☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פעטש צווישען באבוב רמ"ד און וואלאווע? אמת?

פעטש צווישען באבוב רמ"ד און וואלאווע? אמת?

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6686

קענער » פרייטאג יוני 27, 2014 2:02 pm

· #208324
פעטש צווישען באבוב רמ"ד און וואלאווע? אמת?
איינער האט מיר דערציילט מיט זאפט (גראדע א הייסע 48 באבוב'ר חסיד) אז ביי די לעצטע חתונה פון בית תוא"י וואלאווע דעש דעש-מיאמי
איז געגאנגען פעטש צווישען דער גבאי פון רמ"ד און דער זון פון דער וואלאווער רב איבער א פלאץ
איך נעם א דיסקלעמער איך האב נאר געהערט האלבע ווערטער און איך וויל וויסען די אמת
די מעשה גייט אזוי, אז דער באבוב'ער רבי איז אנגעקומען צו די חתונה פונקט א מינוט נאך וואס דער וואלאווער רב איז ארויס געגאנגען פון די זאל פאר א רגע
דער באבובער רבי איז אנגעקומען האט ער געזען א ליידיגער פלאץ (וואלאווער'ס) און זיך געזעצט דארט, ווען דער וואלאווער איז אריין געקומען האט דער זון פון דער וואלאווער געוואלט הייסען באבובער רבי אויפשטיין פון פלאץ, די גבאים פון באבובער רבי האבען געהאלטען אז עס איז אינו לפי כבודו זיך אויפצושטעלן און די גבאים האבען זיך געפאטשט מיט דער וואלווער'ס זון איבער דעם
איז דאס אמת?

יין שרף » פרייטאג יוני 27, 2014 2:18 pm

· #208328

יין שרף » פרייטאג יוני 27, 2014 2:44 pm

· #208331
עס האט גארנישט מיט מהרמ"ד שליט"א נאר מיט זיין משמש רייכבערג, וואס איז אריין אין זאל פאר די רבי, און "ריזערווד" די שיינע בענקל לעבן די חתן פאר די רבי.
די פלאץ איז געווען פון די זיידע וואלאווע רב, וואס איז ארויס פאר א מינוט פון זאל אין איז נישט דארט געווען בשעת ער האט "געסעיווד" די בענקל.
גלייך נאך מהררמ"ד איז אריין איז וואלאווע רב אריין, אין געוואלט זיין פלאץ נאך פאר מהרמ"ד האט זיך געזעצט, אבער די גבאי האט אים נישט געלאזט.BqySlK3IEAA4PNF.jpg
און מהרמ"ד האט זיך געזעצט, און משפחת וואלאווע האבן נישט געקענט צוזעהן ווי די גבאי לאזט עם נישט זעצן אויף זיין פלאץ ממילא קוקס דוט אין בעק ווי מהרג'ט זיך.....BqyT22KCYAADJkh.jpg

יין שרף » פרייטאג יוני 27, 2014 2:58 pm

· #208335
און הונדרעט יאר ארום וועט מען שמועסען אז עס איז געווען א העכערע מחלוקות...
איינער האט גע'פסק'ענט הזמנה מילתא היא, און איינער אז תרנגולת שברחה מושיבין אותה...

elter-zeide » פרייטאג יוני 27, 2014 4:21 pm

· #208342
איך זע נישט קיין איין זין פון וועלאווער דארטן , נישט אויף קיין איין בילד,

כוכב » פרייטאג יוני 27, 2014 6:41 pm

· #208356
וויאזוי האט זיך די מעשה געענדיגט?

קרעקער » זונטאג יוני 29, 2014 3:31 pm

· #208492
מקען מיינען....
מעשים בכל יום אז מפראסקעט זיך וועגען א שענער פלאץ אויבען אן, אדער וועגען אנדערע סיבות (למשל כ"ק אייזיק ספינקער עם שלמה לויפער)
אמאל האט מען זיך געציפט אינטערן טיש מזאל נישט זעהן היינט פליען גלעזער מיט אויפגעפראסקעטע באקן

גאליציאנער » זונטאג יוני 29, 2014 5:42 pm

· #208524
דער גאנצע מעשה איז ביי רוב מענטשן נישט קיין גרויסע חידוש.
אינז אלע קענען רמ"ד נישט פון היינט, און דער בלעכענע פנים איז דער זעלבע מאז ומקדם, בשעת דעם וואס ער האט אנגעפירט און מיטגעהאלטן די אלע טעראריזם און פון אינדרויסען געשפילט כאילו ס'האט גארנישט מיט עם.
יעצט איז נתגלה געווארען קלונו ברבים.

petergrifin » מאנטאג יוני 30, 2014 12:53 am

· #208578
װער איז "אונז אלע קענען"?

דו האסט א ניק רעזערװד נאר פאר דרעק אין צימעס. װי א ריכטיגע פארביסענע גאליציאנער קומסטו צו לויפן װען מען רעדט װעגן רמ"ד. אז די גבאים שטופען זיך ארום צװישן זיך איז נישט קײן נײע זאך, און נײן, ס'איז נישט געפלויגען פעטש, נאר רײכבערג אדער אײנער דארט האט מחליט געװען אז דער װאלאװער איז ארויס געגאנגען װעגן רמ"ד איז אנגעקומען.

בדרך אגב איז דער אינגערמאן װאס האט זיך געשטופט פאר די װאלאװער (זײן גבאי?) א חסיד פון רמ"ד.

news10 » מאנטאג יוני 30, 2014 8:03 am

· #208592
באבובער רבי שליט"א וואונטשט פאר תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א
03 Seudah (28) - Copy.jpg

news10 » מאנטאג יוני 30, 2014 8:11 am

· #208593
דער געהויבענע טאנץ ביי די גרויסארטיגע רבי'שע חתונה
פון ר. צו ל. וויעליפאלע רבי זיידע פון חתן, דעשער רבי אבי הכלה, באבובער רבי, החתן, תולדות אברהם יצחק רבי זיידע פון חתן, סאטמאר רבי, וואלאווער רב זיידע פון חתן, טשערנאווצער רבי, ראפשיצער רבי


03 Seudah (30) - Copy.jpg

news10 » מאנטאג יוני 30, 2014 8:13 am

· #208594
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א טאנצט מיט'ן חתן שליט"א
03 Seudah (31) - Copy.jpg

news10 » מאנטאג יוני 30, 2014 8:18 am

· #208596
מחול לצדיקים
דער הערליכע מחול לצדיקים ווי עס טאנצן אינאיינעם מיט'ן חתן, תולדות אברהם יצחק רבי, סאטמאר רבי, באבובער רבי, וואלאווער רב
03 Seudah (32) - Copy.jpg

קרעקער » מאנטאג יוני 30, 2014 3:53 pm

· #208767
דו האסט נישט אויסגעפירט
און רב"צ איז געבליבען אינדערהיים איזאלירט כדרכו בקודש ווייל דער צווייטער באבאווער איז געוועהן

ימי קדם » מאנטאג יוני 30, 2014 10:51 pm

· #208842
קרעקער
דו האסט נישט אויסגעפירט
און רב"צ איז געבליבען אינדערהיים איזאלירט כדרכו בקודש ווייל דער צווייטער באבאווער איז געוועהן

ער גייט בכלל נישט צו קיין חתונות, גארנישט צו טוהן צו רמ''ד איז יא אדער נישט דארט.

חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:48 pm

· #220812
די סיבה פון די פעטש איז געוועהן ווייל אם אין שלום אין כלום ע''כ איז געוועהן קריטיש וויכטיג פארן מלך שהשלום שלו צו האבן דעם ערשטן פלאץ