☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל מיט קאווע...!

קאווע שטיבל מיט קאווע...!

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6679

שעפטל » מיטוואך יוני 25, 2014 3:14 pm

· #208059
קאווע שטיבל מיט קאווע...!
‎קאווע שטיבל איז געגאנגן פאבליק און זיך פארברייטערט צו א געשעפט...

נאכן יארן זיין קאווע שטיבלעך אין אלע שוהל'ן, נאכן שטארקן סוקסעס פון אונזער שטיבל דאהי, האט זיך געפענט א קאפי-שאפ, יא מיטן נאמען "קאווע שטיבל" ממש הארט נעבן וויליאמסבורג, אויף 94 Ralph Ave. ביי Putnam Ave.
📎 IMG-20140625-WA036.jpg
‎
דער געשעפט (ווי איר זעהט אויפן בילד) הייסט אין ענגליש "Kava Shteeble" און איז ‏געפענט געווארן בערך צוויי חדשים צוריק, דער געשעפט האט נישט קיין השגחה, אבער זאגן אז די קאפי איז כשר, די מילך איז OU-D און פארשטייט זיך זיי האבן אויך ווייטנער וואס איז OU‏.

זייער וועבזייטל <a class="postlink" href="http://www.KavaShteeble.com">http://www.KavaShteeble.com</a> ווייזט נישט גארנישט, ווידעראום אויף זייער פעיסבוק בלאט ‏http://www.facebook.com/kavashteeble זעהט מען מער

(כ'אנטשולדיג מיך אויב ס'איז שוין דא געווען)

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 25, 2014 3:20 pm

· #208060
פארוואס נישט א קאווע שטיבל מיט ביר און ברוינפן?

זיגמונד פרויד » מיטוואך יוני 25, 2014 4:03 pm

· #208068
א שענק בלע"ז

פליקער » דאנערשטאג יוני 26, 2014 8:00 am

· #208167
קרעיטשמע
איך געדעינק אז איך. אב געהערט אזא געדאנק ערגעץ צווישן וויליאמסבורג און בארא פארק

אפטעמיסט » דאנערשטאג יוני 26, 2014 8:34 am

· #208171
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/174394">viewtopic.php?f=10&t=5624&p=174394#p174394</a><!-- l -->

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:17 pm

· #208220
איך מיין אז אין ירושלים געפינט זיך אויך אזא קאווע שטיבל.
איך פרוביר שאפן א בילד. אפשר באלד.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:23 pm

· #208221
דא האט איר, איינער האט עס מיר געשיקט,
(געפינט זיך ערגעץ ביי גאולה געגענט)

.
📎 KS.JPG

אפטעמיסט » דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:38 pm

· #208222
אינטערעסאנט אז זיי רופן עס קאווע שטיבל. פארוואס נישט איימעמאדער? כ'זעה אז ס'איז נאר געמאכט פאר פרויען. #חחחח

אפטעמיסט » דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:22 pm

· #208243
@שמעקעדיג, דו מיינסט @סאשי פיש ארבעט פאר די NSA?! קוק וועלכע בילד איך האב פארשאפט! אונזער @מנשה לוסטיג!
orig_7f3f3356f96440e58ce4c7dd018fb482.jpg

איך אויך » דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:34 pm

· #208247
אפטעמיסט
אינטערעסאנט אז זיי רופן עס קאווע שטיבל. פארוואס נישט איימעמאדער? כ'זעה אז ס'איז נאר געמאכט פאר פרויען. #חחחח

די טיר איז פאר די מענער די פרויען גייען אריין אין די וואנט ובלע''ז climbing up a wall.

מ גפני » דאנערשטאג יוני 26, 2014 7:11 pm

· #208250
איז דאס פון מנשה'לעס יעצטיגע באזוך

לאליפאפ » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:36 pm

· #208268
מ גפני
איז דאס פון מנשה'לעס יעצטיגע באזוך

ער איז נאך דארט, ניין?