☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שרעקעדיגע נייעסלעך

שרעקעדיגע נייעסלעך

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6692

שמעקעדיג » זונטאג יוני 29, 2014 8:53 am

· #208435
שרעקעדיגע נייעסלעך
א מאן איז געגאנגען אויף א שיפל כאפן פיש אין א קליין וואסערל צווישן די ווילדע וועלדער אין אינדיע, אינאיינעם מיט זיינע צוויי קינדער, א יונגל און מיידל.

פלוצלינג איז א טיגער ארויסגעשפרינגען, אריינגעשטעקט זיינע שארפע ציין אינעם האלז פונעם פישער, און אפגעצויגן מיט אים צו א אומבאקאנט פלאץ אין די טיפעניש פונעם וואלד, בשעת זיינע 2 קינדער קוקן צו מיט שוידער און שרעק. דער מאן ווערט באטראכט אלס טויט.

ער איז שוין דער פערטער טויטער דאס יאר פארציקט געווארן דורך א טיגער. איי וממיתה משונה..

<a class="postlink" href="http://news.yahoo.com/tiger-leaps-onto-boat-snatches-man-east-india-090431380.html">http://news.yahoo.com/tiger-leaps-onto- ... 31380.html</a>

George » זונטאג יוני 29, 2014 12:42 pm

· #208463
שרעקעדיג!

avil » זונטאג יוני 29, 2014 4:39 pm

· #208512
געפערלאך

גאלד » זונטאג יוני 29, 2014 5:00 pm

· #208514
עק וועלט, ס'צייט צו מהרהר זיין בתשובה

berlbalaguleh » זונטאג יוני 29, 2014 9:53 pm

· #208546
ס'האט איינער דערציילט אז אמאל איז ער געשטאנען צופוסנס פון א בארג און געשמועסט מיט זיין חבר געמיטליך. ארויפקוקנדיג אויפ'ן בארג האט ער באמערקט ווי ס'פארט א וואגן געשפאנט צו צוויי פערד. אין וואגן זענען געוועהן אפגעשניטענע , ריזיגע קלעצער פון ביימער וואס מ'האט נאר פריער אפגעזעיגט. צוגעבינדן מיט א דיקע קייט. פלוצלינג באמערקט ער אז די קייט האט זיך איבערגעריסן, און די קלעצער הייבן זיך אן אראפצוקוילערן מיט א גרויסן אימפעט אין מיין ריכטונג. דערציילט דער איד ווייטער. "א מזל האב איך געהאט...אז די מעשה איז נישט אמת... ווייל ווען נישט, וואלט איך (ח"ו) נישט ארויס א לעבעדיגער..." 😎 😂 😂 😂 🙄 😛 😳 😉 😞 😮

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 29, 2014 10:05 pm

· #208547
די מעשה איז דאך אבער יא אמת. לעצטענס האב איך געזען א דאקימענטערי אויף יו טוב זיי האבן דארט אינטערוויו'ד איינעם אין אינדיע וואס האט פארלוירן א האנט צו א בענגעל טיגער, אויך אזא פישינג פרנסה מעשה

berlbalaguleh » זונטאג יוני 29, 2014 10:17 pm

· #208548
ישמעאל הכהן
די מעשה איז דאך אבער יא אמת. לעצטענס האב איך געזען א דאקימענטערי אויף יו טוב זיי האבן דארט אינטערוויו'ד איינעם אין אינדיע וואס האט פארלוירן א האנט צו א בענגעל טיגער, אויך אזא פישינג פרנסה מעשה

נו, אז די מעשה איז אמת, דארף ער זאגן מחיה המתים... 😕 😎 😂 🙄 😛 😳 😉 😮

איחוד פעלד » זונטאג יוני 29, 2014 10:39 pm

· #208552
א פחד א שרעק, נאך א מזל אונז וואוינען מיר נישט דארט, ווען יא וואלט מען גוזר תענית געוועהן, און גאסר'ט אינטערנעט, און ווער ווייסט וואס נאך.

דענקער » זונטאג יוני 29, 2014 10:41 pm

· #208553
ר' נתן סליפקין האט אויך אקארשט יעצט געהאט א שרעק ווי א לעמפערט איז אים באפאלן.

אבער ב"ה נכנס בשלום, ויצא בשלום.

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 29, 2014 10:42 pm

· #208554
4G איז אסור אין יענע געגענט