☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » world cup

world cup

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6665

פלעין יודיש » דינסטאג יוני 24, 2014 4:24 pm

· #207825
world cup
זייער אינטערסאנט אז אין ק"ש ווערט נישט דערמאנט קיין זכר, אבער אין די גוישע וועלט זענען אין די לעצטערע וואכן די אויגן פארגלייזט אויף אזא רינדיגע שטיקעל ראבער דמתקריא באל (ובלע''ז טאבע), וואס פליט ארים פון איין פיס צום צווייטען,
און דאס צישפילט מיליאנער מענטשען אויפן כדור הארץ מגייט שלאפן דערמיט און מ'שטייט אויף דערמיט, מ'וויינט און מ'לאכט מ'שיכורט און מ'שלאגט זיך אזש אפילו ביזן טויט (געווען באריכטעט אפאר שטעכערייען), דער שפיל האט די מערסטע צאל viewers נאך מער ווי די אלימפיקס.

שטייטזיך אז ביי אינז אין ראדני פארנעמט דאס נישט קיין פלאץ, דאך איז מיר זייער אינטערסאנט צו וויסען וויאזוי די שפיל גייט צי? וועלעכע לענדער זענען בארעכטיגט צו שפילן און וויאזוי ווערט דאס ציטיילט וועלעכע לאנד שפילט קעגן א צווייטע וויאזוי ווערט מען א פיינעל געווינער נאך די אלע וואכן אא''וו.
קען איינער אזוי גיט זיין און דאס גיט דורכטון און אראפשרייבען דא אין שטיבעל, ווייל תורה הוא וללמוד אני צריך בבחינת מאויבי תחכמינו, אנו רצים והם רצים...

און דערנאך איז סתם אזוי אינטערסאנט צו וויסען די נייעס פון די היי יעריגע געים וואס ווערט געשפילט אין Brasil, כסדרדיגע אפדעיטס וכדומה, פארדעם איז דער אשכול דא.

פיינע קאווע » דינסטאג יוני 24, 2014 5:27 pm

· #207844
כמדומני אז די וואס דאווענען נישט אין ראדני זענען נישט פון די מ'וויינט און מ'לאכט מ'שיכורט און מ'שלאגט . והראי' כהאב נישט געוויסט אז עפעס טוט זיך יעצט איבער א באל געים.
גיט א שמייכעל

שצם_חנכל » מיטוואך יוני 25, 2014 6:01 am

· #207950
@פלעין יודיש ביסט אויך געוואר געווארן דערפון דורכן גוגל דודל? מיר זענען טאקע אויסגעפלאגט מיטן אינטערנעט צוזאמען

ימי קדם » דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:39 pm

· #208210
Germany defeats US 1-0

לאליפאפ » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:47 pm

· #208272
איך האף מוצאי שבת צו באשרייבן די ענין באריכות!

מ גפני » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:54 pm

· #209626
Reuters Top News (Reuters): #BREAKING: Overpass collapses in Brazilian World Cup host city Belo Horizonte, leaves at least one dead: media reports

פלעין יודיש » מאנטאג יולי 7, 2014 7:54 am

· #210441
שווערע ראיאטן קומען אצינד פאר אין די שווייץ נאכן פארלירן ביים "וועלטס גלעזל"

פלעין יודיש » זונטאג יולי 13, 2014 7:53 am

· #211518
לאליפאפ
איך האף מוצאי שבת צו באשרייבן די ענין באריכות!

היינט קומט פאר די "פיינעל" Germany vs Argentina
און איך ווארט נאך אלס אויף @לאליפאפ'ס ביאור.

מ גפני » זונטאג יולי 13, 2014 5:58 pm

· #211559
די דייטשן האבן געוואונען