☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » מחאה אדירה

מחאה אדירה

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6715

קינד_אן_קייט » מיטוואך יולי 2, 2014 1:12 pm

· #209207
מחאה אדירה
מיין דעה
איז א צפרדע
ווי מער מ׳שלאגט
אלץ מער ס׳זאגט

ס׳איז גארנישט אייגן
פונעם גרויסען פראש טוה איך זייגן
אבער אז ס׳איז אלעס יענעמ׳ס שיך
טא ווער בין איך?

כ׳בין דער בויער און דער צו ווארפער
דער אלץ ווייסער און גארנישט דארפט ער
די מאה תוכחות און די ליצנות וואס איז דוחה
אלץ בין כ׳גערעכט, כ׳בין דאך דער וואס איז מוחה

אז כ׳פראטעסטיר
ס׳טייטש כ׳עקזעסטיר
הלוואי נישט בלויז ביי רעוא דרעווא
מ׳מעג זיך אבער נישט נאכגעבן די תאווה

פיינט? גראדע באמת פריינט
וואס וואלט כ׳געטאן אן זיי היינט
דאנק גאט פאר זייער שטאף און שטאפיר
אן דעם וואלט כ׳פראטעסירט קעגן מיר

כוכב » מיטוואך יולי 2, 2014 2:47 pm

· #209224
אחתמחי גברא וקמיע
פון א רויטע קו, געווארן א צפרדע
דער אקס האט פליגלען, על שלשה פשעי אינאף איז אינאף
כי יקום בקרבך, דער צדיק פון רימניאוו
א שפראך אריגינעל געדריזלט געשפינט
אבער קיין ווארט מפארשטייט נישט פון קייט אן קינד

פלעין יודיש » מיטוואך יולי 2, 2014 2:49 pm

· #209225
א מחאה איז געווארן א צפרדע 😂 😂 😂

קינד_אן_קייט » מיטוואך יולי 2, 2014 4:06 pm

· #209237
כ׳קראץ מיר דעם שטערן, אלי׳ וקוץ בה,
כוכב
אבער קיין ווארט מפארשטייט נישט פון קייט אן קינד

איז דאס קריטיק? א באגער צו פארשטיין? אדער גאר א מחאה…

😉

כוכב » מיטוואך יולי 2, 2014 4:10 pm

· #209238
א קאמפלימענט, אז לגבי משה מילתא זוטרתא הוא דארף זיך כלל ישראל צושטעלן. דו הייבסט אונזער ניווא מיט דיין טיפזינגער געדאנקענגאנג און וועג פון אויסדרוק.