☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שוטה, האלט דיין פיסק

שוטה, האלט דיין פיסק

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6714

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יולי 2, 2014 11:33 am

· #209177
שוטה, האלט דיין פיסק
וואס איז ראנג מיט מענטשען?
כ'האב מיט געלעבט א מעשה פארגאנגענע וואך, ס'באדערט מיך ביז היינט, כ'האלט זיך אין איין דערמאנען דארפון.
די ניקולשבורגער רבי האט געגעבען זיין געווענדליכע דרשה אין זיין ביהמ''ד אין די קאנטרי נאכן מנין,

ס'קען זיין ס'איז אביסעל פאני צו געוויסע מענטשען, אבער לאמיר נישט יעצט אריין גיין דערין.
ס'דארט געשטאנען א שוטה א אינגערמאן, איינער האט עיהם אמאל אנגערעדט ער איז געשמאק, ער האט אנגעהויבען מאכן ליצנות פונעם ניקלושבורגער רבי, ער האט אריין געשריגען אונעם דרשה ''די רבי זאל אויך מאכן א עפעיל פאר אלע קענדי'ס וואס די קינדער פרעסען, אין האט מען שוין געקלויסט אויפן בנין?'' המבין יבין....

די נודריגע פרעכע אינגאטש, ער האט דיך עפעס צו גענומען?
די שמוציגע גראבע חזיר, כ'האב געזעהן ווי א מינוט פריער פרעסטו קעיק אין טרינק סאדע, וואס מאכסטו ליצנות? ס'געפעלט דיך נישט זיין התנהגות? פיצ אפ, קום נישט דא דאוונען,
די האלסט ס'פאני? שמייכל די אונטער אין יאג אפ, וואס מאכסטו עיהם בושות ברבים?
כ'זאג דיך אן די קומעדיגע מאל די טרעפסטו מיך אין גאס, לויפ אוועק, כ'גיי עפענען א פיסק הערסט? וועסט חרטה האבן די מאמע האט דיך געהאט, שוטה איינער, די האסט נישט קיין ז'אב, ביסט צובראכען דיין ווייב איז גראב ווי א הויז, געבסטו עס אויס אויף א איד וואס מיינט עס ערענסט?
כ'האב קלאר געזעהן ווי ס'באדערט די ניקלסבורגער רבי געפערליך אז האסט ליצנות געמאכט פון עיהם, ער האט זיך נעבעך נישט געקענט פארענטפערען, נאר גענטפערט דיין חוזק רייד ווי א קליין קונד.
ביסט נארמאל? קומסט אריין צו יענער אין די היים, פרעסט דיך אן ווי מוצאי יו''כ, טרינט ווי א קיה, קוקט איבער די בליק, דאווענסט דארט אויך, די ענדז'ויסטעך, אין נאכדעים מאכסטו ליצנות פון עיהם? רשע מרושה.

מיין נקודה דא איז, אז מ'טשעפט איינער מיט א חשבון, שוין ממילא, כ'מיש זיך נישט אריין, אבער סתם איינער וואס האט דיך קיינמאל נישט קיין שלעכסט געטוען? מענטשען האבן א נאטוער סתם צו נעמען איינער אין פאנייגען,
ס'גראוילט אוועק, כבין נישט מקנה ענקער גיהנום, גרויסע רעדנער לאממיר זעהן נעם איינער מיט א פיסק, פליק עיהם. נעה דאס האסטו מורא,
אקעי כ'דארף לויפן, כהאף כבין ארויס געקומען קלאר.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 2, 2014 11:38 am

· #209179
שטילע, פליז נעם אראפ די דאקט-טעיפ פון דיין מויל, דו קומסט נישט אריין קלאר!!
(כ'קוילער זיך פאר געלעכטער...)

סאשי פיש » מיטוואך יולי 2, 2014 11:45 am

· #209181
פאר ווער עס ווייסט נישט ווער דער ניקעלשבורגע רבי איז נאט אייך בילדער.

ביים שרייבען און הענגען די זמנים פונעם שול.
image.jpg image.jpg

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 2, 2014 11:52 am

· #209186
איך בין אביסל צעמישט. צו האט נישט ניקלעשבורגער רבי א לענגערע בארד? מסתמא האט זיך שוין געעפנט א צווייטע ברענד היינט.

סאשי פיש » מיטוואך יולי 2, 2014 11:55 am

· #209188
דו רעדסט פון די מאנסי רבי

כוכב » מיטוואך יולי 2, 2014 11:58 am

· #209189
ניקלשבורגער רבי איז א פיינער צוגעלאזענער מענטש וואס האט צוגעשטעלט א געוואלדיגע סערוויס (נישט קיין נפק"מ זיין אגענדע, מיינע מצות זענען אויך נישט לשם שמים) פאר'ן ציבור וואס קאסט אים אפ ממון ודמים און די הכנסה קומט פון דעם אפיל.
דער יונגערמאן וואס האט אים געשטערט איז א פשוטער כפוי טובה און א בור ברשות הרבים וואס שעדיגט דעם רבים.

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 2, 2014 12:20 pm

· #209194
ביי מיר איז די ניקולשבורגער מער רבי ווי די קוגל טיילערס און פעלץ באדעקטע אדמורים. זיין אהבת ישראל איז להפליא. ער געבט זיך איבער פאר אנדערע שלא על מנת לקבל פרס, כבוד, קוויטל, אדער פדיון. איז ער אביסל אינטערעסאנט? יא. נאך א סיבה פארוואס איך האב אים ליב.

טיטאניק » מיטוואך יולי 2, 2014 12:25 pm

· #209197
א צדיק פון א איד
זיס גיט און הארציג
איז ער נישט דער בעסטער פעיקער ווי אלע אדמורים? איז וואס איז אז עס פעלט עם אביסעל bs? אז מה?

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יולי 2, 2014 12:28 pm

· #209199
די אשכול איז געווידמעט פאר מענטשען וואס פליקען אנדערע אן קיין סיבה, זייט מוחל עפענט א אשכול איבער די ניקולשבורגער רבי, כ'קום אהין זאגן זיין גדלות, אין ווי א יאמי מענטש ער איז

טיטאניק » מיטוואך יולי 2, 2014 12:47 pm

· #209202
יעצט האטסטי געפליקט.... העי העי 🙂

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יולי 2, 2014 12:48 pm

· #209203
אבער פאר א סיבה, האסט פארשמירט מיין אשכול, לול

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 2, 2014 12:57 pm

· #209204
שמעקעדיג
שטילע, פליז נעם אראפ די דאקט-טעיפ פון דיין מויל, דו קומסט נישט אריין קלאר!!
(כ'קוילער זיך פאר געלעכטער...)

שמעקעדיג: ייש"כ פאר מעורר זיין:. אבער דער דאקט טעיפ אויפ'ן פה קדוש דארף בלייבן. דאס קומט צו ווייזן אז אין אמת'ן האט ער (שטילע יונגערמאן) א סאך צו זאגן, און בקול רם. נאר ווייל ער איז א שטוילע יונגערמאן האלט ער זיך צוריק. בבחינת איזה הוא גיבור הכובש את יצרו. ווי ס'שטייט אין די משנה אין פרקי אבות... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 2, 2014 12:59 pm

· #209205
שלשה מיני פלוקים יש באדם. המפליק משום הנאה, המפליק משום רוגזא, והמפליק משום רשעות. לא הרי זה כהרי זה. המפליק משום הנאה חייב משום מעילה. כיון שמעל בדרך הנאה בהקדש. וילפינן מקרא עם קדוש לאלקיו. המפליק משום רוגזא חייב משום עבודה זרה, שכל הכועס כאילו עובד אלילים. המפליק משום רשעות דינו כדין שור המועד.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 2, 2014 1:13 pm

· #209208
שטילע יונגערמאן: דיינע ווערטער זענען מתוק מדבש. כמים קרים על נפש עייפה. אין א טאג פון העכער 100 דעגריס. מיין בלוט האט אויפגעקאכט ליינענדיג דיין רעפארט, פון דעם מחוצף. ווען איך טרעף עיהם אן אין גאס, געב איך עיהם צוויי פלאמעדיגע פעטש אז זיינע גלעיזער זאלן אראפפליען. (זאל זיין טאטע עיהם קויפן נייע גלעיזער.). ער גייט אריין אין א ביהמ"ד צו א איד וואס איז זיכער איינער פון די צדיקי הדור. און ער מאכט עיהם אן בזיונות ברבים. איך מיין אז ביי געוויסע חסידות'ן ווען ער פיהרט זיך אזוי אויף וואלט ער נישט ארויסגעגאנגען שטייענדיג. נאר ליגענדיג. דעיס אז ער האט א סאך פערזענליכע פראבלעימען, און ס'גייט איהם נישט אזוי פויגלדיג דאס לעיבן איז זיכער. אבער דאמאלס דארף מען ארויסנעמען א תהילימ'ל און זאגן א פאר קאפיטלעך תהילים. וועט עיהם דער אייבישטער זיכער העלפן. דעיס איז נישט קיין תירוץ זיך אויפצופיהרן ווי א חיה פון וואלד. פארקערט. אמאל .איז דאס א ביסל מדה כנגד מדה. כאטש אינז ווייסן מיר נישט קיין הימלישע חשבונות. בכל אופן נארמאלע מענטשן דארפן מוחה זיין, ווען מ'זעהט אזא מין ערשיינונג.. 😕 😎 🙄 😈 😈 😢 😞 😠 😛 😛 😛 😉 😳 😮

קאך_לעפל » מיטוואך יולי 2, 2014 1:14 pm

· #209209
עס זענען פארהאן 3 ערליי מענטשען וואס טשעפענען און סיקורין אנדערע מענטשען, ספעציעל ווען יענער איז א מר לב ורוח נשבר:

1) עס איז דא מענטשען מיט גוטע קעפעלך און טיפזיניקע מוחות, וואס קענען פשוט נישט דערליידן ווען עמיצער רעדט טפשות, די בייז בלוט קימט זיי ארויף אין קאפ, דעריבער לאזן זיי פאלן שטעך ווערטער אויף יענעמ'ס חשבון.

נאך דערצו ווען יענער האלט זיך נאר פאר א חכם, אזוי ווי עס איז ידוע אז דער הייליגער ראדושיצער זי''ע האט נישט געקענט דערליידן קיין שוטים, האט אים עמיצער אמאל געפרעגט, וואס איז נעבאך דער שוטה שילדיג אז ער איז א שוטה, ג-ט האט דאך אים אזוי באשאפן? לך לאומן שעשאני! האט דער הייליגער ראדושיצער זי''ע אים גענפערט, איך נישט פיינט דעם שוטה ווייל ער איז א שוטה, איך האב אים נאר פיינט ווייל ער האלט זיך וואו א חכם.

געווענדליך האבן די סארט מענטשן תיכף חרטה, און בעטן גלייך איבער וועם זיי האבן וויי געטאן, נאך דער צו ווען דער שארפער איז גאר א בן תורה.

2) דערנאך איז פארהאן א צווייטער מין באשעפעניש, א מענטש וואס איז אנגעגעסן מיט שנאה און האס אויף די גאנצע וועלט, יעדער האט אים ב'גנב'עט, יעדער זיכט אים נאר צו מסדר זיין, יעדער איז זיין שונא, ער איז ביטער אויף די גאנצע וועלט, ער דרייט זיך ארום מיט ארבעים סאה מי מאררים אין בויך, האלט און איין בלאזן, יעדן טאג אויף א צווייטן, אויף יעדען מענטש האט ער א גאנצע טווין טאוער מיט חשבונות פאר וואס יענער וויל אים זען אין דער ערד, דעריבער האט ער א סיפוק פון פייניגען און טשעפענען יעדן איינעם מיט וועם ער קימט נאר אין קאנטאקט, צילוב זיין ביטערקייט פארגינט ער נישט אז יענער לעבט יא רואיג אויף ג-ט'ס וועלט, ער לעבט מיט די מחשבה אז איך בין ביטער, זאל יעדער זיין ביטער. דאס פארשטילט אים א ביסל זייינע גייסטישע ליידען מיט וואס ער איז נעבאך געשלאגן.

איז אזוי: אויב ער איז א בן תורה און א פארשטענדליכע מענטש, קען מען מיט אים רעדן, און פראבירן אים צו בארואיגען, געווענליך וועט עס העלפן.

אבער אויב איז ער א פיסטער שטריק, און די קאפ איז אים ליידיג, און ער האט אין זיין לעבן נישט געפענט קיין חובת הלבבות, דאן שטייט ווייט פון אים כמטחווי קשת, ער איז א איש מסוכן, ער ארבייט נישט מיט קיין טיים פרעים, ענפערט אים נישט קיין ווארט, שפאציר א וועק מיט א שמייכל, און האב נישט מיט אים מטוב ועד רע ועד בכלל. די וועסט מיט אים קיינמאל נישט פארטיג ווערן, ער וועט דיר בייסן פון אינטען ,טאג איין און טאג אויס, די איינציגסטע מהלך מיט אזא פארשוין איז נאר, צו שטיין פון אים מיילן ווייט.

3) דערנאך איז פארהאן אזא מענטש, דאס איז בעיקר שכיח ביי די יונגווארג, וואס האט זיך אויסגעשטעלט א פראפייל אין לעבן. דהיינו:
ער איז א זעלטענער שיינער מענטש, וואס אלע פרויען לויפן אים נאך, און ער איז א גאנצען טאג פארנימען זיי אפצוזאגען.
ער איז אויך א זעלטענער קליגער מאן מיט א אפענעם קאפ, אויפגעקלערט און פארשטענדליך, און מענטשען רירן זיך נישט אן זיינע קליגע עיצות, און מען שטייט ממש אין לאנגע שירות זיך צו קענען שואל עיצה זיין מיט אים.
ער איז א עושר אדיר, וואס פארמאגט א זעלטען גוט-גייענדע ביזנעס, דאס איז חוץ די ריעל עסטעיט וואס ער פארמאגט אויווער סי. וואו אויך חוץ די געהיימע שתפות וואס ער האט אין צענדליגע ביסנעסער. ער קען ממש נישט אראפ לייגן די טעלאן פאר איין מינוט, ווייל ער מיז כסדר ענפערן די קריטיש וויכטיגע אימעל'ס וואס מען שיקט אים פון זיינע פארצווייגטע געשעפטן, קוים וואס ער קען זיך א מינוט אראפ רייסן פון זיין טייערע צייט צו קימען אין בית מדרש אריין.
ער איז באשאנקן געווארן מיט גאר א רייכער פאליטישער שמעק, ער פארשטייט צו פאליטיק בעסער וואו אלע באמטע אין סטעיט דיפארטמענט אונאיינעם, און ער שטייט אונטער אלע פאליטשע קאמפיינס אין די טריי סטעיט עריע.
און א ציגאב איז ער א זעלטענער ת''ח, נישט סתם א פלאטשיגע ווילימסבורגער ת''ח, נאר ווען ער לערענט אפ א בלאט גמרא און טרעפט אויף די רגע צי אלע חדושים פון ר' חיים בריסקער, אלע קישות און חקירות פון ר' ברוך בער פאלט אים איין כלאחר יד, און דער אויפטו פונעם קובץ שיעורים איז צו פשוט פאר אים.
חוץ פון דעם איז ער א ידען אין תנ''ך, וואו אויך אין היסטאריע, וואס עס איז כמעט נישט פארהאן אויפן כדור העולם.
וואו אויך איז ער אן הצלה מאן, און א שומרים לעלו, און א חסד של אמת מעמבער, און חבירים, דרור, חי לייפליין און נאך.

עכ''פ אזוי וואלט ער ווען געוואלט.

באמת איז ער א עקלדיגער באשעפעניש, א טיפוש שאין בדגמתו בכל העולם, ער האט נישט קיין פעני צו זיין נאמען, ער ווייסט ניטאטמאל וואו אזוי דער פרעזידענט פון אמעריקא הייסט, ער איז א זעלטענעם עם הארץ, און ער ווערט משוגע פאר ליידיג גיין, און דער לאנגער גיטער טאג, איז אים זיין גרעסטע שונא.

איז אזוי ווען ער קימט אין בית מדרש אריין, און ער וויל ווייזען אז ער איז עכט יא אזוי ווי ער שטעלט זיך פאר אין זיין פראפייל, וואס טיט ער? ער רעדט הויעך, שלאגט זיך מיט יעדען, מאכט יעדען אוועק, פליקט אריין פאר יעדען אויף רעכטס און לינק'ס, פארשעמט מענטשען ברבים, טשעפעט און פייניגט די מענטשהייט, אזוי אז יעדער זעט אז ער איז א גבר בגברין, ער איז א יש, ער איז א בחור מיט בצים.

וואס איז די עצה? די עצה איז אזוי ווי שטילע יונגערמאן זאגט, לאז אים אראפ צוויי זאפטיגע פראסקעס, אז ער זאל די ציינער ארויסשפייען. אפשר דאס וועט אים אויפוועקן פון זיינע חלומות!!!!!!!!!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 2, 2014 1:23 pm

· #209212
שטילע אינגערמאן
די אשכול איז געווידמעט פאר מענטשען וואס פליקען אנדערע אן קיין סיבה, זייט מוחל עפענט א אשכול איבער די ניקולשבורגער רבי, כ'קום אהין זאגן זיין גדלות, אין ווי א יאמי מענטש ער איז

יא. אבער מ'קען זיך נישט איינהאלטן צו פארציילן בשבחו פונ'ם ניקלשבורגע רבי שליט"א, ווייל א יעדער איינער ווערט אויפגעקאכט ווען מ'הערט אזא מעשה נבלה. דו ביסט גערעכט אז דער אשכול פארפארט פונ'ם אריגינאל'ן ציל. אבער ס'וועט אי"ה אנקומען צום תכלית הנרצה... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

טיטאניק » מיטוואך יולי 2, 2014 1:40 pm

· #209214
שטילע אינגערמאן
אבער פאר א סיבה, האסט פארשמירט מיין אשכול, לול

מיט דער צדיק ר' מרדכי קען מען נישט פארשמירען גארנישט!!! 😃

טיטאניק » מיטוואך יולי 2, 2014 1:41 pm

· #209215
berlbalaguleh
שמעקעדיג
שטילע, פליז נעם אראפ די דאקט-טעיפ פון דיין מויל, דו קומסט נישט אריין קלאר!!
(כ'קוילער זיך פאר געלעכטער...)

שמעקעדיג: ייש"כ פאר מעורר זיין:. אבער דער דאקט טעיפ אויפ'ן פה קדוש דארף בלייבן. דאס קומט צו ווייזן אז אין אמת'ן האט ער (שטילע יונגערמאן) א סאך צו זאגן, און בקול רם. נאר ווייל ער איז א שטוילע יונגערמאן האלט ער זיך צוריק. בבחינת איזה הוא גיבור הכובש את יצרו. ווי ס'שטייט אין די משנה אין פרקי אבות... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

נא שטעל דיר פאר ווען ער האט עס ווען נישט

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:33 pm

· #209526
כ'פאהר שוין ארויס צו קאנטרי, כ'גיי שטיין א גאנצע נאכט אין ניקלשבורגער ביהמ''ד, מיט א שטעקן אין די היינט,
זאל נאר איינער זיך דערוואגען.....
אין דער אינגערמאן וואס האט פארשעמט די רבי פארגאנגענע וואך, טאמער קומסטו אהער דאווענען '' זיי מוחל שרייב א צוואה, זאג דיינע קינד ווי ליב די האסט זיי''

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:37 pm

· #209607
שטילע אינגערמאן
כ'פאהר שוין ארויס צו קאנטרי, כ'גיי שטיין א גאנצע נאכט אין ניקלשבורגער ביהמ''ד, מיט א שטעקן אין די היינט,
זאל נאר איינער זיך דערוואגען.....
אין דער אינגערמאן וואס האט פארשעמט די רבי פארגאנגענע וואך, טאמער קומסטו אהער דאווענען '' זיי מוחל שרייב א צוואה, זאג דיינע קינד ווי ליב די האסט זיי''

שטילע: ביטע זיי דיך נישט אזוי שטארק מטריח. שטרענג דיך נישט אזוי אן. וואס דו וועסט שטיין מיט'ן שטעקן (לאללללל) וועט גאנץ ווייניג העלפן. אבער אין געוויסע חסידות'ן, ווען ער רעדט חוצפה'דיג צום רעבין בהיכל המלך, וואלט ער נישט ארויסגעגאנגען שטייענדיג, נאר ליגנדיג. כמו שכתבתי במקום אחר.
ביי אינז אין ביהמ"ד האטציך אפגעשפיעלט אן ענליכע סצענע מיט בערך א יאר צוריק. אינמיטן שלוש סעודות, ווען אינזער רבי שליט"א האט געהאלטן אינמיטן די תורה, מיט די לייטס אויסגעלאשן, האטציך אנגעריקט א פאר מחוצפים פון די זעלבע משפחה. (ליטוויש געקליידעט.) זיי האבן גענימען אפלאכן און חוזק מאכן פון די רבי. ס'געוועין א יונגערמאן, א בחור און א יונגל פון בערך צוועלף יאר. דער יונגל האטציך אריינגעשטיפט אינטער די בענקל פון די רבי. און זיך אריינגעבויגן אין די רבי'ס פנים. נאכדעים איז ער געגאנגען צו זיינע פרענדס און זיי האבן זיך גוט אויסגעלאכט. און זענען נעלם געווארן. איך האב צו געזעען די גאנצע סצענע מרישא ועד גמירא. ס'האט מיר זייער אויפגעקאכט. איך האב געוואלט צו גיין צו די יונגל און דערלאנגען צוויי פייערדיגע פעטש, און ארויסווארפן . נאר אזו ווי אינז זענען א מעסיגע חסידות און איך בין אויכעט א שטילע יונגערמאן (כ'האב נישט ליעב צו מאכן א טומל.) האב איך גארנישט געזאגט... איך פלעיג אייביג אפלאכן פון א געוויסע חסידות וואס די "גבאים" שטייען און וואטשן אויפ'ן רעבין, כאילו מ'וויל איהם אוועק גנב'נען. יעצט זעה איך אבער אז זיי זענען גערעכט. לענייננו. אפילו ביי אזא זיסן רבי'ן ווי דער ניקלשבורג'ער רבי שליט"א, וועלכער ווייזט ארויס זיין שטארקע אהבת ישראל צו א יעדן, דארפן אויכעט זיין מענטשן וואס זענען ממונה אויף צו אנכאפן מחוצפים און פשוט ארויסווארפן. (נישט בשן ועין, אזוי ווי ביי געוויסע גרויסע חסידות'ן.(... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😛 😛 😳 😢 😞 😉 😮

איך אויך » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:48 pm

· #209812
ר' בערל נעקסטע מאל קענטו דערשטיקן די מחוצפים מיט א פאק סמייליס וואס טאנצן ארום.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:28 pm

· #209820
ווי אזוי איז ער געשטארבן? ער איז געשטארבן פון געלעכטער.

דער שכן » זונטאג יולי 6, 2014 4:43 am

· #210156
berlbalaguleh
שטילע יונגערמאן: דיינע ווערטער זענען מתוק מדבש. כמים קרים על נפש עייפה. אין א טאג פון העכער 100 דעגריס. מיין בלוט האט אויפגעקאכט ליינענדיג דיין רעפארט, פון דעם מחוצף. ווען איך טרעף עיהם אן אין גאס, געב איך עיהם צוויי פלאמעדיגע פעטש אז זיינע גלעיזער זאלן אראפפליען. (זאל זיין טאטע עיהם קויפן נייע גלעיזער.). ער גייט אריין אין א ביהמ"ד צו א איד וואס איז זיכער איינער פון די צדיקי הדור. און ער מאכט עיהם אן בזיונות ברבים. איך מיין אז ביי געוויסע חסידות'ן ווען ער פיהרט זיך אזוי אויף וואלט ער נישט ארויסגעגאנגען שטייענדיג. נאר ליגענדיג. דעיס אז ער האט א סאך פערזענליכע פראבלעימען, און ס'גייט איהם נישט אזוי פויגלדיג דאס לעיבן איז זיכער. אבער דאמאלס דארף מען ארויסנעמען א תהילימ'ל און זאגן א פאר קאפיטלעך תהילים. וועט עיהם דער אייבישטער זיכער העלפן. דעיס איז נישט קיין תירוץ זיך אויפצופיהרן ווי א חיה פון וואלד. פארקערט. אמאל .איז דאס א ביסל מדה כנגד מדה. כאטש אינז ווייסן מיר נישט קיין הימלישע חשבונות. בכל אופן נארמאלע מענטשן דארפן מוחה זיין, ווען מ'זעהט אזא מין ערשיינונג.. 😕 😎 🙄 😈 😈 😢 😞 😠 😛 😛 😛 😉 😳 😮


אנשטאט דערלאנגען פאר׳ן מחוצף פארוואס זאל מען נישט מעהר מחזק זיין דעם ניקלשבורגער רבי׳ן? ג

א יעדער פון יעצט און ווייטער ווער עס גייט דארט אריין אדער אפילו נאר אדורעך זאל אריין גיין צום רבי׳ן און אים געבען חיזוק מיט וואס אימער מען קען און ביכולת. א גוט ווארט, א קאמפלימענט, א פאר טאללער, טאמבס אפ, אפילו א hug. .. באמת, באמת! ער טוט גאר שיינע זאכען אויף דער וועלט הן אין קאנטרי הן אין שטאט, הן בבקעה הן בהר. אהנע אריינגיין אין פרטים, ער טוט געוואלדיגע שיינע זאכען אויף די וועלט מער און מער. זענען דא נשמות וואס ער האלט זיי ממש ביים לעבען. עס קומט זיך אים אסאך אנערקענונג.

Yossy » זונטאג יולי 6, 2014 3:46 pm

· #210252
מען קען זען פון די גרויסע צאל לייקס אויף די מעשה פון חבירינו שטילע , דאס ווייזט אויף די באליבשאפט אין הערצה וואס ניקעלשבורגע רבי האט ביים ציבור , סאיז באמת א געשמאק צי זען וויאזוי ער שטייט אויף די פוס ביז שפעט אין די נאכט אין ריהט נישט פאר א מינוט , סאיז זיכער אז ער טיט אויף גרויסע זאכען. מען קען אויך ליינען אויף די וואנט אימעילס וואס ער באקומט פון פרויען וואס שרייבען וויאזוי זייערע מענער פלעגען נישט דאווענען מיט מנין פאר ער האט געפענט זיין שיל.. אין באשרייבענגען וואס צייטונגען האבען געשריבען וועגן עם. די גאנצע עקספעריענס איז מלא חן.. מען קען זאגען בפה מלא it's worth a trip from anywhere

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 6, 2014 8:39 pm

· #210380
אלע באליבטע פריינד - איף בין אמאל געווען ביי א רעבעלע וואס ער האט געצינדען חנוכה לעכט אין א פרעמדע בית מדרש (נישט זיין אייגענע, נאר מיינס יא) און מ'האט גענומען אסאך בילדער און ס'האט איהם אביסל געשטערט. איס א בחור א זוהן פונ'ם גבאי'ן צוגעקומען צו איינער און געהייסען אויפהערען כאפען בילדער. האב איך איהם געזאגט -
"ט'פארוואס שייט דיין רעבע העכער ווי דער ******** רבי? וויייל יענער שמייסט און שרייט און שעלט און דיינס נישט. אז דו וועסט אויך שרייען און געוועלדיגען, ביסטו גארנישט בעסער ווי דער ******** רבי"

לעניינינו, איך קען נישט דער ניקולשבערגער רבי, נאר ווען ער איז טאקע אזא חשוב'ער, ביטע פארשווארץ נישט זיין רעקאר"ד מיט א שלעגעריי מעשה. אוודאי טאמער איינער איז זיך מתחצף דארף מען גלייך מוחה זיין (נישט יעדער מחאה מיינט שרייען, טאמער אלע ארום און ארום וועלען קרומען דער נאז און פארשווייגען אין אן אופן אז יענע זאל פילען נישט אין פלאץ איז דאס אויך א שטארקע מחאה) אבער זוכען נוקם צו זיין איז נישט מדרכי העדינות, און דערלאנגען פעטש פאר'ן רבי'ן איז א מסוכנדיג'ער מהלך וואס אחריתה מי ישורנו.

דער שכן » זונטאג יולי 6, 2014 9:12 pm

· #210389
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
שוטה, האלט דיין פיסק.



פאר כ׳האב אריינגעקוקט אין דיין תגובה האב׳עך געמיינט אז דו פארשרייסט עפעס א אנדערן אדמו״ר וואס ער אליין האט געעפענט זיין אייגענעם פי-האתון די פארגאנגענע וואך. ..

סארי, כ׳האב מיר נישט געקענט איינהאלטן! ניין, כ׳בין נישט קיין זאלי.

יין שרף » זונטאג יולי 6, 2014 10:14 pm

· #210402
שטילע אינגערמאן

די ניקולשבורגער רבי האט געגעבען זיין געווענדליכע דרשה אין זיין ביהמ''ד אין די קאנטרי נאכן מנין,
ס'קען זיין ס'איז אביסעל פאני צו געוויסע מענטשען, אבער לאמיר נישט יעצט אריין גיין דערין.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 6, 2014 11:44 pm

· #210410
יין שרף
שטילע אינגערמאן

די ניקולשבורגער רבי האט געגעבען זיין געווענדליכע דרשה אין זיין ביהמ''ד אין די קאנטרי נאכן מנין,
ס'קען זיין ס'איז אביסעל פאני צו געוויסע מענטשען, אבער לאמיר נישט יעצט אריין גיין דערין.

יין שרף: ייש"כ. ס'איז ממש תורת ה' תמימה משיבת נפש. דער איד איז א צדיק תמים וואס דאס אהבת ה' ואהבת ישראל שפראצט ארויס פון איהם. און מ'דארף זיך צו שטעלן צו עיהם בכל דרך אפשרי. די פאני זאך איז אז ער בעיט אפילו נישט קיין געלט בי זיינע מתפללים. און ער נעמט א יעדן אויף בסבר פנים יפות. און מ'האט אין זיין ביהמ"ד מכל טוב. סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. ה' יאריך ימיו ושנותיו. ער זאל קענען אנגיין מיט זיין דרך פון אברהם אבינו עד ביאת גואל צדק בב"א... 😕 😎 😂 😠 😳 😃 🙂 😞 😮

דער שכן » מאנטאג יולי 7, 2014 6:58 am

· #210432
סאשי פיש
פאר ווער עס ווייסט נישט ווער דער ניקעלשבורגע רבי איז נאט אייך בילדער.

ביים שרייבען און הענגען די זמנים פונעם שול.


איש צדיק. עוסק בצרכי ציבור בלב ונפש.

אשרי חלקו.

נעקסט מאהל כ׳בין דארט בלי נדר גיב איך אים א פאר גרייצער און דברים הנכנסים אל הלב.

כמונו ירבו בישרא׳ל

יישר כוחכם פאר׳ן מאכן דעם אשכול.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יולי 7, 2014 10:42 am

· #210466
אויב ער קען נישט נעמען קרטיסיזאם איז ער טאקע נישט א רבי. איעדע רבי כאפט... וואס איז ער עפעס אנדערש? ער וויל זיין א רבי? וועט ער אויך כאפען

Yossy » מאנטאג יולי 7, 2014 2:14 pm

· #210541
לאמיר זען גרויסער מויל מאכער גיי אריין אין בעלז אדער סאטמאר אין שריי אן דעם רבי בפניו ,,, אז מען געט דארף מען אויך קענען נעמען .. 😂
אינז ניקעלשבורגע חסידים גייען מיר זיך אננעמען פאר זיין כבוד.. אין עונשין אלא אם כן מזהירין

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 7, 2014 4:46 pm

· #210596
ציבעלע-קיגל
אויב ער קען נישט נעמען קרטיסיזאם איז ער טאקע נישט א רבי. איעדע רבי כאפט... וואס איז ער עפעס אנדערש? ער וויל זיין א רבי? וועט ער אויך כאפען

או.קעי. הייב אן. לשם יחוד.... די מקוה איז צו הייס/צו קאלט.: די טשאלנט איז צו געברענט. נישט דא געניג קישקע אין טשולנט. ס'דא ווייניג טשערי סאודע/פרוט פאנטש. נישט געניג פאפ-קארן. ווייניג טונא און דיפס ביי שלוש סעודות. די עיר-קאנדישן איז נישט געניג קאלט/צו קאלט. אה. די גאלע שאקלט זיך צו שטארק. די בראנפן איז צו ווארעם/צו קאלט.: שטייט אין פסוק וילונו העם על משה ועל אהרון...ויקח קורח.. און קורח האט גענימען..ןדתן ואבירם, און דעי דתן און אבירם... אנטשולדיגט. די רעבע איז איינעם עפעס שילדיג?!. האסט א ברירה קום נישט דא. גיי צום שכן... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

דער שכן » מאנטאג יולי 7, 2014 4:54 pm

· #210598
יא! יא! קום דא צו דעם שכן, דא וועט מען דיך שוין גוט מסדר זיין!...

קום נאר קום.

וועטעטס קענען דאנקבאר זיין פאר בערל בעל-עגלה...

😲

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יולי 7, 2014 8:58 pm

· #210667
פאר די אלע פון די "אזוי גערופענע" גרויסע חסידים וואס נעמען זיך כלומר'שט אן פאר זייער רעבאס כבוד. פארשטייטס איין זאך. אויב ענק גייען טאקע גיין מיט ווילדע שריט. ווי עס זעהט אויס פון וואס ענק שרייבען... עס ווייזט אבער וואספארא רעבא ענק האבען. וואס האט א באנדע שלעגערס פאר חסידים.פונקט אזוי ווי דער באקאנטער מיטן לויזע צונג וואס איך וויל נישט יעצט פורס בשמו זיין אבער עס איז באוויסט אז זיינע חסידים באשטייען פון א באנדע צווילדיוויטע שלעגערס

איך האב קיינמאהל נישט געזאגט אז מען זאל איהם זאגען עפעס אין פנים אדער אפי אין זיין בית מדרש. איך האב סתם געזאגט אז איעדע רבי בארעדט מען און אויב ער נעמט עס אזוי פערסאנעל.... איז ער טאקע נישט א רבי און אויב יא פארשעמט איהם נאך מער מיטן אנהאקען אלע מתנגדים

דער שכן » דינסטאג יולי 8, 2014 2:39 pm

· #210824
ציבעלע-קיגל
פאר די אלע פון די "אזוי גערופענע" גרויסע חסידים וואס נעמען זיך כלומר'שט אן פאר זייער רעבאס כבוד. פארשטייטס איין זאך. אויב ענק גייען טאקע גיין מיט ווילדע שריט. ווי עס זעהט אויס פון וואס ענק שרייבען... עס ווייזט אבער וואספארא רעבא ענק האבען. וואס האט א באנדע שלעגערס פאר חסידים.פונקט אזוי ווי דער באקאנטער מיטן לויזע צונג וואס איך וויל נישט יעצט פורס בשמו זיין אבער עס איז באוויסט אז זיינע חסידים באשטייען פון א באנדע צווילדיוויטע שלעגערס


מיט דעם ביזטו גערעכט.

ציפפען פיס אונטער׳ן טיש אפילו פאר חשוב׳ע אידען וואס האבען ווייסע זאקען און וואס זענען געזעסען אויבן-אהן איז שוין א אלטע מעשה. און עס האט זיך נישט אנגעהויבן אין סאטמאר. רשעות אין אסאך אנדערע ״חסידות׳ער״ איז אסאך גרעסער ווי אין סאטמאר. יעצט וועל איך נישט פורס בשמו זיין אבער עס איז באוויסט אז אין עטליכע חצר׳ס וואס האבען א שיינעם נאמען פון זיין זייער nice זענען אסאך ערגער ווי אין גאנץ סאטמאר בענעזאם. ראשי תיבות פון יענע פלעצער וואס קומט מיר ארויף אויף׳ן געדאנקן יעצט איז: ב. ב. ס. ג.

אידען פלעגען אוועק גיין מיט רויטע (בלוטיגע) זאקען. מער רויט פון בלוט ווי די ארגיניעלן ווייסע פארב.

פלעין יודיש » דינסטאג יולי 22, 2014 7:15 am

· #212959

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 22, 2014 12:33 pm

· #213004
די יערליכע יוטוב shoot אין פראגרעס! 🙂

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יולי 1, 2015 1:40 am

· #286400
@דולה ומשקה א בילד פון רועינו הגה״ק אבד״ק בעלעד נאכן דאוונען אין ניקולשבורג ביהמ״ד
📎 image.jpg