☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » אינטערסאנטע זאכן אין ספרים

אינטערסאנטע זאכן אין ספרים

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #669

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 21, 2012 6:25 am

· #13826
אינטערסאנטע זאכן אין ספרים
מקור פון א "משוגעים הויז"
איך האב היינט געפינען א אינטערסאנטע רמב"ן (במדבר י"א, כ"ח), אדוני משה כלאם. הטעם בזה וגו' והנה צריכין לשומם בבית הכלא כאיש משוגע.

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 21, 2012 7:21 am

· #13827
מקור פון זיך מזכיר זיין מיט א קוויטל ביי א צדיק
ז"ל הרמב"ן בפרשתן (א, מה) : שע"י שעברו ישראל לפני משה ואהרן, והודיעו שמם בכתב, יהיה להם בדבר הזה זכות וחיים כי ישימו עליהם עינם לטובה ויבקשו עליהם רחמים וכו' עי"ש.

יידל » מאנטאג מאי 21, 2012 10:00 am

· #13838
דוכט זיך אז גיין צו א "חכם" בעת צרה איז שוין א גמרא.

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 21, 2012 10:15 am

· #13846
יידל
דוכט זיך אז גיין צו א "חכם" בעת צרה איז שוין א גמרא.

גערעכט, אבער ס'איז א חילוק פון סתם גיין צו א חכם ביז שרייבן א קוויטל, און דאס ווערט נישט דערמאנט אין די גמ', נאר אין רמב"ן.

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 23, 2012 8:26 am

· #27335
היינט געפינען אין פלא יועץ ערך כבוד הבריות אז ס'איז דא א ענין צו מכבד זיין און צו אויפשטעלן זיך פאר א עני, אזוי ווי עס שטייט "כי יעמוד לימין אביון".

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:53 am

· #39612
געפינען אין ספר תפארת יהונתן לרבי יהונתן אייבשיץ (פרשת ראה אויפן פסוק לשכנו תדרשו ובאת שמה) אז ווי נאר איינער האט געטראכט צו ברענגען א קרבן אין ביהמ"ק איז ער גלייך אנגעקומען קיין ירושלים בקפיצת הדרך, עיי"ש.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:44 am

· #42045
יידל
דוכט זיך אז גיין צו א "חכם" בעת צרה איז שוין א גמרא.

משה און אהרן זענען געווען נאך פאר די גמרא.

גוטזאגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:56 am

· #47382
די שטערן האט באשריבען באריכות אז אין די .תורה געפינען מיר נישט אזא שטראף ווי בית הכלא/טורמע און ער ברענגט אראפ מ"מ פון ספרים וואס רעדו דערפון און די טעם איז וויבאלד א שטראף ווי תפיסה איז מצער די גאנצע משפחה פונעם קרימינאל, עס העלפט נישט אז די פארברעכער זאל זיך אויס אויס איידעלן און נאך סיבות פארוואס מען געפינט נישט אין די תורה אזא שטראף

שמואל הלוי » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:00 am

· #47383
מ'געפינט אז מ'האט יוסף'ן אריינגעשליידערט אין תפיסה

מ'געפינט אז דעם מקושש האט מען געלייגט במשמר ביזן מקיים פסק זיין

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:39 am

· #47400
מ'האט שוין גערעדט אמאל דערפון אין שטיבל צו עס איז געווען א עונש פון תפיסה, צו נאר ביז די פסק איז ער געווען אין תפיסה.

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:56 am

· #47406
שמואל הלוי
מ'געפינט אז מ'האט יוסף'ן אריינגעשליידערט אין תפיסה

מ'געפינט אז דעם מקושש האט מען געלייגט במשמר ביזן מקיים פסק זיין


אז יוסף איז געוועהן תפיסה איז מצד המצריים ניצט מצד חלק התורה,
ביי דער מקושש שטייט בפירוש אז דאס איז געוועהן ביז געוואויר צו ווערען וואס איז די דין ביי אזא איינעם, אין ווי לאנג הא עס דען גענומען ביז מ'האט בייקומען א ענפער, שוין יענער טאג האט דער באשפער געזאגט צו משה רבינו וואס מ'האט צו טוהן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:58 pm

· #47520
לעמיל
מ'האט שוין גערעדט אמאל דערפון אין שטיבל צו עס איז געווען א עונש פון תפיסה, צו נאר ביז די פסק איז ער געווען אין תפיסה.


דא האסטו געשריבן דערוועגן, לעמיל.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/38372">viewtopic.php?p=38372#p38372</a><!-- l -->

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 10:48 pm

· #233951
שמואל הלוי
מ'געפינט אז מ'האט יוסף'ן אריינגעשליידערט אין תפיסה

מ'געפינט אז דעם מקושש האט מען געלייגט במשמר ביזן מקיים פסק זיין

אבער נישט אלס שטראף. א סענטענס פון עטליכע יאר תפיסה איז נישט געוועין. אדער מלקות אדער מיתת בית דין...!

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 7:24 am

· #233995
געווען א עילוי בשם ר' חיים יעקב יצחק רבינזון (ראדישקוביצר) וואס איז געווען א גרויסע מוח אבער מעורער בנפשו ,יש אומרים עס איז געווען א מחלת הנפש נאך יונגערהייט ויש גורסים אז דאס איז געקומען פון די מאוראות השואה נאכדעם וואס ער האט צוגעזעהן ווי מען שיסט זיין כלה.

אזוי צו אזוי איז געווען גאר א קאריעזער פערזאן ,גענוג צו ליינען דעם לעצטן עמוד מספרו 'עולם גדול עולה ועולם גדול שוקע' צו האבן א מושג עד היכן הדברים היגיעו.