☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס זענען עקסטרעמיסטען אייביג כשר?

פארוואס זענען עקסטרעמיסטען אייביג כשר?

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6702

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 2:55 pm

· #208731
ווייל בעצם זאגען די נטורי קרתא וואס אלע סאטמארע טראכטען אין הארץ אבער האבען נישט די עזות עס צי זאגען
איינער וואס לערנט דארעך דעם ויואל משה מיט ערענסקייט זעט נישט ווי די נטורי קרתא גייט ראונג

פלעין יודיש » מאנטאג יוני 30, 2014 3:14 pm

· #208739
ווען מ'האט אזא שיפס קאפיטאן אוודאי זינקט א @טיטאניק

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 3:16 pm

· #208740
איך האב דיר ליב

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 30, 2014 3:23 pm

· #208741
ווייל איינער פון די יסודות אין עקסטרעמיזם איז נישט ריספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו האלטן אנדערש, און די וואס זענען מער אפען פארשטייען אז יענער מעג האלטן אנדערש ווי מיר.

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 3:30 pm

· #208750
געפילטע פיש
ווייל איינער פון די יסודות אין עקסטרעמיזם איז נישט ריספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו האלטן אנדערש, און די וואס זענען מער אפען פארשטייען אז יענער מעג האלטן אנדערש ווי מיר.

אמת
דערפאר טאקע טיט נישט די מעלות רעספעקטירען קיינעם אויסער די עקסטערמיסטען וואס טיען פאר זיי די שמיציגע ארבעט

מאטי » מאנטאג יוני 30, 2014 3:31 pm

· #208751
ס'נישט אז זיי "רעספעקטירן" עקסטרעמיזם. ענדערש "אידענטיפיצירן" זיך דערמיט.

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 3:34 pm

· #208754
מאטי
ס'נישט אז זיי "רעספעקטירן" עקסטרעמיזם. ענדערש "אידענטיפיצירן" זיך דערמיט.

זאגסט זייער גיט
שפתים קושאק

פלעין יודיש » מאנטאג יוני 30, 2014 3:37 pm

· #208757
טיטאניק
איך האב דיר ליב

❓ ❓ ❓
דאס העסטו זאגן פאר דיין ווייב.....

מיט וואס האב איך אנגעצינדען דיין ליבשאפט צו מיר
מה פשעי ומה חטאתי כי דלקת אחרי.........

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 3:40 pm

· #208759
פלעין יודיש
סתם א שאלה, וויאזוי זאגט מען די ווארט "לייק" אין פלעין יודיש?


אין אידיש זאגט מען
"איך האב עס ליב"

Ben-Shishim » מאנטאג יוני 30, 2014 3:53 pm

· #208768
טיטאניק
ווייל בעצם זאגען די נטורי קרתא וואס אלע סאטמארע טראכטען אין הארץ אבער האבען נישט די עזות עס צי זאגען
איינער וואס לערנט דארעך דעם ויואל משה מיט ערענסקייט זעט נישט ווי די נטורי קרתא גייט ראונג


You are so wrong
Stop hallucinating

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 6:48 pm

· #208802
האלא נעם אפיר עני בריוו פון הרה"ק רבי יואל מסאטמאר זצ"ל
זיינע לשונות
די קללות
די סעיטמענטס
אוודאי נאך דעם וואס דער הייליגער רבי האט גענדיגט זאגען תורה און זיך אפגעווישט די טרערען האט ער געשמייכעלט און געוויסט ווי אזוי מען איז א דיפלאמאט אויך
אבער ניתי ספר ויואל משה, ספר דברי יואל, כתבים, שו"ת וועט מען זען אז אויב וויל מען האלטען זיין שיטה אן קיין קינצען און חכמות זענען די נטורי קרתא גארנישט אזוי ווייט פון וואס ער שרייבט
אדרבה די מער מעסיגע סאטמארע חסידים זיי זענען די וואס פארגלעטען גאנצע שטיקער פון תורת רבם
איך פארשטיי די מעסיגע ווייל משוגע זענען זיי נישט אבער טיף אין הארץ ווייסט יעדער ערנסטע תלמיד נאמן פון דער רבי זי"ע אז די נטורי קרתא טיען וואס זיי וואלטען ווען געוואלט טין נאר זיי שעמען זיך
איך האב אסאך פארברענגט מיט 60 יעריגע "תלמידים" פון דער רבי און שטילערהייט זאגען זיי בעצם נעמען די נטורי קרתא די שיטה אן קיין קינצען און שארט-קאטס
נאר זיי לייגען צי מיט שמייכעל "אבער יעדער ווייסט אז דער רבי האט עס נישט געמיינט עד כדי כך ווי ער האט געזאגט, ער האט נאר געשריגען מנהמת ליבו וכו'" אבער אבער אבער..... אבער אזוי האט ער געזאגט, ניין?
דער בעל הבית (דער מאן פון די בעל הבית'טע) פון מעלות קען איך גיט, דער איד איז א איד א צדיק א ריכטיגער סאטמערע תלמיד וואס עס שטערט עם נישט אז משה בער בעק מאכט די שמיציגע ארבעט אדרבה שש ושמח.......
און דערפאר לייגט ער אריין זיין עד
אבער אויב וועט א בעלזער אדער א גערער פיסכאלאג שרייבען א שלום בית ספר וועט ער עס נישט וועלען מפרסם זיין בשום אופן

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 30, 2014 7:50 pm

· #208812
טיטאניק
ווייל בעצם זאגען די נטורי קרתא וואס אלע סאטמארע טראכטען אין הארץ אבער האבען נישט די עזות עס צי זאגען
איינער וואס לערנט דארעך דעם ויואל משה מיט ערענסקייט זעט נישט ווי די נטורי קרתא גייט ראונג

ר' טיטאניק.איך בין נאכנישט זיכער אז דו מיינסט עס ערנסט אז מ'זאל "ערנסט" אדורך לערנען דעם ויואל משה. אבער אויב יא. ביטע קוק אין די הקדמה אויף דף ח', וואו די סאטמארע רבי זצ"ל זאגט אז היינט אז ס'איז שוין יא דא א מדינה דארף מען מתפלל זיין אז ס'זאל נישט בטל ווערן דוך די גויים "כי אז לא יהיה טוב לישראל, ח"ו , כמובן". מיין טענה צו די מסלפים ווי י.מ.ס. וסייעתו איז, אז זיי זאגן אז די ציונים האבן אריינגעלייגט די שורות...און די אלע וועלכע פרעטענדירן צו רעדן אין זיין נאמען האבן איהם אפילו נישט געקענט. ווייל רוב . .פון זיי זענען געבוירן נאך זיין פטירה. און אפילו פאר דעים די לעצטע יארן (נאכ'ן סטראוק, אין תשכ"ח) איז ער שוין נישט געוועין בתוקפו אבער די אלע וועלכע האבן איהם געקענט פון פריער ווייסן אז ער האט קיינמאל נישט געזאגט דאס וואס זיי זאגן...ואי אפשר לפורטם כי רבים הם... 😕 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

יאיר » מאנטאג יוני 30, 2014 10:17 pm

· #208838
רבותי, לייגט אוועק די גמרא קעפ, עס איז דא א פשוט'ערע תירוץ. איינער וואס איז פרומער ווי דעם פרומער טוט נישט קיין עבירה, איינער וואס איז מאדערנער פון אים טוט (לשיטתם) אן עבירה.

איחוד פעלד » דינסטאג יולי 1, 2014 7:54 am

· #208887
איז עס טאקע אזוי?

שת.אדמזאהן » דינסטאג יולי 1, 2014 8:01 am

· #208890
א פרומער וועט האלטן אז דער אזוי גערופענע מער-פרומער, אפילו זיינע שיטות זענען נישט גערעכט, איז ער אבער במהותו כשר, און כלפי ענינים וואס האבן נישט מיט דעם ענין וואס מאכט אים כביכול פרומער איז ער מותר לבוא בקהל.
משא"כ אויב יענער איז נכשל אין ציונות איז א סימן - לשיטת הפרומער - אז יענער איז טריפה דורך און דורך, אפילו זאל ער ווען נאר איבערדרוקען חידושי הרשב"א, טאר מען חלילה נישט אריינקוקען אין דעם.

יאיר » דינסטאג יולי 1, 2014 10:09 am

· #208918
ווייל די וועג אראפ לינקס איז סאך שיפער 😂.

מאטי » דינסטאג יולי 1, 2014 12:01 pm

· #208979
יאיר
ווייל די וועג אראפ לינקס איז סאך שיפער 😂.

וועגן דעם גייען זיי שיפע טאשן....

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 1, 2014 1:24 pm

· #209006
שת.אדמזאהן
א פרומער וועט האלטן אז דער אזוי גערופענע מער-פרומער, אפילו זיינע שיטות זענען נישט גערעכט, איז ער אבער במהותו כשר, און כלפי ענינים וואס האבן נישט מיט דעם ענין וואס מאכט אים כביכול פרומער איז ער מותר לבוא בקהל.
משא"כ אויב יענער איז נכשל אין ציונות איז א סימן - לשיטת הפרומער - אז יענער איז טריפה דורך און דורך, אפילו זאל ער ווען נאר איבערדרוקען חידושי הרשב"א, טאר מען חלילה נישט אריינקוקען אין דעם.

דו ווייסט אפילו נישט ווי ריכטיג דו האסט דא געזאגט. אט דאס ממש זענען די ווערטער פונ'ם טאן געיבער איבער די שיטה אין סאטמאר היינט. ה"ה הרב מנשה פיליפ המכנה את עצמו ישראל מ. סופר. ווען מ'האט איהם געפרעיגט וואס ער זאגט איבער דעם פאקט אז דער "מוסד הרב קוק" אין ארץ ישראל האט איבערגעדרוקט א סאך ספרי הראשונים און אנדערע שיינע פירושים על התורה. האט ער געענטפערט. אז היינטיגע צייטן, בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה. נאר דער, פאר וועים די סטרא אחרא העלפט צו, דער וועט קענען לערנען תורה...איך ווייס נישט. איז דער מענטש א.?!... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😉 😳 😳 😳 😮