☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » כבר היה לעולמים! א טעלעפאון געשפרעך פון א וועלטס ראש ישיבה

כבר היה לעולמים! א טעלעפאון געשפרעך פון א וועלטס ראש ישיבה

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6726

מאטי » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:10 pm

· #209743
כבר היה לעולמים! א טעלעפאון געשפרעך פון א וועלטס ראש ישיבה
ס'איז יעצט אריינגעקומען א "פאדקעסט" פון אן אונטער-געהערטע אויפגעכאפטע טעלעפאון שמועס ווי אזוי א געוויסער מתנחלישער ראש ישיבה אין מרכז הרב רעדט מיט א באזארגטע טאטע "הרב תייל גרוסמן" וואס האט א זון לערנען אין די ישיבה.

אט אזוי גייט די שמועס (איבערגעטייטשט פון עברית) כמעט ווארט ביי ווארט:

הרב תייל: א גוטן אווענט קען מען רעדן צום ראש ישיבה?

בן משפחה: יא איין מינוט.

רא"ם: א גוטן צו וועם האב איך דעם כבוד צו רעדן?

הרב תייל: תייל גרוסמן איך האב א זון אין.......

רא"ם: יא יא! אורי'ס פאטער וואס מאכט מען עפעס?

הרב תייל: ב"ה אלס פיין. איך הער עפעס רודערט זיך דארט אין ישוב. וואס גייט פאהר?

רא"ם : כ'ווייס נישט... כ'האב גארנישט געהערט....

הרב תייל: כ'ווייס... כ'הער שמועות אז די שטאט איז איבערגעדרייט, מ'האט געטראפן דריי בחורים נישט בין החיים ר"ל און די בחורים זענען ווילד פאר נקמה...

רא"ם: נע.. מאך דיך נישט צוטון .... ס'איז שטיל דא.. אלעס איז שטיל... (הרב תייל האקט אריין אפאר אומפארשטענדליכע ווערטער) רא"ם: יא זונטאג האט מען אביסל גערודערט דא, דארט אבער יעצט איז שטיל.

הרב תייל: אבער די גאס שמועסט... ס'איז געפערליך די קנאים פארפירן, איר רופט דאס שטיל?

רא"ם: כ'ווייס נישט וואס טוט זיך ביי די קנאים אין ברוקלין... דא אין ישוב איז שטיל אלעס איז שטיל! איר הערט וואס איך זאג אייך?

הרב תייל: אז איר זאגט אזוי, נו איז גוט ... אבער די גאס מיינט דאך אז ס'רודערט יא! ס'איז נישט גוט פאר די מתנחלים.. מ'פארשעמט אונז.

רא"ם : זארגט אייך נישט פארן מתנחלי'שע כבוד! מיר שטייען גאנץ גוט, אלעס וועט זיין גוט די בחורים זיצען..... (הרב תייל: האקט נאכאמאהל אריין:) מאנכע זאגן אז די בחורים האבן געהארגעט אן אראבער!!! איר רופט דאס שטיל?

רא"ם אה!! דאס מיינט איר? דאס איז גארנישט! מ'האט געהארגעט און ס'ווייטער שטיל! געגאנגען ווייטער... ס'שטיל דא יעצט, יעצט איז שטיל, דער אראבער איז טויט, און ס'איז ווייטער שטיל... זארגט אייך נישט...

הרב תייל: אקעי איך הער.. כ'האב נאר געוואלט וויסן, אז איר זאגט אזוי. איז גוט.

רא"ם: יא יא ס'איז גארנישט... איר דארפט אייך גארנישט זארגן . כבר היה לעולמים... כבר היה לעולמים.. איך זאג אייך ..

הרב תייל: אקעי יישר כח. א גוטן.

רא"ם: יא יא בשורות טובות, זייטס געזונט...

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:14 pm

· #209744
פון יוסף היערי'ס רעקארדירונגען

איך אויך » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:09 pm

· #209808
האסט אויסגעלאזט די חלק אז אורי זאל אהיימרופן ווי אמשנעלסטן.

דער שכן » מאנטאג יולי 7, 2014 6:41 am

· #210431
איך אויך
האסט אויסגעלאזט די חלק אז אורי זאל אהיימרופן ווי אמשנעלסטן.


נישט מנחמני ?..

איך אויך » מאנטאג יולי 7, 2014 8:13 am

· #210443
?

חרבונה » מאנטאג יולי 7, 2014 7:41 pm

· #210634
10'טער אשכול.
רבי אהרן גייט ברעכן היסטאריע דא אין ק''ש.

דער שכן » מאנטאג יולי 7, 2014 8:04 pm

· #210642
חרבונה
10'טער אשכול.
רבי אהרן גייט ברעכן היסטאריע דא אין ק''ש.


דאס האבעך געשריבן דארט:


לאמיר רעדן תכלית: וויפיעל לייקס האט דער רעבאהרן שוין באקומען? . . . נעבעך.

א יעדער שיכור איזעך באשערט זיין טרינק. . . ער זיין גאנץ לעבען וויל ער ווילדע אטענשאן, און ער באקומט עס. נישט ח״ו אז ער איז א שיכור.. עס איז נאר אזא היינו דאמרי אינשי ווערטעל... . דאס איז טאקע וואס חז״ל זאגען ״בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו״. ווילסט אטענשאן דיין גאנץ לעבען? דא האסט עס! ווילסט פארדרייען מענטשן און זיין א ביליגער נויז-מעיקער?.. נא-דיר!.. באקומסט עס!, און נעם אפ דיין גאנצע עולם הבא אויף די וועלט!....

גאלד » מאנטאג יולי 7, 2014 8:13 pm

· #210648
בשלמא ווען ער איז א איינזאמער מענטש וואס וואוינט אליינס און א כאדקע אויסערן שטאט, איז נאך דא א סברה אז ער איז אויסגעהינגערט פאר עטענשן,
אבער לפי האמת גיסט זיך ביי דעם מענטש עמערס עטענטשן טאג אין נאכט, מ'רייסט אראפ זיין טיר ביז די שפעטע שעות,
גלייב מיר ער ווייסט פשוט נישט ווי זיך אהין צו טאן מיט אזויפיל עטענשן,

מאטי » מאנטאג יולי 7, 2014 9:32 pm

· #210669
איך זע נישט קיין ווארט דערמאנט פון ר' אהרן אינעם גאנצן אשכול....

כוכב » מאנטאג יולי 7, 2014 9:52 pm

· #210673
איך פארשטיי נישט פשט אין דעם אשכול, אפשר קען מאטי מסביר זיין.

סאשי פיש » מאנטאג יולי 7, 2014 10:48 pm

· #210685
כוכב
איך פארשטיי נישט פשט אין דעם אשכול, אפשר קען מאטי מסביר זיין.

ישמעאל הכהן » דינסטאג יולי 8, 2014 12:29 am

· #210704
כוכב
איך פארשטיי נישט פשט אין דעם אשכול, אפשר קען מאטי מסביר זיין.

איך אויך » דינסטאג יולי 8, 2014 12:31 am

· #210706
תשמע פה ותמצא נחת.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=eOjyyqzxyqM">https://www.youtube.com/watch?v=eOjyyqzxyqM</a>

דער שכן » דינסטאג יולי 8, 2014 2:27 pm

· #210819
ישמעאל הכהן
כוכב
איך פארשטיי נישט פשט אין דעם אשכול, אפשר קען מאטי מסביר זיין.



אויף די ווידיאו בילד ווער רעדט צו אים ווען ער זיצט אין קאר?? איז עס ר׳ נחמי׳ וו. אדער ר׳ בערקאוויטש משב״ק ריבניץ?

כוכב » דינסטאג יולי 8, 2014 2:34 pm

· #210820
וואלף זיכערמאן, מונקאטשער ראש הקהל ובעל מחבר ספר אוצר הפלאות. עכ"פ דער נדבן איז ער זיכער.

קינד_אן_קייט » דינסטאג יולי 8, 2014 3:09 pm

· #210831
כוכב
וואלף זיכערמאן, מונקאטשער ראש הקהל ובעל מחבר ספר אוצר הפלאות. עכ"פ דער נדבן איז ער זיכער.

כמדומני, אז ביסט דיך טועה.

ישמעאל הכהן » דינסטאג יולי 8, 2014 3:21 pm

· #210835
זעט אויס ווי בערקאוויטש

דער שכן » דינסטאג יולי 8, 2014 3:28 pm

· #210846
ישמעאל הכהן
זעט אויס ווי בערקאוויטש


זיכערמאן וואלט אים נישט געגעגבען (אדער געזיכט) אזא ביליגע אטענשאן כעני בפסח.

ער איז ענדערש א תולדות אהרן חסיד ווי רעבאהרןס חסיד.