דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #6669
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6669
פארוואס וויל די הנהלה וויסן צו וועלכער קרייז עמיצער געהערט?
Tag פארלאנגט עס כדי נישט צו לייגן ק"ש אויפן בלעק ליסט....
מיט וואס הייבן די דאזיגע שאלות די ניווא פון דער שטיבל? איז דען דא א וועג צו וויסן אויב איינער ענטפערט אויפריכטיג אדער נישט? שיין פון די הנהלה צו זוכן צו פארבעסערן דא, לעצטענס איז עס שטארק יורד געוועהן אחורנית, אבער וואס וועלן די דאזיגע געצילטע שאלות אויפטוהן?
שמעקעדיגTag פארלאנגט עס כדי נישט צו לייגן ק"ש אויפן בלעק ליסט....
👍
[ציטאט אראפגענומען]
און ווי אזוי קען מען זיין זיכער אז ער בלאפט נישט ארים? שפילט פאפא בשעת ער איז ווין?
שוין לאנג געהאלטן אז מ'דארף א טורנסייל ביי די קאווע שטיבל, אזוי ווי ביי די מקוה.
אין די דריטע שאלה — אן דעם וואס מ'זאל אנגעבן אז מ'פלאנט צו זיין אקטיוו אין צימעס — ווערט מען אויפגעפאדערט (אדער געבעטן) צו מודיע זיין צו וועלכער חסידות מ'געהער. דאס פארשטיי איך נישט פשט. @אנאנים
אין כאטש צוויי זאצן, שרייבט איבער אייערע אינטערעסן, מצב, יארגאנג, חסידות, טאלאנטן, שאיפות, פלענער, וכדומה - וואס אימער איר ווילט מיטטיילן מיט אונזערע חברים.
בקיצור... ווי אזוי עס ישיבה'ט זיך, אזוי קאווע'ט זיך...
עס קומט ענק קרעדיט, מנהלים טייערע, פאר'ן טוהן פעולות צו פארבעסערן דעם שטיבל. כה לחי.
דער עיקר פראבלעם פון קאווע שטיבל כהיום איז נישט טראלס. איך קען נישט אויסרעכענען קיין דריי טראלס, אפשר זענען זיי אין צימעס און זאלן זיי דארט טון וואס זיי ווילן נאר.
קאווע שטיבל ליידט פון דעם פאקט אז דער קליענטעל האט זיך געטוישט, אמאל איז עס באשטאנען פון אויבערשטן שטייסל, ומה נעשה אז די עליטע זענען מיד געווארן און מיר זענען איבערגעבליבן מיט פלוידערער און שמועסער.
ובכן, שטעלט זיך די שאלה פאר מורינו רבי קעלנער וכת דיליה וואס מ'קען טון אין דעם הינזיכט, איז דא אן אורזאך פאר דער מאסן עוואקואציע אז עס זאל קענען פארמיטן ווערן?

@כוכב, איך ווידערהאלל וואס דו האסט געשריבן אין אן אנדערע אשכול: די עליטע שרייבער זענען נישט מיד געווארן, שינה אין ברפידתם. די עליטע שרייבער האבן געפילט די הויט ברענען אונטער זיי פון די אידענטיטי גריבלערס. דאס, און נאר דאס, האט זיי איינס ביי איינס פארטריבען.
אפטעמיסטפארוואס וויל די הנהלה וויסן צו וועלכער קרייז עמיצער געהערט?
באמערק, אז די הנהלה האט נאר פארלאנגט צו ענטפערן אויף די פראגע אויב איינער פלאנט צו שרייבן אין צימעס פארום. דאמאלס איז דאך פארשטענדליך פארוואס מ'פרעיגט די שאלה. די הנהלה וויל האלטן אן אויג אז ס'זאל נישט אויסברעכן קיין וועלט'ס מלחמה אויב צוויי ניקס וועלכע זענען אנהענגער פון קעיגנגעזעצטע חסידות'ן וועלן, אויף אן עקסטרעימען אופן אטאקירן איינער דעם צווייטן אויף א נישט רעספעקטפולן אופן, מיט פערזענליכע אטאקעס און בזיונות, וואס וועט אראפציען די קוואליטי און רעפוטאציע פון קאווע שטיבל... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😉 😞 😮
בערל ליין איבער אלעס שטאטער .. ...
ישמעאל הכהןבערל ליין איבער אלעס שטאטער .. ...
ישמעאל הכהן: איך האב איבערגעליינט. שטאאט און שנעל. לויט ווי איך ליין עס איז די פארלאנג פון די הנהלה צו שרייבן צו וועלכן חסידות מ'געהערט, נאר אויב מ'פלאנט צו שרייבן אין צימעס. אנדערש איז עס נאר א "סודזשעסטשאן", נישט א פארלאנג... 🙄 😳 😉 😮
טיטאניקשמעקעדיגTag פארלאנגט עס כדי נישט צו לייגן ק"ש אויפן בלעק ליסט....
👍
כ'האב געוואלט געבן א געהעריגן לייק אבער מ'קען עפעס נישט אין דעם אשכול
איך בין יא אין שטיצע פון דעם נארוואס רעפארמירטן אימיגראציע געזעץ, און ס׳איז צו באגריסן אז דאס איז פיינעלי אריין אין עפעקט בשעה טובה ומוצלחת.
אפילו ס׳גלייבט זיך אז ס׳וועט געלונגען פאר עטליכע מאניאקן איבערצוקלוגען די נייע זיכערהייט מאסאנאמען וואס וועלן האפנטליך אינפארסירט ווערן דורך די געטרייע שומרי הגבול, וועט דאס אבער פארט פארשווערן די מאסן פראדוקציע פון פרישע ניקס, וועלכע יאווען זיך דא מיט א ווילדן הפקירות, און שלעפן אראפ דעם ניווא פונעם שטיבל צו עקסטרעם נידריגע שטאפלן. און יא, דא קומט אריין דאס פראפיילען יחידים.
ס׳גלייבט זיך שטארק אז געוויסע אינטעלעקטואלע ניקס, דרייען זיך ארום דא מיט מערערע פאספארטן. קען טאקע זיין ס׳איז לצנות׳דיג, בפרט אז טייל מאל נעמט דאס אונטער אזא ״הוא מותיב והוא מפרק״ צוגאנג, בכדי צו קענען נאכקומען געוויסע צוועקן אדער סיי וואס.
ס׳איז אפשר נישט אנשטענדיג, און קען פארפירן ליינער. למעשה אבער דעליווערן זיי פרישע סחורה חדשים לבקרים מיט יעדן ניק באזונדער, און זייערע מאסקעס גיבן צו חומר און קאליר צום שטיבל. איז דאס פארט אנדערש, ואיש את ניקו יעזורו, ולניקו השני יאמר חזק, עד שיבא ניקו השלישי ויכריע ביניהם. מ׳קען נישט זאגן ס׳ברענגט שאדן, ווארום דער אמת איז אז ס׳איז פונקט פארקערט. ס׳ציפט נאר אביסל, פארוואס ס׳איז טאקע נישט דא באזונדערע ניקס וואס זאלן ערמעגליכן דעם שטיבל, אנגעפילט צו ווערן מיט תורה ומדע.
איך דיסעגרי מיט @כוכב. מ׳דארף נישט יעצט אריינקלערן אין דער סענסיוויטעט פון דעם ״טראל״ טערמין, און ווי אפט ס׳קען גענוצט ווערן.
דער פאקט איז: ס׳מערן זיך משוגעים און סאבאטאשניקעס דא, ווי אינסעקטן ביי די פאפא שויערס. און צוליב דער גרעניצלאזער טאלעראנץ ס׳ווערט געשאנקן פאר יעדן יחיד, ווערן זיי שרעקעדיגער, ראדיקאל און גרעסער מיט וואס א טאג ס׳גייט פארביי.
בעת וואס פאר דעם מאכטלאזן ליינער בלייבט נאך פילע קווענקלענישן איבער צו פאסן א מסקנה, יענעם קריכער צו נודניקעזירן, דרייט זיך יענער ארבעטלאזער מפגר אויף דער ברייטער אינטערנעץ, און טוט ענטשיידן פרוכט רעטענישן, צו פארפולקאמען פרישע ד׳ מינים סעטס. און לאנג דארף נישט געדויערן ביז ער באוואפנט זיין נייעם ניק מיט דער ישן נושן׳דיגער פרישקייט, און שפאצירט אריין אין שטיבל ולולבו שלופה בידו, גרייט אפצורעכטן זיינע ווילדע נענועים אויף אלע ריכטונגען ברוב עם, ולמשוגעים היתה אורה.
אפשר דרייען זיי זיך אין צימעס? כ׳ווייס נישט, איך ליין נישט דארט. למעשה אבער ווערן צאללאזע אשכולות לענגאויס די ראמען פון אלע פארעמס וואנדעלעזירט מיט צימעס גראפיטי. איך גלייב אז דאס קען מעיד זיין סיי ווער ס׳באזוכט נאר קאווע שטיבל.
מ׳זאל זיי דערפאר אויסשפארן? לאו דוקא. אבער זאלן זיי בלייבן מיט איין ניק, און ארויפגעלייגט ווערן אויף בירטה קאנטראל.

יואב אשפוג אשפגתי!!! שפתים קישאק במלוא מובן המלה
די סאבאטאזש אנכי וועלט'ניק'ס האבן געלאזט דא זייער אפדריקן. נישטא קיין לייק קנעפל אין דעם אשכול.
שמעקעדיגבקיצור... ווי אזוי עס ישיבה'ט זיך, אזוי קאווע'ט זיך...
איך גזוכט די לייק באטטאן.
וואס שרייב איך אריין אין "חסידית"?
עס איז נישט צום באגרייפן די כוחות וואס די הנהלה דא לייגט אריין צו אויפהויבן די ניווא פונעם שטיבל. יעדע שטיק צייט קומען זיי אויף מיט פרישע געדאנקען להרמת קרן השטיבל. איך ווייס נישט פונקטליך די טובת הנאה וואס זיי האבן פון די פילע ארבעט, אבער איך בין זיך זיכער מחי', זאל דער אייבערשטער זיי באגליקן מיט וואס זיי דארפן.
די הויפט מעלה פון קאווע שטיבל איז אז זיי לייגן אריין מער כוחות אין די קוואליטעט ווי אין די קוואנטיטעט. דאס קען מען זעהן ביי דעם אלטן לייק קנעפל וואס איז דא צוגעשטעלט, וואס דאס טוישט די גאנצע צוגאנג פון די שרייבערס, אנשטאט צו זוכן ווי מער צו פירקלן אין די וועלט אריין צו הייבן די מספר התגובות, וועט מען ליבערשט אריינלייגן כוחות אין די קוואליטעט פון דאס געשריבענע און הייבן ענדערש די מספר הלייקס. אין אנדערע אידישע פארומ'ס ווערט אוועקגעמאכט די תועלת פון דעם לייק קנעפל, ווייל מיט דעם ווערט מען גע'פטר'ט פון צולייגן א תגובה צו זאגן ש'כח, און דאס נעמט אוועק א גרויסע צאל פון דאנק-תגובות. אייגנטליך וואס א חילוק צי מען זאגט ש'כח אין א תגובה צי דורך א לייק? די חילוק איז נאר אז ביינונז וועט מען אויסדרוקן א דאנק מיטן לייק קנעפל, און אינעם געשריבענע תגובה וועט מען שוין אויך צולייגן נאך אן אינטערעסאנטע נקודה צום שמועס, וואס דאס וועט נאר צוגעבן צום קוואליטעט פונעם שמועס.
יעצט מיט די נייע סיסטעמען וואס מען האט דא איינגעפירט, וועט דאס ברענגען די קוואליטעט צו נאך א העכערן שטאפל. אין ריעל לייף זעהט מען אז עס איז מער געשמאק צו פירן א שמועס מיט א מענטש וואס מען קען שוין, ווי מיט א פרעמדן. א מענטש וועם מען קען און מען ווייסט מער ווייניגער זיינע שיטות און נויגונגען, איז גרינגער צו שמועסן מיט אים מען ווייסט בערך וואס יענער וויל און צו וואס ער ציהלט, און מען פארשטייט זיך בעסער מיט אים. און די זעלבע איז אויך מיט אנאנימע ניקס, איינער וואס האט נאר איין ניק און מיט דעם באנוצט ער זיך צו אלע פארומ'ס און ענינים, איז געשמאקער צו פארברענגען און שמועסן מיט אים, מען האט בערך ארויס זיין מהלך המחשבה, און לויט דעם קען מען פירן א געשמאקן שמועס. אבער אז עס קומט איינער מיט צען ניקס, און מיט יעדע ניק פירט ער א צווייטע מערכה, איז דאס זייער אומבא'טעמ'ט, עס נעמט אוועק פון די קוואליטעט פון די שמועסן, און ברענגט אראפ די ניווא פון קאווע שטיבל. מיט די נייע פראצעדור פון מער צו קאנטראלירן די טאפלטע ניקס וועט דראסטיש רעדוצירט ווערן דער פראבלעם, און דאס וועט צוגעבן היבש מער רואיגקייט צו דעם אזוי אויך רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען.
דער נייער איינפיר אז די נייע ניקים זאלן זיך גלייך אינטערדוסן פארן עולם איז אויך זייער א געניאלע געדאנק, סיי פאר דעם נייעם ניק וואס דאס וועט אוועק נעמען פון אים דאס ברעכן די בושה פון שרייבן די ערשטע תגובה, און סיי אז דער עולם וועט אים גלייך שיין אויפנעמען, וואס דאס וועט אים געבן די אפעטיט זיך גלייך צו באטייליגן אין די שמועסן און צוגעבן צום געשמאק פונעם שטיבל.
הכלל, מען זעהט קלאר אז די הנהלה איז יום ולילה לא ישבותו, זיי האלטן אין איין אויס'פיגור'ן נייע איידיעס ארויפצוברענגען אונזער שטיבל, קומט זיך זיי זיכער א גרויסן דאנק. דער חידוש איז נאר אז פונקט אין דעם אשכול וואו עס איז די ריכטיגע פלאץ זיי צו באדאנקען פאר זייער איבערמידליכע ארבעט, דייקא דא האבן זיי אוועק גענומען די לייק אפציע, ויהי לפלא.

זאגסט מתוק 👍
היימישער ליטוואקשמעקעדיגבקיצור... ווי אזוי עס ישיבה'ט זיך, אזוי קאווע'ט זיך...
איך גזוכט די לייק באטטאן.
וואס שרייב איך אריין אין "חסידית"?
ר' היימישער ליטוואק אדער "חסיד נלהב" (ער זעהט אויס שטארק ענליך צו דעם היימישן ליטוואק). אשת חסיד. ס'איז א גרויסער נפקא מינה אויב מ'שרייבט "חסידות" אדער "חסידית". אדער "רבנות" און רבנית". "ציונות" אדער "ציונית"..." 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮
גבאים געדענקטס מיר פליז איין כלל, טאמער פילט עמיצער אויס ביי חסידות נטורי קרתא.. דאן זאלט איר זיך דערמאנען וואס א מעמבער אין יענע קרייז האט שוין דא פארארבעט..