☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » עס איז דא פלאץ פאר נאך א צייטונג

עס איז דא פלאץ פאר נאך א צייטונג

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6728

בשבילי! » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:33 pm

· #209748
עס איז דא פלאץ פאר נאך א צייטונג
ס'נישט קיין נייעס אז א צייטונג ברענגט שוין היינט קיינער פון אונז נישט "נייעס", ווען ביזטו דאס לעצטע מאל געוואר געווארן עפעס נייעס פון דיין וועכנטליכן צייטונג? אויסער אויב עפעס נייעס געשעט אין די נאכט אריין ווען מ'גייט צום דרוק און דו האסט נישט קיין אינטערנעט און וואטס עפ וועט דיר א צייטונג גארנישט ברענגען ווען ס'קומט צו נייעס. לעצטענס האט מיר עס געמאטערט דעם געדאנק קויפנדיג מיין צייטונג אז איך צאל פאר עפעס וואס איז ארויס געקומען פאר די היסטאריע ביכער, צו וואס פעלט מיר עס אויס. ס'דא נאך עפעס וואס באדערט אנדערע, נישט גענוג וואס די נייעס אין א צייטונג פעלט כמעט נישט אויס, קומט עס נאך באפעפערט אלע קאשמארע נייעסן מיט אלע דיטעילס, עלטערן ווילן נישט קינדער זאלן זיין אויסגעשטעלט צו גרויזאמע געשעעניש'ן וואס קומען פאר.

אזא וואך ווי די וואך איז א גוטע עקזעמפל פון ביידע פראבלעמען, די נייעס מיט די בחורים. איך האב עס נאך נישט געקוקט, אבער איז דאס נייעס? אדער איז עס געדרוקט געווארן פאר יונה לאנדאו'ס איר אייניקל אין 100 יאר ארום ווען ער וועט שרייבן אן ארטיקל אין ''איד'' אדער סיי וואו זאל ער האבן א "קאפי" פון די באריכט וויאזוי ס'איז דעמאלטס געווען באריכטעט, נייעס וואס איז פאר קיינעם קיין נייעס געווען...

ס'איז היינט א ביטער וועלט מיט אזויפיל שלעכטע נייעס. יעדער ווערט אלעס געוואר אין רגעים וואס ס'טוט זיך אין יעדן ווינקל פון וועלט, און מ'קען קוים אזוי אנגיין מיט'ן לעבן נישט צו ווערן דעפרעססט, וואס איז דער ענין עס צו דאקומענטירן און עס אהיימברענגען און זיך אנליינען נאכאמאל און נאכאמאל ? און קינדער זאלן אלעס מיטהאלטן. צוויי וואכן צוריק אין אין ''די צייטונג'' געווען אזא דעטאלירטען באריכט וועגן וואס קומט פאר אין איראק, ער האט עס געמוזט אזוי גרוזאם אראפלייגן ווי א מאווי, פארוואס און פאר וועם? יעדער האלט מיט און יעדער קוקט קליפס, און די אלע וואס ווייסן עס נישט דארפן עס נישט וויסן!

צוריק צום פוינט, איך האלט אז ס'דא מקום פאר א צייטונג וואס זאל עוואוידען סיי וואס פאר א שלעכטע נייעס! ס'נישט קיין מצוה איבער צו קייען פארטרובטע דערביטערטע געשעענישן, און קיין ''נייעס'' איז עס אויך נישט! סאוי לאז אפ!

און באשולדיג נישט אזא צייטונג אין זיין א בת היענה, יעדער ווייסט היינט אלעס, גארנישט איז פארהוילן.

ס'דארף ארויסקומען א צייטונג וואס וועט מאכן דעם עולם UPBEAT, אפשר קען הייסן "בשמחה"? ס'זאל זיין שיינע ארטיקלען פונקט ווי אלע אנדערע, און נאר פרייליכע נייעס. למשל "אמעריקע כאפט בין לאדין", דאס יא, מאך דעם ליינער פרייליך. מעלד שמחות, אמעריקאנע פאליטיק אאוו.

קיינער וועט נישט שפירן גילטי לעקן אן אייז קרים בשעת'ן ליינען אזא צייטונג, די קינדער וועלן נישט זיין אויסגעשטעלט צו שרעקעדיגע חלומות. איז עס נישט אן איידיע?

כוכב » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:15 pm

· #209763
פאר די געלט קענסטו שוין ליינען די צוויבל.
א צייטונג דארף כאטש עטוואס רעפלעקטירן די וועלט געשעענישן. ספראבלאמטיש, די וועלט זייגט? דעמאלט קויף נישט, אבער דאס איז די חפצה פון א צייטונג.

בשבילי! » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:18 pm

· #209766
פאר די "געלט"? קען איך זיך שפארן די "געלט", אלעס ווערט געליינט אויפן אינטערנעט אדער פון קול מבשר.

בשבילי! » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:19 pm

· #209767
[ציטאט אראפגענומען]

וואס איז דיין פראגע?

בשבילי! » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:52 pm

· #209787
אה...... זאגסט טיף. נו דאס ווייסט מען פון אלע כלים מכלים שונים ווי געשריבן.

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:57 pm

· #209789
נאר איין צייטיג? צען נייע צייטינגען 😃
און פין יעדע סארט זאל זיין נאך איין קאמפעטישען צייטינג ממש האר די זעלבע

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:59 pm

· #209790
פרעג דע אדמיניסטראטאר פון קרעטשמע אפשר וויל ער שרייבען פאר דיר
א גיטע שידוך

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 3, 2014 9:03 pm

· #209792
א שאד צו עפענען א חרדישע צייטונג, סיי וועלכע חרדישע צייטונג איז מלא לגיונות, פיל מיט מיסרעפריזענטאציעס, צענזערירונגען, פארהוילן פאקטן, פראפעגאנדעס פאר געוויסע צילן וכו' וכו'

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:47 pm

· #209811
קיין נייעס איז גוטע נייעס. רובא דרובא נייעס אין סיי וועלכן צייטונג איז נעגאטיוו. די איינציגסטע פאזעטיווע נייעס איז פון UJO און פון די געלונגענע מעלאווע ד'מלקות ווי דער עולם האט זיך אויסטערליש ווארעם אנגערופן