט ארויס מיט א זשאב, אזוי אז די געלט וואס ער גיט אונז איז א טובה פאר די עקאנאמיה. די גאווערנאר וועט סוכ"ס וויסן אז 99 פראצענט פון די בחורים לערנען זיך נישט קיין שום זשאב אין ישיבה, אבער וועט מורא האבן עפעס צי טאן ווייל אינז וועלן עם סטראשענען מיט'ן נישט בוחר זיין פאר עם אין די קומענדיגע בחירות, וואס אין אמעריקע זענען זיי כמעט א חוב קדוש, וויבאלד די ציל איז דאך צי ראטעווען אידישקייט.
פארשטייט זיך אז ביים נעמען די געלט פון די רעגירונג וועלן אינז מוזן מבטיח זיין אז אינז מאכן נישט דיסקורימנעשן קעגן געיז און אז יעדער בחור וואס וויל מאכן א משכב זכר חתונה דארפן אינז עם לאזן.
אינז וועלן נעמען פון די גאווערמענט געלט פאר מוסדות אפילו ווען אונז מוזן מצהיר זיין אז אין לנו חלק ונחלה וכו' (רח"ל), אונז וועלן נישט זיין אזוי ווי די פאנאטישע אמעריקאנע אגודת ישראל אין די מאדערנע קהילות וואס ווילן נישט נעמען געלט פון די ממשלה אויב קומט עס מיט א תנאי אז מ' טאר נישט דערמאנען דעם אייבערשטנ'ס נאמען. אונז זענען קלוגער פון דעם. מ' נעמט געלט אין מ' זאגט נישט די אמת.
(דאס וועט זיין א שטיקל מסירות נפש פון אונז ווייל אין אר"י ווען די ממשלה האט געגעבן געלט פאר אונזערע ישיבות האבן זיי 'נישט' געשטעלט קיין תנאי אז אינז טאר'ן נישט דערמאנען די אייבערשטנ'ס נאמען, זיי האבן אונז געלאזט לערנען וויפיל אידישקייט אונז ווילן. זיי האבן נאר געהייסן אז אונז זאלן אויך לערנען אביסל ליב"ה. דארט אבער זענען אונז ע"פ שיטת סאטמער נישט געווען ערלויבט ארום צו חוש'ן מיט די ממשלה. דא אין אמעריקא קען מען פשוט נעמען געלט פון די ממשלה און זיי זאגן ליגנט, ווייל כח הפועל בנפעל איז נאר שייך ביי די מדינה. אין אמעריקע ווען זיי געבן אונז געלט, האבן זייערע נישט-אידישע און כופר'ישע שיטות ווי געי רייטס, וואמינס רייטס, און עוואלוציה וכו' נישט קיין שום השפעה אויף אונז.)
איין טאג וועלן אונז באשליסן אז אינזער אייגענע ממשלה איז נישט גענוג, אונז ווילן נאך שטח, דורך אוועקנעמען שטח פון די שכנים, ווייל ס'איז אונזער זכות. די גוים וועלן פראטעסטן און פארפירן אבער אונז וועלן זיך אויספייפן אויף זיי, ווייל התגרות באומות איז נישט שייך אין אמעריקע, וויבאלד די אמעריקאנע גוים זענען נישט קיין רוצחים, התגרות באומות גייט נאר אן ביי רוצחים. נעמען א מלוכה פאר די צייט (און כובש שטחים) וואס גוים ווילן אונז נישט געבן מרצונם הטוב, איז נאר א עבירה אין ארץ ישראל. אין אמעריקע מעגסטו נעמען וויפיל מלוכות דו ווילסט.
אויב אונז וועלן זען אז די גוים שרייען צי שטארק וועלן אונז ארויסנעמען אונזער בוך פון טריקס, וואס אונז ניצן אייביג צי אויסשפילן און דערשרעקן די גוים. אונז וועלן מאכן א ליסט פאר די גוים פין אלע ריל אסטעיט וואס באלאנגט פאר אידן ביז אסאך קילומטר אוועק פון אונזער לאנד אז זיי זאלן מורא האבן אונז צי טשעפען
אונז וועלן זיך אויך מאכן כאילו אונז מיינען אז די גוים זענען נער'נים און פארשטייען פשוט נישט וואס ס'גייט פאר ביי אונז. זיי זעען ווי אידן זענען די בעלי בתים פון טויזענטער דונאם לאנד, און מיינען נאך אלץ אז אונז זענען פינסטערע ארעמע לייט.
איין טאג וועט ארויסקומען די צנסוס און זאגן אז אינז זענען די ארעמסטע געגנט אין גאנץ אמעריקא. ביי אונז אבער דרייווט מען טייערע קעדילעקס און לעקסוס, און גלאנציגע נייע מיני'ווענס. אינזערע ווייבער וועלן זיך אנטון די טייערסטע קליידער און ז'ולערי אנשטאטס די ביליגע שמאטעס וואס זיי זענען געגאנגען ווען אונז האבן מיר געוואוינט אין ארצה"ק און שטיפן טויזנט דאלארדיגע קינדער וועגעלעך אנשטאטס זיי טראגן אין די הענט. א רעפארטער פונעם ניו יארק טיימס וועט קומען צי אונזער מלוכה, דער המיועד להיות אנטיסעמיט וועט זוכן די ארעמקייט און אנשטאטס וועט ער זען וויאזוי אונזער ציבור מאכט וועכנטליך גראסערי ארדערס פון הונדערטער דאלאר.
דאס זעלבע וועלן אונז גלייבן באמונה פשוטה שלימה אז די ארבעטערס אינעם סאשעל סערוויסעס אפיס זענען פשוט'ע טיפשים און כאפן נישט אז די פרויען, באצירט און באפיצ'ט פין קאפ ביז פיס מיט כסף וזהב און אבנים טובות, וואס קומען בעט'ן הטבות פון די רעגירונג צי קענען ווייטער אהנגיין מיט זייערע טייערע לעבנ'ס, טוען פשוט בא'גנב'ען די סיסטם.
אונז וועלן האבן א רייכע לעבן וואס כמעט קיינער פון אינז קען נישט אפארד'ן, טייערע קליידער, ז'ולערי, פערניטעשור, זימער וועקעשנ'ס אא"וו, דאס וועט אונז צווינגען צי לעבן א לעבן פון שנאר אויפ'ן חשבון פין די אמעריקאנע רעגירונג, ווייטער מיט'ן חשבון אז די גוים זענען נישט אזוי קליג ווי מיר חכמי הארץ און כאפן נישט אז אינז באגנבענען זיי און פזר'ענען אויס זייערע שווער אויסגעמאטערטע טעקס געלט צי קענען לעבן א ברייט'ע לעבן.
אבער אינז וועלן זיין גליקליך און צופרידן אז אונז טוען דעם רצון ה' ווייל אונז וואוינען נישט אין די טמא'נע מדינה ווי אונז האבן געהאט א ממשלה פאר די צייט, און ווי אונז האבן געמאכט התגרות באומות און זיך גערייצט מיט די גוים, און ווי אונז האבן מיר גענומען געלט פון די ממשלה, טאקע נאר פרוטות קעגן די שווערע סכומים וואס מיר וועלן פון יעצט און ווייטער ארויסנארן פון די אמעריקאנעס.
הכו"ח למען כבוד האמת ותורת אמת,
די געוועזענע מתנחלים.
לכבוד די עקס מתנחלים יחיו
There is a saying that two wrongs don't make one right דאס וואס ביי אונז אין סאטמער זענען דא אזעלכע וואס פירען זיך נישט ערליך בדיני ממונות און אפשר אביסעל ווי חיות און זענען גורם אז געוויסע יפיי נפש זאלן אויף אונז אלע אראפקוקען געט ענק נאך נישט גערעכטיגקייט אויף וואס ענק טוען.
יעדער טאטע וואס האט געברענגט א קינד אויף דער וועלט טראגט אן אחריות אויף דער קינד סיי ע"פ תורה סיי ע"פ דינא דמלכותא און סיי ע"פ יושר וע"פ שכל, א קליין קינד ווערט געבוירען אין די ערשטע יארן איז אומבאשיצבאר ער קען זיך נישט אליינס אן עצה געבן און אפילו ווען ער ווערט אביסעל עלטער איז ער נאך נישט געניג רייף און שטארק היי זיך צי מאכן אליינעס החלטות ובפרט צי גיין קעגען זיינע עלטערען, און ווען זיינע עלטערען שיקען דעם קינד אריין אין א מקום סכנה איז דאס א עוון פלילי ובפרט אז זיי ווייסען אז עס איז א מקום סכנה, והא ראיה אז דער קינד פין 17 יאר שפעטיגט מיט א שעה צוויי ריפט מען פאליציי און מען האט שוין מלא טענות אויפן מיליטער פאר זיך נישט אריין מישען.
כבוד המתנחל פליז זיי מיר מסביר וואס האט אונזער פאר אדער אסאך חיות אין קרית יואל שייכות און געט א הצדקה פאר אייער מפקיר זיין אייערע קינדער פאר א אידילאגיע? איז דען אייער ליבשאפט פאר נאך א שטיקעל ערד מער פין די ליבשאפט וואס איר האט פאר אייערע קינדער? גאנבעט יא אדער נישט פינעם ממשלה (איר געאנבעט גענוג) אבער נעמט אחריות אויף אייערע קינדער, האט זיי ליב און שטעלט זיי אביסעל העכער פין די נארישע געיאג נאך נאך א שטיקעל לאנד.
בברכת וילמדו תועים בינה
נישט חלילה אז מיר דארפן פאר ענפערן דעם היילגן סאטמארער רבי'ן שליט''א, נאר אזוי ווי אונזערע טייערע ברודער התועים וואס לעבן אין ארצינו הק', און האלטן אז מיטן וואוינען אין די אומליגאלע איינגענימע שטחים, זענען זיי מקיים מצות ישוב ארץ ישראל, ( טראץ דעם וואס איז שווער צו פארשטייען, פארוואס ישוב ארץ ישראל איז מען נאר מקיים, ווען מען וואוינט אין די אומלעגאלע איינגענימענע שטחים, ארום גענימען מיט טויזענטער אראבער, וואס שוימן פאר כעס. פארוואס קען נישט מקיים זיין מצות ארץ ישראל אין ירושלים, בני ברק, תל אביב, טבריה, צפת, אשדוד, ערד, בית שמש, אלעד, מודיעין עילית, ???, שמעקט עס דען נישט פון התגרות באימות??? ) און האלטען און איין שרייען אז סאטמאר האט אויך א אייגענע לאנד, און א אייגענע אטונאמיע, און טיט זיך אויך מתגרה זיין מיט אומ''ע, איז כדי עס א ביסל אויסצושמיעסן.
דער פסוק זאגט אין שיר השירים: השבעתי אתכם בנות ירושלים בצבאות או באילות השדה, אם תעירו ואם תעוררו את האהבה עד שתחפץ.
זאגט אויף דעם די גמרא אין כתובות: שלש שבועות הללו למה? ההוא מיבעי ליה לכדרבי יוסי ברבי חנינא דאמר ג' שבועות הללו למה אחת שלא יעלו ישראל בחומה ואחת שהשביע הקדוש ברוך הוא את ישראל שלא ימרדו באומות העולם ואחת שהשביע הקדוש ברוך הוא את העובדי כוכבים אומות העולם שלא ישתעבדו בהן בישראל יותר מדאי!!!
לאמיר א ביסל צונעמען דער צווייטער שבועה: שלא ימרדו באומות העולם.
וואס מיינט דאס אויף אידיש? דאס מיינט אז כלל ישראל טאר נישט מורד זיין אין די אימות העולם, אויב די אראבער זאגן אז ארץ ישראל באלאנגט פאר זיי, טארן זיך די אידן נישט אקעגן שטעלן, און נעמען מיליטער און ארויסטרייבען די אראבער, אידן זענען פארבאטן געווארן מיט א שבועה פונעם הייליגען באשעפער צו פארמאגן נאציאנאליזם, דאס מיינט א אייגנע לאנד, אייגענע מיליטער, און אלעס וואס נעמט ארום נאציאנאליזם, אידן דארפן לעבן אונטער די אימות העולם, מיט הכנעה. (עס איז אומבטעמ'ט? אמת וועגן דעם בעטן מיר ובנה ירושלים עיר הקודש בב''א)
שלא ימרדו באומות העולם. איז פארבאטען פאר אידען אפי' ווען דער ראש הממשלה גייט מיט סטראקעס, און די געזעצן פון די מדינה איז די דיני התורה, וואו למשל אז אויב איינער איז מחלל שבת, זאגט די געזעץ אז מען דארף אים פארשטיינערן, און אויב איינער לייגט נישט קיין תפילין, קימט די משטרה און מען גיבט אים א טיקעט פון $250.
ק''ו ובן בנו של ק''ו, אויב אידן פראקאלאמירן זיך אלס א נאציאנאל, נאר אן די הייליגע תורה ומצוותיה, נאר ככל הגוים בית ישראל ח''ו, (כלשון של החוזה של המדינה)איז דאס נאך פולפאכיג הארבער, דאס גייט שוין אריין אין כפירה בקדושת עם ישראל, וואס איז נתקדש געווארן בקדושת התורה ומצוותיה ביי הר סיני, ווען איינער זאגט אז מען קען זיין א איד, נאר מיט נאציאנאל, (רעדן עברית, וואוינען אין ארץ ישראל, און פראווענען יום הצמאות, און שיסן וואס מער אראבער) און די תורה און מצות זענען אים גארנישט מחייב, איז א רעכטער כופר, ואין לו חלק באלקי ישראל.
קרית יואל איז נישט קיין נאציאנאל, קיינמאל נישט געווען און קיינמאל נישט זיין, קרית יואל איז א חלק פון די סטעיט אף ניו יארק, וואס איז א חלק פון די פאראייניגטע שטאטען, דער בעה''ב אין קרית יואל איז גאווענער מאריא קאמא מיט זיינע סטעיט טרופערס, מיט זיין אויבער האר פרעזידענט אבאמא מיט זיין ארמיי.
ווען א איד וואוינט אין פראנקרייך און א גוי קריכט אים אויף די הינער אויג, און ער גייט און מיטן די נאכט און האקט אים אויס די שויבן, הייסט דאס התגרות באימות? זיכער ניין! ער האט אים דען אויסגעהאקט די שויבן ווייל ער האט געוואלט האבן א אייגענע נאציאנאל? ניין! ער האט אים אויסגעהאקט די שויבן ווייל דער גוי איז אים געקראכן אויף די הינער אויג!
דאס זענען דברים פשוטים וואס יעדער וואס וויל נאר פארשטיין פארשטייט, און פאר די דאזיגע וואס ווילן דאס נישט פארשטיין צילוב סיי וואס פאר א סיבה, זאלן טאקע ווייטער בלייבען מיט קישות.
אזוי אויך פאר די אנשי סאטמאר החדשה דער כת סאסמאן, וואס פירן זיך מיט זייער הייליגע שיטה, אז אויב דער רבי שליט''א זאגט רויט, דאן זאגט ער גרין, אויב דער רבי שליט''א זאגט רעכטס, דאן זאגט ער לינק, אויב דער רבי שליט''א זאגט טמא, דאן זאגט טהור, צו זיי איז א שאד אפי' צו רעדן.
.
מהר''א איז גאר א ציוני, פון נטורי קרתא
📎 3.jpg
שאלה
לכבוד אחינו הטועים חסידי סאטמאר הע"י
א קורצע לעקציע אין היסטוריע וועט אייך לערנען אז פאר די 6 טאג מלחמה אין '67 איז דער אראבער אויך ברוגז געווען אויפ'ן איד וועלכע וואוינט אין ירושלים, בני ברק, אלעד און בית שמש און האט אים געוואלט אריינווארפען אינעם ים הגדול!
הייסט עס אז ביז '67 זענען אלע אידן אין ארץ ישראל געווען בבחינת "מתנחלים" און "רוצחים?"
הירשל ציג
הייסט עס אז ביז '67 זענען אלע אידן אין ארץ ישראל געווען בבחינת "מתנחלים" און "רוצחים?"
ההכרח בל יגונה ווי דען האבן זיי געקענט וואוינען? אבער היינט ווען טיב הארץ איז ניתן לפניך אין איינער שיק דארט לערנען איז ער א מופקר.
בנוסף אלע יארן וואס די מדינה איז געשטאנען איז נישט געווען קמעט קיין טרור מען האט זיך געקריגט מיט אנדערע מדינות נישט מיט טערור גרופעס ואיו הנידון דומה לראיה
הירשל ציגלכבוד אחינו הטועים חסידי סאטמאר הע"י
א קורצע לעקציע אין היסטוריע וועט אייך לערנען אז פאר די 6 טאג מלחמה אין '67 איז דער אראבער אויך ברוגז געווען אויפ'ן איד וועלכע וואוינט אין ירושלים, בני ברק, אלעד און בית שמש און האט אים געוואלט אריינווארפען אינעם ים הגדול!
הייסט עס אז ביז '67 זענען אלע אידן אין ארץ ישראל געווען בבחינת "מתנחלים" און "רוצחים?"
א קורצע לעקציע אין היסטוריע:
פאר עס איז אויפגעקימען דער ריעון הציוני בשנת תרנ''ט לפ''ק, האט אויך דער אראבער געוואלט אריין ווארפן די יודן אין ים הגדול?
קאך_לעפל
א קורצע לעקציע אין היסטוריע:
פאר עס איז אויפגעקימען דער ריעון הציוני בשנת תרנ''ט לפ''ק, האט אויך דער אראבער געוואלט אריין ווארפן די יודן אין ים הגדול?
איז וואס? נישט דאס איז דער מדובר דא, די שאלה איז אויב די וואס וואוינען אין א מקום סכנה זענען מופקרים, אין דאס איז וואס דער ציג וויל ארויס ברענגען אז מען האט דארט שטענדיג געוואוינט אין א מקום סכנה אין מען קען נישט האבן א טענה אויף די מתנחל מער ווי די עדה בי"ד וואס האבן געוואוינט לעבן דער גרעיניץ
תשובה
נישט יעדער מקום ווי גוים ווילן די הארגנען איז התנחלות, אין ווילאמסבורג ווילן דיר אויך גוים הארגנען דאס איז אבער נישט קיין התנחלות
התנחלות איז טייטש ווען איינער האט א שיינע הויז א גוטע ביזנעס ער מאכט אסאך געלט אבער ער לאזט אפ אלעס פאר התגרות באומות, פארן יצר הרע און תאוה פון שלימות הארץ
דער פרומער איד וואס קויפט א הויז אין ביתר אויך א התנחלות אדער אין מודיעין אויך א התנחלות קויפט עס ווייל ער וויל א ביליגע דירה און ער וועט זיך פרייען אויב ער קען באקומען די זעלבע דירה נישט אין די שטחים
אבער די מתחנלים וואס גייען דארט נאר פאר די שלימות הארץ תאוה, די זענען רוצחים פון זייערע קינדער און פון זיך.
קיינער מוז נישט אנטלויפן פון זיין הויז ווען ס'איז א מקום סכנה, אבער אריין גיין אין א מקום סכנה איז א אנדערע זאך
און ווי זאגט סאטמאר רבי ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט וויל נישט פארשטיין
קאך לעפל ,דו ענטפערסט נישט קיין ווארט און אפילו נישט קיין האלבע ווארט זייערע בייסיגע שאלות/טענות.
נושא ונותןקאך_לעפל
א קורצע לעקציע אין היסטוריע:
פאר עס איז אויפגעקימען דער ריעון הציוני בשנת תרנ''ט לפ''ק, האט אויך דער אראבער געוואלט אריין ווארפן די יודן אין ים הגדול?
איז וואס? נישט דאס איז דער מדובר דא, די שאלה איז אויב די וואס וואוינען אין א מקום סכנה זענען מופקרים, אין דאס איז וואס דער ציג וויל ארויס ברענגען אז מען האט דארט שטענדיג געוואוינט אין א מקום סכנה אין מען קען נישט האבן א טענה אויף די מתנחל מער ווי די עדה בי"ד וואס האבן געוואוינט לעבן דער גרעיניץ
נאך די מלחמת השחרור פון תש''ח, האט די יו ען אויפגעארבייט א גרעניץ ליניע, צווישען מדינות ישראל און די אראבער, און די אראבער האבן בלית ברירה געמיזט מסכים זיין דערצו. און זיך אפאציעל צוגעשטעלט דערצו.
נאך די מלחמת ששת הימים האט מדינות ישראל אומלעגאל איינגענימען דעם מערב ברעג, און עזה, און די גולן הייטס, און די אראבער זענען נאך ביז היינט להשמיד אויף דעם, זיי ריפן די צינוים: די ציוניסטישע אקויפירער: וואו אויך איז עס שארף פארדאמט געווארן דירך אלע פעלקער אין דער וועלט, אריינגערעכענט אמעריקע, די גאצע וועלט ריפט עס אן די אומלעגאלע אקויפאציע, און דאס רעגט די מערסטע אויף די אראבער, אויב וואלטען די ציונים ציריק געגאנגען צו די ארגינעלע גרענצן פון שנת תש''ח, וואלט שוין אפשר לאנג געווען א שלום צווישען די ציונים און די אראבער:
עס איז א גרויסע חיוק פון די שטחים וואס די ציונים האבן איינגענימען נאך תשכ''ז, פון די שטחים וואס זיי האבן ארגינעל איינגענימען תש''ח
איך אויךקאך לעפל ,דו ענטפערסט נישט קיין ווארט און אפילו נישט קיין האלבע ווארט זייערע בייסיגע שאלות/טענות.
איך מיין אז יא!
אבער לאמיר הערן וועלעכע שאילה איזנישט פארענפערט געווארן?
וועלכע יא?
איך אויךוועלכע יא?
אה... איך האב נישט געכאפט.... די טרייבסט שפאס????!!!!! די טרייבסט פון מיר אקטאוואס.... 😃 🙂
איך אויךוועלכע יא?
גם אני מצטרף להנ"ל
שוין דער צווייטער אין צוויי טעג וואס באשולדיגט מיר אין זיין סארקאסטיש... אבער לא מיניה ולא מקצתיה.
אדרבה זיי מסביר וועלכע פון זיינע וואליד פוינטס האסטו געענפערט? פארוואס האבען זיי א רעכט צו טיילן דיעות פאר צובראכענע עלטערן און א צובראכן ציבור בעוד וואס זיי באנוצן זיך שטענדיג מיט אלע גניבות אומלעגאלע דריידלעך ,מאפיאנערישע שטיק וכו. וכו. וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן.??
די חזרסט נאר איבער די סאטמארע געמויזעכטס און מאכסט נישט קיין איין וואליד פוינט לגבי אלעס וואס דער 'מתנחל' האט געשריבן.
דאס וואס סאטמער גאנבעט געבט נישט קיין רעכט פאר די מתנחלים צי מפקיר זיין זייערע קינדער פאר נידריגע אדער אפילו חשובע אינטערעסן.
בדרך אגב סאטמער נעמט געלט זיי נעמען נפשות
ער רעדט פון אסאך מער פון סתם גנבנן אביסל חלק שמונה ליין עם נאכאמאל איבער.
איך אויךשוין דער צווייטער אין צוויי טעג וואס באשולדיגט מיר אין זיין סארקאסטיש... אבער לא מיניה ולא מקצתיה.
אדרבה זיי מסביר וועלכע פון זיינע וואליד פוינטס האסטו געענפערט? פארוואס האבען זיי א רעכט צו טיילן דיעות פאר צובראכענע עלטערן און א צובראכן ציבור בעוד וואס זיי באנוצן זיך שטענדיג מיט אלע גניבות אומלעגאלע דריידלעך ,מאפיאנערישע שטיק וכו. וכו. וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן.??
די חזרסט נאר איבער די סאטמארע געמויזעכטס און מאכסט נישט קיין איין וואליד פוינט לגבי אלעס וואס דער 'מתנחל' האט געשריבן.
קודם זיי מיר מוחל,
1) דער מתנחל פרעגט פארוואס התנחלות איז אסור, און האבן א אייגענעם וולידש אין קרית יואל איז מותר.
אויף דעם האב איך גענפערט!
2) וועגן די גניבות און די אלע אנדערע באשילדאינגן
איך זע נישט פארוואס עס קימט דא אריין!
3) פארוואס דער רבי האט געזאגט די דברות קודש???
אויף דעם וועט איר זיך מיזן נעמען די מיה, און אריין קיקן אונעם שכינותדיגען אשכול, וואו אלעס ווערט שוין מבואר באריכות גדולה עד למאוד,
דאס איז נישט די נקודה פון די בריוו, די נקודה איז וואו געשריבען אין נימער 1 וואס אויף דעם האב איך גענפערט
ידידך המעריך אותך
קאך_לעפל
מ'זעט טאקע בחוש אז קאכלעפל איז גערעכט...... די אראבער ווילן נאר צוריק צו די בעפאר 67 גרעניצן. והא ראיה. זייט מדינת ישראל האט זיך ארויסגעצויגן פון עזה, האבן זיי זיך בארוהיגט. זיי שיסן נישט קיין ראקעטן קיין אשקלון שדירות. ווייל דאס איז דאך די גרעניצן פון "תש'ח" . אגב די אראבער האבן מלחמה געהאלטן אין 48 כדי צו באקומען אלעס..... און זיי האבן פארלוירן. דאס מאכט גאנץ ארץ ישראל, קרית ויואל משה, און אלע בנינים אויף וואס סאטמאר שלאגט זיך דערויף, פאר התנחלויות. די אראבער הייבן אן ווי ס'איז די גרינגסטע און אויב די מתנחלים מופן ארויס הייבט זיך אן ראקעטן אויף ירושלים. וגוש קטיף יוכיח. אלזא, סאטמר זאל נישט זיין קיין כפויי טובה, און זאלן דאנקן די מתנחלים פארן האלטן די רוצחים ארויס פון געגנט. און האבן זיך אויף וואס צו שלאגן.
די אראבער ווילן אז אלע אידן זאלן ארויס פון לאנד... 67 גרעניצן איז א טריק . דאס איז א חלק פון די סאגא וואס אידן גייען דורך שוין די לעצטע צוויי טויזענט יאר מ'קען דאס נישט ראציאנאליש זען אנדערש חוץ אויב די רעליגיע פארלאנגט דאס.
איך אויךשוין דער צווייטער אין צוויי טעג וואס באשולדיגט מיר אין זיין סארקאסטיש... אבער לא מיניה ולא מקצתיה.
אדרבה זיי מסביר וועלכע פון זיינע וואליד פוינטס האסטו געענפערט? פארוואס האבען זיי א רעכט צו טיילן דיעות פאר צובראכענע עלטערן און א צובראכן ציבור בעוד וואס זיי באנוצן זיך שטענדיג מיט אלע גניבות אומלעגאלע דריידלעך ,מאפיאנערישע שטיק וכו. וכו. וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן.??
די חזרסט נאר איבער די סאטמארע געמויזעכטס און מאכסט נישט קיין איין וואליד פוינט לגבי אלעס וואס דער 'מתנחל' האט געשריבן.
ווייל ווען איינער לייגט זיך אריין אין א סכנה, און ליידער ווערט ער ניזק איז נישט די פשט אז דער עונש איז א "רמז מן השמים" דאס איז פשוט דער טבע, ווען איינער שניידט אריין מיט א מעסער און זיין אייגן פלייש, באקומט ער א שניט אלס דער נאטור, ממילא די סאטמורים זאגן דא נישט אזוי ווייט מוסר פארן עובר זיין אויף די שלש שבועות, מ'רעד מיר דא פון גראבע אומפאראנטווארטליכקייט קעגן אייגענע משפחה, ממילא אפי' לאמיר זאגן אז די חסידים אין ניו יארק טוהן עוולות איז עס פארט אינגאנצן א אנדערע קלאס ווי ווען איינער טוט א שריט וואס ע"פ הטבע לייגט ער אריין און א סכנה זיינע אייגענע קינדערלעך,
און ווי געשמועסט ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט, וויל נישט פארשטיין
דרך אגב ,אז דו דערמאנסט קרית ויואל משה זאלסטו וויסן אז עס איז געבויט אויף אור-אלטע קברים וואס מען האט שיינערהייט און שטילערהייט אויסגעריסן. א מזל האבען זיי געהאט אז עס איז געווען צוואנציג יאר פאר די וואטסאפ עפאכע אבער עס איז געווען וואויל באקאנט בשעתו פאר ווער עס האט געדארפט וויסן.
קאך_לעפלנושא ונותןקאך_לעפל
א קורצע לעקציע אין היסטוריע:
פאר עס איז אויפגעקימען דער ריעון הציוני בשנת תרנ''ט לפ''ק, האט אויך דער אראבער געוואלט אריין ווארפן די יודן אין ים הגדול?
איז וואס? נישט דאס איז דער מדובר דא, די שאלה איז אויב די וואס וואוינען אין א מקום סכנה זענען מופקרים, אין דאס איז וואס דער ציג וויל ארויס ברענגען אז מען האט דארט שטענדיג געוואוינט אין א מקום סכנה אין מען קען נישט האבן א טענה אויף די מתנחל מער ווי די עדה בי"ד וואס האבן געוואוינט לעבן דער גרעיניץ
נאך די מלחמת השחרור פון תש''ח, האט די יו ען אויפגעארבייט א גרעניץ ליניע, צווישען מדינות ישראל און די אראבער, און די אראבער האבן בלית ברירה געמיזט מסכים זיין דערצו. און זיך אפאציעל צוגעשטעלט דערצו.
נאך די מלחמת ששת הימים האט מדינות ישראל אומלעגאל איינגענימען דעם מערב ברעג, און עזה, און די גולן הייטס, און די אראבער זענען נאך ביז היינט להשמיד אויף דעם, זיי ריפן די צינוים: די ציוניסטישע אקויפירער: וואו אויך איז עס שארף פארדאמט געווארן דירך אלע פעלקער אין דער וועלט, אריינגערעכענט אמעריקע, די גאצע וועלט ריפט עס אן די אומלעגאלע אקויפאציע, און דאס רעגט די מערסטע אויף די אראבער, אויב וואלטען די ציונים ציריק געגאנגען צו די ארגינעלע גרענצן פון שנת תש''ח, וואלט שוין אפשר לאנג געווען א שלום צווישען די ציונים און די אראבער:
עס איז א גרויסע חיוק פון די שטחים וואס די ציונים האבן איינגענימען נאך תשכ''ז, פון די שטחים וואס זיי האבן ארגינעל איינגענימען תש''ח
אויב פאקטן מאכן אויס ביי דיר וויל איך דיר בעטן א פערזענליכע טובה, גיי ווער געוואר וויאזוי די השתלשלות פונעם מלחמת ששת הימים איז פארגעקומען.
וואס ווילסטו פון עם ער באקומט די געבאקענע 'פאקטן' פון טעלער אדער מ.ס. וכת דיליה.
מאטימ'זעט טאקע בחוש אז קאכלעפל איז גערעכט...... די אראבער ווילן נאר צוריק צו די בעפאר 67 גרעניצן. והא ראיה. זייט מדינת ישראל האט זיך ארויסגעצויגן פון עזה, האבן זיי זיך בארוהיגט. זיי שיסן נישט קיין ראקעטן קיין אשקלון שדירות. ווייל דאס איז דאך די גרעניצן פון "תש'ח" . אגב די אראבער האבן מלחמה געהאלטן אין 48 כדי צו באקומען אלעס..... און זיי האבן פארלוירן. דאס מאכט גאנץ ארץ ישראל, קרית ויואל משה, און אלע בנינים אויף וואס סאטמאר שלאגט זיך דערויף, פאר התנחלויות. די אראבער הייבן אן ווי ס'איז די גרינגסטע און אויב די מתנחלים מופן ארויס הייבט זיך אן ראקעטן אויף ירושלים. וגוש קטיף יוכיח. אלזא, סאטמר זאל נישט זיין קיין כפויי טובה, און זאלן דאנקן די מתנחלים פארן האלטן די רוצחים ארויס פון געגנט. און האבן זיך אויף וואס צו שלאגן.
די אראבער ווילן אז אלע אידן זאלן ארויס פון לאנד... 67 גרעניצן איז א טריק . דאס איז א חלק פון די סאגא וואס אידן גייען דורך שוין די לעצטע צוויי טויזענט יאר מ'קען דאס נישט ראציאנאליש זען אנדערש חוץ אויב די רעליגיע פארלאנגט דאס.
דו פארקויפסט שקרים
לאמיר קלאר שטעלן די זאך, אידן זענען געגאנגען אין גלות הקב"ה האט זיי צושפרייט בכל קצוויי תבל, און דארט האבן זיי זיך געבויעט הייזער דאס אז דער גוי בכל מקום שהוא וויל זהען דעם איד טויט מיינט נאכנישט אז דאס איז א התגרות אז דאס איז א מקום סכנה
ביז 48 האבן אידן געווינט אין גאץ א"י חברון ירושלים שכם און איבעראל מען האט אפילו געבויעט שטעטליך ווי מאה שערים, משכנות, פתח תקוה, דאס האט קיינעם צו געבאדערט דאס עצם בויען, איך רעד יעצט נישט די עשו שונא ליעקב חלק פון דעם גוי
נאך 48 איז געווארן צוויי מדינות מדינת ישראל און מדינת ירדן זיכער האט יעדער געוואלט האבן אלעס אבער דאס האט נישט געהאט מיט מקום סכנה דאס איז פונקט ווי אידן אין פאריז ביי די צווייטע וועלט קריג צוויי מדינות האבן זיך געשלאגן
נאך 67 האט מדינת ישראל צוגענומען די שטחים פון ירדן, ירדן האט מחליט געווען צו זאגן ביי ביי און זיי האבן זיך געבויעט א נייע מדינה, דא האט זיך אנגעהויבן די פראבלעמען, ס'איז געבליבן איבער א מילאן אראבער וואס האבן נישט געהאט קיין דאקומענטען
וואלט מדינת ישראל זיי געגבען בירגער רעכטען וואלט קיינער נישט געשריגן, אבער מדינת ישראל האט זיי נישט געגבען קיין בירגער רעכטען, זיי האבן נישט באקומען פון מדינת ישראל פאספורטן, פראגרעמען, שטים רעכטן, לייסענס, ואלעם גלייכן
זאכן וואס יעדער האט האבן די אראבער נישט באקומען, נאך 20 יאר זיצן שטיל ווען די קינדער זענען אויפגעוואקסן אן אלע רעכטען האבן זיי זיך גענומען פארפירן זיי ווילן אדער ווערן בירגער פון מדינת ישראל אדער פון א צווייטע לאנד
נישט זיין אויפן וואסער, און דא האט זיך אנגעהויבן די צרות פון די טעראר אטאקעס די שלעגעריי וואס בלוט גיסט שוין באלד 30 יאר
נאכן באקומען גוש קטיף זענען זיי נאכנישט געווארן א מדינה פארקויפט נישט קיין שקרים
צום עצם מחלוקת פון יעצט איז נישט דא דער מקום וואס יעדע צד וויל און ווער ס'וויל באמת שלום און ווער נישט
אבער זיי נישט מדמה צוויי מדינות וואס שלאגן זיך, מיט דעם יעצטיגן געשלעגריי
בקיצור, דו ביסט מודה אז אויב אידן וואוינען אין א מקום סכנה נעבן אנטיסעמיטן אז זיי דארפן נישט אוועקמופן. חוץ אויב דער גוי האט אונז פיינט פאר פאליטישע סיבות...דאן דארף מען אנטלויפן. איך בין נישט זיכער אז ר אהרן איז מסכים..
מאטיבקיצור, דו ביסט מודה אז אויב אידן וואוינען אין א מקום סכנה נעבן אנטיסעמיטן אז זיי דארפן נישט אוועקמופן. חוץ אויב דער גוי האט אונז פיינט פאר פאליטישע סיבות...דאן דארף מען אנטלויפן. איך בין נישט זיכער אז ר אהרן איז מסכים..
ווי זהעסטו מיין הודאה?
איך זאג נאכאמאל, דער מושג אוועקמופן פון א הויז איז נישט ווי גיין לכתחילה קויפן א הויז ביי א מקום סכנה
ווילאמסבורג איז א מקום סכנה אבער גיי מוף אוועק פון דארט
אפילו ביתר און מודיעין זענען מקומות סכנה אבער אז מען קויפט דארט א הויז מחוסר ברירה אלס א גלות איד
וואס כך גזרה חכמתו צו זיין אין גלות בין האומות איז אויך אנדערש
אבער ווען איינער גייט קויפן א הויז נאר ווייל ער וויל זיך רייצן מיטן אראבער דאס איז די סיבה פון קויפן דעם הויז דארט
און די ראיה איז ווען די זאגסט פאר א איד איך געב דיר אימזינסט א נייע דירה נאר נישט אין שטחים
דער וואס קויפט א הויז מחוסר ברירה ווייל ער איז אין גלות און דאס איז וואס דער באשעפער וויל וועט שנעל כאפן די נייע הויז
דער וואס גייט אריין אין א מקום סכנה צו זיך רייצן מיטן אראבער וועט זיך שלאגן און נישט ארויס גיין
איז דער פשט אז צוליב די טעראר ווערט נולד א נייע דין פון רודף און מאבד עצמו וכו' אויף די מתנלים. הער איך...
ווען איז דאס געווארען, דוקא זינט די אינטיפאדאס?
ביז '87 האט מען געמעגט?
לגבי די שיטה פון התגרות באומות האט נישט קיין שום שייכות איינס צום צוווייטען
אבער לגבי די סיבה פון מאבד עצמו לדעת, און רציחה איז קלאר אז פון ווען ס'איז געווארן די התנחלות און די מתנחלים זענען דארט געגאנגען טאקע צו קעמפן איז דאס אסור אפילו לשיטת המתנגדים לאיסור שלוש שבועות
און נישט נאר סאטמאר רבי זאגט אזוי
רוב רובם פון די גדולי ישראל פון אגודה זאגן די זעלבע אז גיין קויפן א הויז אין חברון איז א מקום סכנה
און אפילו דער טאטע פון גיל-עד האט עס געזאגט פארן דיספעטשער פון די פאליציי דאנערשטאג נאכט
"דאס איז נישט אין ירושלים אדער בית שמש ואס איז אין גוש עציון" עד כאן לשונו צום דיספעטשער
דאס מיינט אז ער האט אויך פארשטאנען דעם גרויסען נפקא מינא פון ירושלים ביז גוש עציון
בקיצור, לויט ראש המדברימ'ס ריזענינג דארפן עווענטואלי אלע אידן אנטלויפן פון ארץ ישראל , ווייל כאמאס זאגט קלאר אז אלע אידן דארפן אפפוצן. זיי האלטן אז גאנץ ארץ ישראל איז זייערס! מעבר לירדן ביז צום מעדיטערעניען. זיי זענען נאכנישט אנגעקומען דערצו דערווייל. און אויב די אידן טרעפן שוץ אין אן אנדערן לאנד און די לאקאלע שכנים ווערן בייז (פאר פאליטישע סיבות) דארפן די אידן אנטלויפן פונעם פרישן פלאץ (געדענקט! דאס איז חוץ די איסור ג' שבועות) . איך מיין די בעסטע וואלט געווען זיך אריינצווארפן אין גאז קאמער, פארוואס האלטן אין איין לויפן ? קעמפן ?
מאטיבקיצור, לויט ראש המדברימ'ס ריזענינג דארפן עווענטואלי אלע אידן אנטלויפן פון ארץ ישראל , ווייל כאמאס זאגט קלאר אז אלע אידן דארפן אפפוצן. זיי האלטן אז גאנץ ארץ ישראל איז זייערס! מעבר לירדן ביז צום מעדיטערעניען. זיי זענען נאכנישט אנגעקומען דערצו דערווייל. און אויב די אידן טרעפן שוץ אין אן אנדערן לאנד און די לאקאלע שכנים ווערן בייז (פאר פאליטישע סיבות) דארפן די אידן אנטלויפן פונעם פרישן פלאץ (געדענקט! דאס איז חוץ די איסור ג' שבועות) . איך מיין די בעסטע וואלט געווען זיך אריינצווארפן אין גאז קאמער, פארוואס האלטן אין איין לויפן ? קעמפן ?
קיינער זאגט דאס נישט, שטאפ אויף דיינע אויערן, דא איז נישט די מדובר פון בלויז וואוינען במקום סכנה, מאכט דיך נישט טעמיש, מ'רעדט פון איינער וואס גייט בשאט נפש דוקא צו אויסזידלונגען אן קיין נארמאלע אינפרעסטראקטשער, בלויז פאר איין סיבה זיך צו מוסר נפש זיין פארן שלימת הארץ, בעת ער האט אלע ברירות צו וואוינען אפאר קילעמעטער אהינציר אן קיין בארבד ווייערס אן קיין ביקס אונטער קישן, נארמאלע באוואוינטע אידישע שטעט, אזא איינער איז א משוגענער און א רוצח פאר זיין משפחה,
הירשל ציגלכבוד אחינו הטועים חסידי סאטמאר הע"י
א קורצע לעקציע אין היסטוריע וועט אייך לערנען אז פאר די 6 טאג מלחמה אין '67 איז דער אראבער אויך ברוגז געווען אויפ'ן איד וועלכע וואוינט אין ירושלים, בני ברק, אלעד און בית שמש און האט אים געוואלט אריינווארפען אינעם ים הגדול!
הייסט עס אז ביז '67 זענען אלע אידן אין ארץ ישראל געווען בבחינת "מתנחלים" און "רוצחים?"
און די אראבישע רוצחים, גנבים ומנאפים זענען נישט געבליבן מיט'ן רצון אליין. נאר זיי האבן בפועל געהרג'ט דורך שטעכן מיט מעסערס און שיסן אידן א יעדן טאג פון יאר. אין אלע געיגנטן פון ארץ ישראל... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
הרב גאלד די רוצחים זאגן בפירוש אז זיי ווילן דאס בלוט פון אלע אידן! איבעראל. קוק וואס איז געשען ווען מ'האט פארטריבן די משוגעים פון גוש קטיף, זיי האבן אנגעהויבן שיסן ראקעטן קיין אשקלון. יעצט איז יעדער אשקלוני א משוגענער? ער קען דאך מופן קיין חיפה! וואס ווילסטו? אז די משוגעים זאלן מופן עטליכע קילאמעטער ארויפציר און ארויפציר און ארויפציר און ארויפציר. ביז וואו? ערגעץ גייט אייביג פארבלייבן א נאנטע געגענט וואו אראבער גייען האבן אן איזי טארגעט. דו ווילסט ס'זאל פליען ראקעטן דאס קומענדיגע מאל דיין רבי מאכט א קבלת פנים אין ירושלים? פריי דיך אז די משוגעים האלטן דעם גרעניץ אוועק פון שטאט.....
מאטיהרב גאלד די רוצחים זאגן בפירוש אז זיי ווילן דאס בלוט פון אלע אידן! איבעראל. קוק וואס איז געשען ווען מ'האט פארטריבן דיינע משוגעים פון גוש קטיף, זיי האבן אנגעהויבן שיסן ראקעטן קיין אשקלון. יעצט איז יעדער אשקלוני א משוגענער? ער קען דאך מופן קיין חיפה! וואס ווילסטו? אז די משוגעים זאלן מופן עטליכע קילאמעטער ארויפציר און ארויפציר און ארויפציר און ארויפציר. ביז וואו? ערגעץ גייט אייביג פארבלייבן א נאנטע געגענט וואו אראבער גייען האבן אן איזי טארגעט. דו ווילסט ס'זאל פליען ראקעטן דאס קומענדיגע מאל דיין רבי מאכט א קבלת פנים אין ירושלים? פריי דיך אז די משוגעים האלטן דעם גרעניץ אוועק פון שטאט.....
זיי ווילן נישט די בלוט פון אלע אידן דאס איז שקר, זיי ווילן די בלוט פון אלע אידן פונקט ווי די קריסטן אלס הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב
זיי וויל צוריק זייער לאנד כל זמן אונז זענען אין גלות דאס איז זייער רצון
אבער ח"ו צו מתפלל זיין אז זיי זאלן מצליח זיין, זיי זענען רוצחים מועדים חיות טרף און זיי וועלן הארגענען יעדען איד פונקט ווי די דייטשען איז דייטשלאנד די אורקיינער אין אוקריינע
נאר דער באשעפער קען אונז העלפן און ברענגען די גאולה שלימה
אבער בכלליות מאטי די קענסט זייער ווייניג היסטוריע פון מדינת ישראל-פאלאסטין, לערן עס פאר די רעדטס
דער אשקלוני האט זיך נישט באזעצט אין אשקלון דוקא צו פאראויסריקן זיין מתנחלישע אגענדע, קענסט נישט בלעמען א פאראנטוואליכער מענטש וואס האט זיך באזעצט און א רעלאטיווער נארמאלער ישוב בתם לבבו ובנקוין כפו, אוואדי זענען די רוצחים גרייט צו הרגענען יעדן איד בכל מקומות מושבתיהם קיינער לייקענט דאס נישט, אבער אונזער תפקיד איז נישט צו דוקא אריינדרינגען צווישן זיי און זיי פייטן, זוך דיך א מקום מנוחה און אויב מאכט זיך אומפאראויסגעזעהנע אומשטענדן אז מ'שיסט ראקעטס ה"י, דאן קען מען זעהן א דערהער אז א מענטש איז שווער צו אוועקגיין מארצך ומומלדתך ומבית אביך
שלו' עליכם, ר' ראש המדברים: לויט ווי דו זעהסט, נעם איך (כמעט) נישט קיין טייל אינ'ם ויכוח צו די מתנחלים זענען יא גערעכט אדער נישט. איך זיץ מיר אין מיין ווינקעלע און קוק צו (מיט הנאה) ווי די בעלי תריסין שיסן זייערע באמבעס אהין און צוריק. זה בונה וזה סותר. זה מקים וזה מפיל. אבער אויף איין נקודה אין דיין מאמר וועל איך מיך יא שטעלן. ביים סוף פונן דיין מאמר זאגסטו אז דאס וואס מדינת ישראל האט צוריקגעגעיבן גוש קטיף פאר די אראבער האט נישט געהאלפן פאר'ן מצב ווייל מיט דעים האבן זיי נאכנישט קיין מדינה. און ממילא איז נאך חמתם בערה בם. ראשית כל, די גאנצע געיגנט איז געוועין זייער ארויפגעארבעט עקאנאמיש, מיט שיינע הייזער און שטארקע אגריקולטור און אינדוסטרי. און להבדיל, בתי מדרשים פון וואו דער קול תורה איז ארויסגעגאנגען יומם ולילה. און ס'איז געוועין זייער א שווערע זאך אויסצורייסן די אלע משפחות פון זייער פלאץ. אעפ"כ האט מען עס געטון, על אפם וחמתם פון די אידישע איינוואוינער, און ווייל דער דאמאלס'דיגער ראש הממשלה/ראש הכופרים אריק שרון האט געטענה'ט אז די אייראפעאישע מדינות האבן איהם צוגעזאגט אז וויבאלד מ'וועט צוריקגעבן די געיגנט פאר די נעבעכ'דיגע אראבער, און זיי וועלן האבן וואו צו וואוינען, וועט זיך אלעס טוישן לטובה, און די גאנצע שנאה וואס די גוי'אישע וועלט האט צו מדינת ישראל וועט פארשווינדן ווערן. וואס האבן די פארשאלטענע אראבישע רוצחים געטון?! אזוי ווי זיי זענען אריין האבן זיי חרוב געמאכט די גאנצע געיגנט, און זיי ניצן עס אויף צו שיסן ראקעטן אויף די אידישע ישובים פון פאר תשכ"ז/1967. סוף פסוק. אן אריינגיין אין וויכוחים זעהט מען אז וויפיל מ'זאל זיי נישט נאכגעבן וועלן זיי קיינמאל נישט זיין צופרידן. זיי ווילן נאר איין זאך. אנגיין מיט זייערע ברוטאלע רציחות אויף אידן. אלע אידן.אנגעהויבן פון מתנחלים, ביז אידן וואס וואוינען אין מאה שערים.... 😕 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮
איך גיי נישט פענפערן די רוצחים שפלים
אבער אויב קענסטו היסטוריע איז גאנץ נישט קיין חילוק וואס די אייראפעישע לענדער האבן געזאגט, די ארויס גיין פון עזה האט קנאפע געהאט שייכות צו דעם דאס האט געהאט שייכות מיט די מיסטברויכן פון אריק שרון און זיי האבן עס קלאר מודה געווען, כעומק החקירה כך עומק העקירה, שרון הוא אתרוג וצריכים לשמור עליו.
דער מציאות בלייבט אבער מציאות, ס'איז דא איבער 2 מילאן אראבער פאלסטינער וואס האבן נישט קיין שום בירגער רעכטן, נישט ווי אין טשיינע אדער צפון קוריאה וואס די בירגער האבן א פאספארט, א דרייווערס לייסנעס, רעכט צו שטימען (יענע רעכט), א שטאט ראט מיט פערמיטן, טאקע אלעס פול מיט קארופציע אבער זיי האבן א ID קארטל ער איז א בירגער.
די פאלאסטינער (נישט אז איך האב רחמנות אויף זיי און איך האלט אז זיי זענען גרעכט) האבן גארנישט, נישט קיין וואלוטע, נישט קיין שטאט ראט, נישט ווער ס'זאל אויספלאסטערן די גאסן, ניטאמאל א אייגינע עלקטריק קאמפעני, אלעס איז פון מדינת ישראל, איז זאל מדינת ישראל זיי געבען בירגער רעכטן אדער זיי לאזן אויפבויען אליינס א מדינה.
רציחה דאס איז זייער לעבן על חרבך תחיה אבער פארלאנג נישט פון זיי צו זיצן שטיל
איך רעד נאר על פי שכל נישט על פי תורה אדער על פי רגש
איך הער. נאר דאס פארגלייכן אריק שרון (להבדיל) צו אן אתרוג איז געוועין בשייכות מיט זיין אייגענע און זיינע קידער'ס קארופציע אין ביזנעס. נישט אין רעגירונג'ס אנגעלעגנהייטן. האבן זיי געזאגט אז מ'דארף איהם אפהיטן ווי אן א--- ווייל זיי דארפן איהם צו די שלום פראצעס...
דרך אגב. ער (אריק שרון) איז אפילו נישט געווען קיין איד עפ"י הלכה. ווייל זיין מאמע, וועלכע איז געוועין א כשר'ע גוי'טע האט זיך קיינמאל נישט מגייר געוועין. דאס איז עפ"י עדות פון זייערע שכנים אין קיבוץ וואו די שיינערמאנ'ס האבן געוואוינט. מהאי טעמא, האט מען ביי זיין לווי' נישט געזאגט קיין קדיש. נאר מ'האט זיך באגנוגנט מיט די גוי'אישע צערעמאניעס. נאר אך גיי שוין דא אריין אין ציונות. כאמור... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 🙂 😉 😮
ראש המדבריםמאטיהרב גאלד די רוצחים זאגן בפירוש אז זיי ווילן דאס בלוט פון אלע אידן! איבעראל. קוק וואס איז געשען ווען מ'האט פארטריבן דיינע משוגעים פון גוש קטיף, זיי האבן אנגעהויבן שיסן ראקעטן קיין אשקלון. יעצט איז יעדער אשקלוני א משוגענער? ער קען דאך מופן קיין חיפה! וואס ווילסטו? אז די משוגעים זאלן מופן עטליכע קילאמעטער ארויפציר און ארויפציר און ארויפציר און ארויפציר. ביז וואו? ערגעץ גייט אייביג פארבלייבן א נאנטע געגענט וואו אראבער גייען האבן אן איזי טארגעט. דו ווילסט ס'זאל פליען ראקעטן דאס קומענדיגע מאל דיין רבי מאכט א קבלת פנים אין ירושלים? פריי דיך אז די משוגעים האלטן דעם גרעניץ אוועק פון שטאט.....
זיי ווילן נישט די בלוט פון אלע אידן דאס איז שקר, זיי ווילן די בלוט פון אלע אידן פונקט ווי די קריסטן אלס הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב
זיי ווילן נישט צו זיי ווילן יא? ר' חיים בריסקער אין דע האוז?
זיי וויל צוריק זייער לאנד כל זמן אונז זענען אין גלות דאס איז זייער רצון
זייער לאנד??? הא הא.. זייער לאנד ... וועמענס לאנד? "ארץ ישראל" באלאנגט צו וועמען??? יא... זייער גוט.
אבער ח"ו צו מתפלל זיין אז זיי זאלן מצליח זיין, זיי זענען רוצחים מועדים חיות טרף און זיי וועלן הארגענען יעדען איד פונקט ווי די דייטשען איז דייטשלאנד די אורקיינער אין אוקריינע.
און טאקע פאר דעם דארפן מיר נישט שפירן גילטי און בלעמען די טאטעס פון די דריי בחורים זייער גוט געזאגט..
נאר דער באשעפער קען אונז העלפן און ברענגען די גאולה שלימה.
דער רמב"ם איז מחולק מיט דיר (עיין הלכות מלכים פרק י"א)
אבער בכלליות מאטי די קענסט זייער ווייניג היסטוריע פון מדינת ישראל-פאלאסטין, לערן עס פאר די רעדטס
איך ווייס נישט וואס מיינט ביי דיר ווייניג... איך קען דיר נאר זאגן וויפיל איך ווייס: אין 1917 האט די "ליעג אף נעישיאנס" די טאטע פון די היינטיגע יו ען, געשריבן די "באלפור דעקלעראציע". דארט שטייט אז אלע שטחים! טראנס-ירדן, איסט בענק, וועסט באנק, דארף זיין אוועקגעלייגט אלס "א היים פאר אידישע איינוואוינער".
די בריטישע מאנדאט איז באאויפטראגט געווארן דאס אויסצופירן. די אראבער האבן נישט מסכים געווען. ס'האט זיך אנגעהויבן א געשלעג. די בריטן זענען געווארן אומגעדולדיג, און פארשווערט פאר אידישע קולוניסטן זיך צו באזעצן "לעגאל" און דאן, פאלעסטינע. ס'האט זיך דערקייקלט צום פונקט, אז אין 1947 האט די יו ען דערקלערט די פארטישאן פלען. די אידן האבן נעבעך מסכים געווען, די אראבער האבן אנגעהויבן א מלחמה.
אלזא, אלעס ווייניגער ווי די באלפור דעקלעראציע גיט רעכט פאר די אידן, איז אן אקט פון נאכגעביגקייט מצד די אידן.
דרך אגב ס'איז דא גענוג און נאך מדינות וואס אקופירן שטחים פון שכנ'ישע לענדער, און מ'הערט נישט אז די אקופרטע זאלן פארוואנדעלט ווערן אין בלוט שונאים.
טערקיי אקופירט צפון סייפריס
כינע אקופירט טיבעט.
מאראקא אקופירט מזרח סאהארא.
וויעטנאם אקופירט חלקים פון קאמבאדיע.
און נאך א סך אנדערע....
און א יעדע פון די אויסגערעכנטע אקופירטע שטחים כמעט, איז פארהאן איינוואוינער פון ביידע זייטן וואס לעבן בשלום ואחוה. מיט מינומאלע אינצידענטן.
לויט די סטאנדארטן פון די ציוויליזירטע וועלט, איז נארמאל פאר א לאנד זיך צו דערקלערן בעל הבית אויף א שטח איינגענומען אין א לעגיטימע קריג. איבערהויפט ווען דער שונא האט אפיציעל נאכנישט אראפגעלייגט דאס געווער.
אלנפאלס, דאס איז נאך אין ערגעץ נישט געהערט געווארן, און ס'איז ממש אבסורד!! אז אייניקלעך פון אקופירטע לענדער זאלן האבן טענות צו אייניקלעך פון אקופירער מטעם זייערע זיידעס. אם כן אין הדבר סוף! מ'קען צוריק גיין ביז אדם הראשון מיט טענות.
נאך א נקודה למחשבה, די אראבער (פאלעסטינע) וואס וואוינען אין סיריע לבנון ירדן ביי זייערע אייגענע ברודער, באקומען נישט די מינומאלע רעכטן וואס א בירגער דארף באקומען. דאס איז די אייניקלעך פון די פארטריבענע/אנטלאפענע אראבער פון די בראשית יארן. מ'הערט נישט קיין וויי גישריי אין ערגעץ, און זיי זענען נישט קיין דם שונאים פון זייערע אקופירער.
איך זאג נאכאמאל איך בארעכטיג נישט ח"ו די אראבער זיי זענען רוצחים פונקט ווי די קריסטן
אבער דאס אלעס וואס די האסט דא אויסגרעכנט איז מדינות וואס אקופירן אנדערע מדינות אין געבען פאר די אקופירטע רעכטען, יא פשוטע רעכטען
קיינער איז נישט ריכטיג ברוגז אויף מדינת ישראל'ס אקופציע, די כעס איז אויפן נישט וועלן געבען רעכטען פאר די אקופירטע
לגבי די שנאה וואס ס'איז דא אויף כלל ישראל אן קיין שייכות צו מדינת ישראל איז א עקסטערע נושא, אבער דער כעס דא איז שכלדיג פארשטענדליך אז אויב אקופירסטע א לאנד נעם די בירגער און געב זיי רעכטען פונקט ווי אלע אנדערע בירגער
דאס איז די סיבה אז פון תשכ"ז די ששת הימים מלחמה ביז תשמ"ח די ערשטע אינטיפדיע איז נישט געווען קיין פראבלעמען פון מדינת ישראל מיט פאלסטין
די פראבלעמען זענען געווען פון לבנון עגיפטן סוריע ס'האט גענומען א 20 יאר ביז די פאלאסטינער האבן געכאפט אז זיין האבן שוין א נייער דור אן גארנישט
אן קיין פאספארטן, שטאט ראט, א אייגענע עקנומיע, אייגענע שטייערן, א אייגענע לופט פעלד, די פארשטייסט וואס מיינט פאר א מענטש 20 יאר האט ער גארנישט?
מאטי זיץ נישט דא על סיר ה'קאווע, און באסמאקעווע דיר מיט יענעמ'ס פארגאסען בלוט וואס פארברייטערט דיינע גרעניצען, ביטע כאפ א פלייט קיין איזראעל און נעם אטייל בגוף צו בממון ארויסצוהעלפן די וואס זענען מסכן זיך מיט די קינדער און די גאנצער ארום אין א סכנת מוות רח''ל, (שטייצעך נאר ביז עס וואקסט די מארד ראטע העכער פינעף פראצענט).
און אז די ווילסט אמת'דיג ווייזען געטריישאפט שיק עטליכע מבני משפחתך אהין.
פון ווי ווייסטו וואו איך געפין זיך יעצט?
האסט'ס געשריבען צו קאלטבלוטיג, איך גלייב נישט אז די פארברענגסט יעצט דארט מיט די משפחות האומללים.
איך.. קאלטבלוטיג? חלילה! מיין הארץ בלוטיגט מיר
נישט אידיש?
א פנימיות'דיגע תורה'דיגע אומ'פשרה'לאזה לעבן - קיוט
so much blessing מאה שערים
א היים פאר אונזערע ברודער