☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » א יסודות'דיגע הערה אויפ'ן 'סיסטעם'

א יסודות'דיגע הערה אויפ'ן 'סיסטעם'

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6712

כוכב » מיטוואך יולי 2, 2014 8:29 am

· #209140
א יסודות'דיגע הערה אויפ'ן 'סיסטעם'
כ'רעד נישט פון די חרדזים סיסטעם, א הערה אויף אונזער לאקאלן סיסטעם אין קאווע שטיבל.

עס איז גאנץ אפט וואס א שרייבער פלאגט זיך אן צו שרייבן א גוטס, און פונקט האט עס נישט זוכה געווען צו צופיל רעאקציעס, וועט נישט נעמען קיין פיר און צוואנציג שעה און עס וועט זיין אין קעלער. דער פאקט איז אז דאס פראקטישע וועג זיך אומצוגיין דא איז מיט די אקטיווע אשכולות אפציע, און דאס איז גורם אז אויב פעלט מען פאר עטליכע שעה אדער טאג וועט מען פארזען אפאר באגריסווערנדע אשכולות און זיך צוריק באגעגענען מיט די רוטין, די פאר אשכולות וואס בערל גלייכט אלעמאל ארויפצושלעפן...

בקיצור, עס דארף זיין א ווינקל וואו דער ליינער זאל קענען זיך ווענדן און באגעגענען די נייע אדער עכ"פ שטארקע אשכולות פון די לעצטע וואך למשל, אפילו זיי זענען שוין לאנג נישט אקטיוו. לעת עתה, קומט אויס אז נאר ווער ס'זיצט דא ערב ובוקר וצהרים ווי אן אדיקט קען אלעס אויפפאסן און פארזעט נישט קיין גוטע אשכולות

אין אייוועלט איז אביסל בעסער, ווייל זיי האבן דעם הויפט זייט וואו מזעט כאטש וואס איז ניי.
סדא אן אפציע פון פינען, אבער ס'גארנישט ווערד, ווייל קיינער זוכט נישט וואס מ'האט געפינד אין צען פארומס, ווי אויך קען מען נישט יעדע אשכול פינען און איך וויל א ווינקל וואס זאל האבן יעדע נייע אשכול וואס האט באקומען 15 לייקס למשל.

טענק יו פאר ליסטענינג, כהאף איך בין אריינגעקומען קלאר, איך גיי נישט צו די גבאים ווייל כוויל הערן, וואס זאגט דער עולם?

אשכולות אויפוועקער » מיטוואך יולי 2, 2014 8:49 am

· #209142
פארדעם בין איך דאך באשאפען געווארן.

כוכב » מיטוואך יולי 2, 2014 8:54 am

· #209144
דו ביזט סתם אזוי א פערד (נישט דו, דיין יצר הרע) ווייל דו וועקסט אלטע אשכולות וואס אינטערסירט נישט קיינעם אבי אנצופילן די ערשטע זייט. כהאב דיך שוין געזאגט אין אישי און האסט מיך איגנארירט. אדרבה, צייג וויפיל סוקסעס האסט געהאט מיט דיין געוועקאכטס.
איך רעד פון נייע אשכולות, אז זיי ווערן אלט ביז א טאג.

אשכולות אויפוועקער » מיטוואך יולי 2, 2014 8:58 am

· #209145
כוכב
דו ביזט סתם אזוי א פערד

😳

שבת אחים » מיטוואך יולי 2, 2014 9:01 am

· #209146
דו זאגסט זייער גוט אבער טויש דעם קעפל צו א ״יסודות'דיגע הערה אויפן באניץ פון קאווע שטיבעל״ אדער עפעס ענדליכס, כהאב שוין געמיינט אז דא קומט עפעס גאר א גוטס א קנאקדיגע זאפטיגע אכשר דרא אשכול פונעם ״סיסטעם״ כהאב מיר שוין געשארפט די ציין באקוועם געמאכט אויפן פאטעל אנגעצינדען א צוגרעטיל און געזאגט @כובב הלטעני נא!!! געב אהער דעם גרויסן פילאזאפישע יסוד פון אונזער סיסטעם און דערווייל ווי אנטוישט בין איך געווארן ווען איך בין געוואר געווארן אז מרעדט דא פון טעכנישע פעיקייטן אויפן שטיבל וואס איז שוין לאנג פאר מיר באהאווענט
אבער איך פארלאז מיך אויף דיר אז דו וועסט בקרוב באצאלן און משלים זיין דעם ארטיקל און מהנה זיין דער עולם מיט א ריכטיגע מאמר החכם ״כוכב סטייל״
דו האסט גיטע קרעדיט ...

כוכב » מיטוואך יולי 2, 2014 9:10 am

· #209148
לול דו לץ (נישט דו, דיין יצר טוב) חכם, דאס איז די טריק, כ'וויל דאך דער עולם זאל אריינקומען, מאכט מען א העד ליין כאילו דא קומט ווייס איך וואס...

שבת אחים » מיטוואך יולי 2, 2014 9:18 am

· #209149
אלעס פיין און וואויל אבער ווילאנג קען מען שרייען ״וואלף״ ???

קינד_אן_קייט » מיטוואך יולי 2, 2014 10:04 am

· #209154
כ׳רעאגיר כדי ס׳זאל בלייבן אויפ׳ן אויבערפלאך און חלילה נישט אראפ נידערן אין קעלער... 😉

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 2, 2014 10:34 am

· #209158
און דא האט זיך דער בארדיטשובער צעוויינט. וואס בלייבט פון אונזער פלאג, מענטשן פון בלוט און פלייש, אז מיר גייען אין קבר?

כוכב » מיטוואך יולי 2, 2014 5:27 pm

· #209257
@גבאי
@אנאנים
@אנאנים

עפל סיידער » מיטוואך יולי 2, 2014 5:31 pm

· #209259
קינד_אן_קייט
כ׳רעאגיר כדי ס׳זאל בלייבן אויפ׳ן אויבערפלאך און חלילה נישט אראפ נידערן אין קעלער... 😉

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:53 am

· #209368
@אנאנים ער רעד אז אויב א אשכול האט 10-15 לייקס זאל עס גיין צו א געוויסע פלאץ. אזוי ווי עס איז דא אקטיווע אשכולות נייע אשכולות וכו׳ זאל זיין נאך אן אפציע ״שטארקע אשכולות״ דאס גייט ווערן געמאסטן דורך די לייקס.
אזוי ווי פישילע פלעגט נאר נעמען פאר די קאווע בלעטער אשכולות וואס האבען א מינומים לייקס.
איז דא וועג פאר דעם?

@כוכב איך האב ארויס די נקודה?

כוכב » דאנערשטאג יולי 3, 2014 5:09 am

· #209385
דאס איז איין אפציע, אדער אפילו א קנעפל בלויז פאר נייע אשכולות וואלט אויך געווען א ישועה.

שמערל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:09 am

· #209436
א מינימום צאל לייקס, איז נישט קיין עצה, ווייל כוכב טענה'ט דאך אז די אשכול איז פארזען געווארן, נו האט עס דאך נישט באקומען די נויטיגע צאל לייקס.

פארוואס נישט סתם א פלאץ ווי מען קען זען נייע אשכולות פון די לעצטע וואך, אדער א קנעפל צו סארטירן אשכולת ביי לעסט קריעטעד.

אויך קען מען קוקן אויפן צאל ציפיות, אמאל קען זיין א אשכול מלא תוכן, און עס ווערט פארזען צו ווייל עס האט נישט קיין גוטן קעפל, אדער ווייל א אומבאקאנטער ניק האט עס געעפענט. אויב וועט אזא אשכול בלייבן לאנגע אויפן אויבן אן, וועלן מער מענטשען עס זען און מגיב זיין.

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:15 am

· #209440
ג
ג

שמערל » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:19 am

· #209442
טאקע א מורא'דיגע טענה.
אבער פארוואס פירקלסטו יעצט אן כוכב'ס אשכול?

עפל סיידער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:22 am

· #209444
שמערל
טאקע א מורא'דיגע טענה.
אבער פארוואס פירקלסטו יעצט אן כוכב'ס אשכול?


👍

👍

👍

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:25 am

· #209448
קאווע שטיבל איז סאטמער?
ג

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:26 am

· #209449
זאג עפעל סיידער
איך האב געמיינט אז ר' ארען האט קידוש געמאכט אויף דיר און דיר אינגאנצען אויסגעטרינקען? ווי קימט דאס אז די לעבסט נאך? 😉

פלעין יודיש » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:47 am

· #209466
האסט פילע רעכטען צו עפענען וויפיל אשכולות דיין הארץ באגערט נאר אויף דיין רבי שליט''א

(דרך אגב מר. @טיטאניק, כ'האב עפעס אזא פילינג אז די ביסט א סקאליע חסיד, העמיר באלד מאכן גורל הגר''א און זעהן צי איך בין מיר נישט טועה)

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:54 am

· #209470
ג

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:58 am

· #209471
קאווע שטיבל האט א רעכט צו זיין וויאזוי געשטימט זיי ווילן. די מציאות איז אז מסתמא א האלבע עולם איז, אדער שטאמט פון 1 געוויסע בעקגראנד, ממילא איז די שטימונג גענויגט צו מאכן אזא גרויסע עולם צופרידן. כ'גיי נישט אריין אין קיין ויכוחים וועגן ישרות, איך זאג נאר אז דאס קען זיין די סיבה אויב די מציאות איז טאקע אזוי.

פליקער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:06 am

· #209475
די פראבלעים איז אז פאר יעדען אינטערעסירט אנדערע זאכן
א שטארקע אשכול איז זייער א ראלעטיווע טערמין, אמאל קען איינער געיבן א גרעבעכץ ארויס א נעריש ווארט, און עס ווערט א לאנגס און א ברייץ
אמאל קען איינער זאגן א טיפזינע גיטע אשכול ווי ער ברעינגט שיין ארויס א ענין, אבער אין מפטירין אחר הפסח, עס איז שוין נישטא מער וואס מוסף צי זיין, ממילא גייט עס אינטער ווי א אויגן בליק, וואס האט מען עס זאל זיין אויבן אן, מען האט עס שוין געזעין, געליינט נעקט געגאנגען ווייטער.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:13 pm

· #209512
הכל תלוי במזל אפילו אשכול שבשטיבל...


טיטאניק, מען האט דיר שוין מסביר געווען אז דער שטיבל איז בכלל נישט סאטמאר געשטימט, עס זענען גראדע פאראן דא מער אנטי-סאטמורים, די סאטמערע זענען ענדערש אין אייוועלט,

די מנהלים/אחראים זענען ענדערש "איידל/נארמאל רעדן" געשטימט, מעגסט זאגן סיי וועלכע דעה אויף א איידעלן אופן (ווילאנג עס איז כלומר'שט בדרך התורה), אבער דאס שימפן און שעלטן און יעדע סאטמארע ווארט ווערט פארוואנדלט אין צואה רותחת מיט ריזיגע גרויסע אותיות, דאס מאכט יעדן צודרייט. דער יסוד איז "א רואיג ווינקל צו פארברענגען", ווי יעדער זאל זיך פרובירן האלטן קיל און רואיג, אויף א פראפעסיאנאלן וועג.

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:44 pm

· #209571
שמעקעדיג
הכל תלוי במזל אפילו אשכול שבשטיבל...


טיטאניק, מען האט דיר שוין מסביר געווען אז דער שטיבל איז בכלל נישט סאטמאר געשטימט, עס זענען גראדע פאראן דא מער אנטי-סאטמורים, די סאטמערע זענען ענדערש אין אייוועלט,

די מנהלים/אחראים זענען ענדערש "איידל/נארמאל רעדן" געשטימט, מעגסט זאגן סיי וועלכע דעה אויף א איידעלן אופן (ווילאנג עס איז כלומר'שט בדרך התורה), אבער דאס שימפן און שעלטן און יעדע סאטמארע ווארט ווערט פארוואנדלט אין צואה רותחת מיט ריזיגע גרויסע אותיות, דאס מאכט יעדן צודרייט. דער יסוד איז "א רואיג ווינקל צו פארברענגען", ווי יעדער זאל זיך פרובירן האלטן קיל און רואיג, אויף א פראפעסיאנאלן וועג.

ווי זעסטי גרויסע אותיות? האק נישט אין די וועלט אריין

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:47 pm

· #209574
[ציטאט אראפגענומען]

טוט נישט ''נישט געליינטע הודעות'' אויספירן דעם ציל?
אדער פארשטיי איך נישט

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:06 pm

· #209590
ס'ווייטאגט אז מ'האט ג'דארפט אויפברענגן ברבים א זאך וואס איז אזוי אובאקוועם פאר יעדעם. אבער די מעסעדזש איז קלאר, (און איך באצי מיך נישט צו קיין יחיד אדער א ספעציפישע פאל). קאווע שטיבל איז א פלאץ פון לופטערן דעות מכל המינים, אבער מיט רעספעקט פון אלע זייטן. ווען מ'שרייבט אפילו אויף א שארפע וועג קען עס זיין אן יענעם שטעכן אדער צוקלאפן. למשל:

"דאס וואס דו זאגסט איז שטותים, דו רעדסט נישט צום זאך, די אדמור מ.. האט נישט געטוהן צום זאך, יעצט זענען ענק חוזק"

שרייבן די זעלבע נקודה מיט רעספעקט:

"ס'איז מיר אינטערעסאנט אז האדמור מ... האט געטוהן אזוי, איך האלט ס'איז נישט ריכטיג און נישט אויסגעהאלטן, אפשר קענסטו מיר עס ערקלערן?"