☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פי האתון

פי האתון

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6730

נושא ונותן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:26 pm

· #209797
פי האתון
א קליינער געדאנק ווי אזוי צי מסביר זיין דעם ויפתח השם את פי האתון וואס כידוע האט דער רמב"ם אין דער רס"ג נישט געקענט אננעמען אז עס כפשוטו אין דער אבן העזרא מיטשעט זיך עס צי פארשטיין, וויל איך מציע זיין א נייער מהלך.
לכאורה איז עפענען דער מויל פונעם אתון נישט געניג ער זאל זיך קענען אויסשמיעסען מיט בלעם אויף צי רעדן פאדערט זיך קודם פארשטאנד צי פארשטיין וואס גייט דא פאר אין א אוצר מילים עס צי קענען מסביר זיין אין נאר נאכדעם קומט די טעכנישער יכולת צי קענען רעדן. ואשר על כן וויל איך מסביר זיין אזוי, אז דאס איז זיכער אז אונזער אתון האט נישט באקומען א פארשטאנד ווי א מענטש, נאר וואס גאט האט אים געעפענט דעם מויל - אין נאר דער מויל - אזוי ווי ס'שטייט אין דער משנה אין אבות "פי" האתון נישט אתון שמדבר, אין דער ענין איז אזוי ווי עס שטייט ווייטער אין פרשה כי אם את הדבר אשר "אשים" בפיך אותו תדבר, אז בלעם האט בכלל נישט גערעדט נאר דער שכינה איז מדברת מגרונו אין בלעם איז נאר געווען דער כלי פין ווי דער קול איז ארויס געקומען, אין דער זעלבער איז געווען מיט דעם אתון ער האט נישט גערעדט נאר זיין מויל איז געווען דער כלי פין ווי ס'איז ארויס געקומען דעם דבר ה' שהיתה בפיהו.
אשמח לשמוע את דעתכם.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:37 pm

· #209799
שטימט לפי דעם וואס שטייט אין אבות, עשרה דברים שנבראו בערב שבת בין השמשות, איינע פון זיי איז פי האתון. לכאורה איז מיר אלעמאל שווער געווען פארוואס פונקט די רייד פונעם אתון האט געדארפט ספעציעל באשאפן ווערן, פארוואס נישט סתם דיבורים. אבער לפי דיין גוט פשט איז די דיבורים נישט באשאפן געווארן בין השמששות, נאר די מציאות, די פי האתון, די כלי המקבל פון די שפעטערע דיבורים איז באשאפן געווארן.

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:39 pm

· #209800
א שיינער געדאנק, אבער ס׳איז משמע אז דו נעמסט אן אז בעלי חיים האבן נישט קיין דעת און ס׳איז לכאורה נישט אזוי (זיכער נישט קיין פשטות).

נושא ונותן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:43 pm

· #209801
זיי האבן נישט געניג דעת צי זיין א מדבר.

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:45 pm

· #209802
נושא ונותן
זיי האבן נישט געניג דעת צי זיין א מדבר.


אפשר נישט אין אונזער שפראך, אבער אין זייער אייגענער שפראך אוודאי יא.

נושא ונותן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:55 pm

· #209805
קינד_אן_קייט
אוודאי יא.

עליך להביא ראיה

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:02 pm

· #209807
כ׳האב פונקט דורכגעטאן דעם נושא נישט לאנג צוריק און געהאט בכוונה צו מאכן דערפון א לענג׳ס און א ברייט׳ס ווען די צייט וועט ערלויבן.

זעה דא: בעלי חיים מדברים ואנחנו לא מבינים, און: אינטליגנציה בבעלי חיים.

נושא ונותן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:17 pm

· #209817
איך בין נאך אלץ נישט משוכנע אז זיי ווילען זאגן אז א בעל חי האט געניג הבנה צי פירען א שמיעס ווי דער אייזל, הלא אנכי אתונך מעודי עד היום הזה, האב איך דיך שוין אמאל געסקראט? האסט געדארפט פארשטיין אז איך האב א סיבה! קאם אן די געלייבסט אויך נישט אז דאס איז שייך.

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:47 pm

· #209831
אויף א הינטעל קענסטו דאס יא גלייבן?

שטעל דיך פאר א גוי וואס לעבט מיט א הינטעל צענדליגער יארן, ער האט אים אויפגעהאדעוועט פון יונגווייז אן און זיי לעבן צוזאמען געטריי אונטער איין דאך, ויהי היום דער בחור וועקט זיך אויף אינמיטן די נאכט (אויף די לינקע זייט) און ער כאפט אן דאס הינטעל ביי די אויערן און ווארפט אים ארויס מיט אכזריות אינדרויסן אין די קעלט און רעגן, האלטסט נישט אז דער הינטעל וועט אים אנקוקן מיט צוויי גרויסע רחמנות׳דיגע אויגן און זיך וואונדערן:

- ״העי דזשאני!,
וואט דיד איי דא ראנג?!
וואס האב איך זיך פארזינדיגט?
כ׳בין דיין באליבטע דאגי, איי לאוו יא און יא לאוו מי,
כ׳לעק דיר דעם אונטען מבוקר ועד ערב,
וויי די העלל דיד יא טראו מי דע ** אאוט?״

(עכ״ל, עפ״ל)

ער׳עט אזוי בילן און וויינען א גאנצע נאכט און אינזין האבן אז די שכנים זאלן זיך אויפוועקן און מאכן עפעס סדר, מ׳קען אים נישט לאזן אזוי האומלעסס. והבן.

smartinof » דינסטאג יולי 8, 2014 6:59 pm

· #210903
@נושא ונותן
הייסט סאיז געווען שכינה מדברת מתוך גרונו של האתון?! וויי וויי אזא צימצום...
און א מינוט שכינה מדבר מתוך גרונו של אדם פארשטייסטו אזוי כפשוטו, סהאט ביי דיר עטווואס א שכל'דיגע משמעות אז דאס זאל זיין כפשוטו, פארוואס איך זאג דאס איז, ווייל איך האב פארשטאנען פון דיר אז די ווילסט כאילו פארענטפערען דעם רמב"ם און רס"ג פארוואס זיי זענען אוועק פונעם פשטות, א' מהיכי תיתי אז דאס דארף א תירוץ, אויב האלט מען אז אלעס דארף זיין שכל'דיג אויסגעהאלטען דארף בלייבען ביי פשטות האבען א תירוץ, ב' סהעלפט נישט ווייל שכינה מדברת ווילסט דאך מסביר זיין כפשוטו וכנ"ל

נושא ונותן » מיטוואך יולי 9, 2014 1:31 am

· #210982
איך קים נישט פאר ענטפערען די רמבם ער האט רעכט צי לערנען ווי אזוי ער וויל איך האב מציע געווען א מיטען וועג ציווישען רשי מיט דער רמבם אז נישט ממש גערעדט אבער עפעס איז פארט געווען נישט ממש א חלום.
ווייטער איך פארשטיי נישט וואס מיינט שכינה אין אוודאי נישט וואס מיינט מדברת מגרונו. אבער כלפי די שכינה צי ניצען א מויל פאר א כלי באיזה שהוא אופן שלא יהיה איז נישט קיין נ"מ ציווישען די מויל פין א מענטש צי א מויל פין בהמה
.

smartinof » מיטוואך יולי 9, 2014 12:48 pm

· #211036
נישט מוכרח אז עס נישט פארהאנען קיין חילוק, ואני כשלעיצמי זע כמה חילוקים, מען דארף קודם גוט ארויסהאבען דעם ערך פון א בן אדם, א מענטש קען האבען נבואה, און אויב פארשטייט מען וואס דער מושג פון דביקות מיינט [נישט עפעס אן ארטאדאקסישען/חסידישען טירעם,] וכו' וכו' כהאב ניטש קיין כח אויסשמועסן אלעס, פשטות דארף יא זיין א חילוק פון א חי און א מדבר
נא, אויב פארשטייסטו נישט וואס שיכנה מדברת מתוך גרונו וכו' האסטו גארנישט בעסער געמאכט

היסטאריקער » מיטוואך יולי 9, 2014 1:20 pm

· #211049
רויטע וואנצעס
שטימט לפי דעם וואס שטייט אין אבות, עשרה דברים שנבראו בערב שבת בין השמשות, איינע פון זיי איז פי האתון. .


דרך אגב, די מאמר שטייט אויך אין פסחים שיעור תורתך שעשעוי פאריגע וואך