☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » קאווע געלט !!!!!

קאווע געלט !!!!!

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6673

קליגער אינגערמאן » מיטוואך יוני 25, 2014 1:36 am

· #207938
קאווע געלט !!!!!
איך קום היינט אריין אין שטיבעל זעה איך אינזערע טייערע עסקנים ר' @אנאנים און ר' @אנאנים ארבייטען אריין, געב איך א קלאפ אין די פלייצע.. זאג נאר רב קעלנער וואס פארערעסט דיך דארט? וואס ביסטו אזוי פארנימען?.. געט ער זעך אזא דריי אויס האלב דערשראקן.. ניטאמאל באמערקט כ'בין אריינגעקימען . אמממ.. גארנישט אממ.. ווייסטעך ר' קליגער מ'דארף דאך טאן עפעס חסד עסקנות פארן כלל סא דא בינעך.. זאג עך עם שיין זייער חשוב אבער... כסף מנלן ? קיין לעילוי נשמת'ער (עדד'ס) האסטע נישט, אפיעל'ס מאכסטע נישט, מיט א פישקע קלאפסטע נישט... וואס העט זיין מיט געלט? אפשר מאכסטע א דוינעיט באטען אז מען זאל קענען אריין וואפען אפאר גראשען? רופט ער צו ר' עדמין.. הערסט וואס ער זאגט? זאגט ער יא אבער ווייסטעך אינז ווילמער דו פלאץ זאל זיין רואיג און אימזינסט.. זאג עך עם ריכטיג אבער אפשר פרעגען די טרינקערס? ... ערלעדיג..

רויטע וואנצעס » מיטוואך יוני 25, 2014 1:41 am

· #207940
מיינע מח צעלן זענען שוין מיד פון די דערמוטשענטע שאלה, וואס מאטעווירט די הנהלה דא צו ארבייטן אזוי שווער? ס'איז מיר א גרויסע חידוש. איך בין מסכים צו די הצעה פון א פאבליק פושקע.

חרבונה » מיטוואך יוני 25, 2014 1:44 am

· #207942
זעהט גוט צונאגלען די פושקעס צום וואנט מען קען נאך דא זיך איינברעכן.

הכלל ווי ליגט די פושקע? ? ?

שמערל » מיטוואך יוני 25, 2014 10:38 am

· #207989
ס'זענען דא אלגעמיינע פארומס, וואס מאכן איינמאל א יאר אן אפיל, מיט א פאראויס באשטימטער ציל צו וועלכע סכום זיי ווילן אנקומען, און יעדער קען מיטהאלטן ווי מען האלט. אזא שטייגער ווי וויקיפידיע און kick starter.

שטילע, וועסטעך אודאי שיין משתתף זיין, איא?