☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » Jewish Media Coalition - JMC

Jewish Media Coalition - JMC

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6664

מ גפני » דינסטאג יוני 24, 2014 4:23 pm

· #207824
Jewish Media Coalition - JMC
פירער פון די ניי געשאפענע Jewish Media Coalition - JMC האבן זיך פארגאנגענע וואך פארזאמלט צו זייער גרינדונג באַגעגעניש.
אויף די ערשטע פרעס רעליס פון די קאָואַלישאַן שרייבן זיי אז די ציל איז:
The Coalition was formed as a united effort to further develop and expand the horizons of orthodox Jewish media throughout the United States, and to confront industry challenges as one united coalition.

די מיטגלידער פון דער קאָואַלישאַן טוט אַרייַננעמען: בינה מאגאזין, בפּ וואכנשריפט, דער בלאַט, דער איד, פינף טאָוונס ייִדיש היים, פינף טאָוונס ייִדיש Times, פלאַטבוש ייִדיש דזשאָורנאַל, המודיע, דזשואיש פרעס, ק"י בולעטין, וויליאמסבורג בולעטין, ק"י וואכנשריפט, לעיקוואוד שאַפּער, משפּחה מאגאזין , נייַעס באריכט, תורה טיימס, וואויס אוו לעיקוואוד, וויקלי לינק, זמן אויסגאבע.

מ גפני » דינסטאג יוני 24, 2014 4:27 pm

· #207826
אויפן בילד זעט א חלק פון די פארשטייער פונעם קאָואַלישאַן
📎 JMC.jpg

היימישער ליטוואק » דינסטאג יוני 24, 2014 4:30 pm

· #207828
ביטע שרייבט אויס זייערע נעמן פאר אזא אמארעץ ווי איך

שבת אחים » דינסטאג יוני 24, 2014 5:13 pm

· #207839
ווי איז קאווע שטיבעל׳ס רעפּעזענטעטיוו ? שמעקעדיג ? אנאנים ? געפילטע ? לעקוואד ? יאיר ? יואב ? ר׳ בערל בעלעגלה , זר זהב? הוגה ? , עני יוניטס עוועילעביל ?

פלעין יודיש » דינסטאג יוני 24, 2014 5:42 pm

· #207849
שבת אחים
ווי איז קאווע שטיבעל׳ס רעפּעזענטעטיוו ? שמעקעדיג ? אנאנים ? געפילטע ? לעקוואד ? יאיר ? יואב ? ר׳ בערל בעלעגלה , זר זהב? הוגה ? , עני יוניטס עוועילעביל ?

קיק גיט אינטערן וואנט (מאחורי בלע''ז) וועסטו זיי באמערקן......

(פיין יעצט ווייסט יעדער אז פלעין יודיש האט באקימען זכות כניסה אין מאחורי 😉 )

פליקער » דינסטאג יוני 24, 2014 5:48 pm

· #207850
99% אז אלע אויפן בילד זענען איינע פון אינז, איך קלער מען ברויך אשכולען מיט פארציגען ווער אויפן בילד איז ווער

איך וואלט אנגעהויבן מיט מאראנצעןזאפט איז ווער????

פלעין יודיש » דינסטאג יוני 24, 2014 5:56 pm

· #207852
לכאורה איז ער איינע פון די דזשינשיס (איינער ווייסט וויאזוי מ'שרייבט ארויס דעי ווארט אין פלעין יודיש?)
ווייל הכי קרא שמו @מאראנצןזאפט אלא לפי שדומה להתפוז הזה מה תפוז בצבע ארענדזש אף הוא בצבע שדומה לאראנדזש...

שרייבער » דינסטאג יוני 24, 2014 6:01 pm

· #207854
וואז איז זייער ציל

מ גפני » דינסטאג יוני 24, 2014 6:09 pm

· #207856
מ גפני

and to confront industry challenges as one united coalition.

די פאר ווערטער פונעם פרעס רעליס מיינט מסתם אז זיי גייען ארבעטן צוזאמען אנטקעגן אדווערטייזער וואס פרובירן צו "סקרוען די סיסטעם", דורך אנזעצן איין צייטונג און דערנאך לויפן צום צייטונגס קאמפיטישאן אדווערטייזן ביי יענעם און אזוי ווייטער וחוזר חלילה

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 24, 2014 7:34 pm

· #207886
ר' מ. גפני: ייש"כ. אבער (כמעט) עיקר חסר מן הספר. דו האסט פארגעסן (אדער בכונה) אויסצורעכענען ר' אברהם פריעדמאן, פון "די צייטונג". איך מיין אז ער איז שוין די לענגסטע אין די אידישע מידיא. נאך פאר 90% פון אלע אנדערע מעמבערס. 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

קינד_אן_קייט » דינסטאג יוני 24, 2014 7:40 pm

· #207889
זעהט זיך אויס אז אדון פראנקפורטער (עמי) איז קעגן בילדער… ווי איז ער דא אזוי ארויסגעפאלן?

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 24, 2014 7:40 pm

· #207890
פלעין יודיש
שבת אחים
ווי איז קאווע שטיבעל׳ס רעפּעזענטעטיוו ? שמעקעדיג ? אנאנים ? געפילטע ? לעקוואד ? יאיר ? יואב ? ר׳ בערל בעלעגלה , זר זהב? הוגה ? , עני יוניטס עוועילעביל ?

קיק גיט אינטערן וואנט (מאחורי בלע''ז) וועסטו זיי באמערקן......

(פיין יעצט ווייסט יעדער אז פלעין יודיש האט באקימען זכות כניסה אין מאחורי 😉 )

'עמער געיבן קידוש. אדער מארגן נישט זאגן קיין תחנון. אדער אלטערנעיט סייד זאלל זיין סוסופענדעד לכבוד דעים...!!! ישמח האב ביוצא חלציו, ותגל האם בפרי ביטנה. (עמיצער האט נאך עפעס פאסנדיגע פסוקים אדער מאמרי חז"ל מעניני דיומא?... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 24, 2014 7:51 pm

· #207893
פלעין יודיש
לכאורה איז ער איינע פון די דזשינשיס (איינער ווייסט וויאזוי מ'שרייבט ארויס דעי ווארט אין פלעין יודיש?)
ווייל הכי קרא שמו @מאראנצןזאפט אלא לפי שדומה להתפוז הזה מה תפוז בצבע ארענדזש אף הוא בצבע שדומה לאראנדזש...

פלעין יודיש: ייש"כ. איך האב א הנאה צו זעין און צו הערן אז דו ביסט ב"ה נישט נתפס לציונות , ח"ו, רח"ל מהאי דעתא. (אפשר נאר האלב.) ווייל דו שרייבסט "מה התפוז הזה בצבע ארענדזש" און די שרייבסט נישט ארויס דעם ריכטיגן ווארט אויף די שפה הטמאה, ר"ל. ווייל הרב ישראל מ. סופר וואלט עס נישט אויסגעהאלטן. ער וואלט אפירגעברענגט די באוויסטע "מיהאלאוויצ'ער תקנות" אויפצוווייזן פארוואס אינטערנעט איז אסור. (אפילו געפילטערטע. אפילו מיט'ן "משומר" פילטער.) ווייל ס'ברענגט צו ציונות. און צו רעדן און שרייבן די שפה הטמאה, ר"ל. ווייל די ציונים וגירוריהם, ר"ל רופן די קאלאר ארענדזש, "כתום". בשפה אשר בדו הציונים מליבם הטמא, ר"ל... 😕 😎 😂 😂 😂 😂 🙄 😛 😳 😉 😮

כוכב » דינסטאג יוני 24, 2014 7:52 pm

· #207894
ווער איז דער וואס שטייט אין גאנצן לינקס?

מ גפני » מיטוואך יוני 25, 2014 12:27 pm

· #208021
berlbalaguleh
ר' מ. גפני: ייש"כ. אבער (כמעט) עיקר חסר מן הספר. דו האסט פארגעסן (אדעכר בכונה) אויסצורעכענען ר' אברהם פריעדמאן, פון "די צייטונג". איך מיין אז ער איז שוין די לענגסטע אין די אידישע מידיא. נאך פאר 90% פון אלע אנדערע מעמבערס. 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

איז ער נישט די "נייעס באריכט" וואס איך האב געשריבן צווישן די אלע

signout » מיטוואך יוני 25, 2014 12:36 pm

· #208024
מ גפני
פירער פון די ניי געשאפענע Jewish Media Coalition - JMC האבן זיך פארגאנגענע וואך פארזאמלט צו זייער גרינדונג באַגעגעניש.
אויף די ערשטע פרעס רעליס פון די קאָואַלישאַן שרייבן זיי אז די ציל איז:
The Coalition was formed as a united effort to further develop and expand the horizons of orthodox Jewish media throughout the United States, and to confront industry challenges as one united coalition.

די מיטגלידער פון דער קאָואַלישאַן טוט אַרייַננעמען: בינה מאגאזין, בפּ וואכנשריפט, דער בלאַט, דער איד, פינף טאָוונס ייִדיש היים, פינף טאָוונס ייִדיש Times, פלאַטבוש ייִדיש דזשאָורנאַל, המודיע, דזשואיש פרעס, ק"י בולעטין, וויליאמסבורג בולעטין, ק"י וואכנשריפט, לעיקוואוד שאַפּער, משפּחה מאגאזין , נייַעס באריכט, תורה טיימס, וואויס אוו לעיקוואוד, וויקלי לינק, זמן אויסגאבע.
אויב וויליאמסבורג בועלטין פארוואס נישט שאפרעס רוט? וועם זעסטו דארט וואס דארף בכלל פארטרעטן וומ''ס בועלטין?/ ק''י וואכנשריפט איז סתם ליצנות ווייל די איד גיבט עס ארויס ארויס פינקט ווי ק''י זשורנאל פין דער בלאט

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 25, 2014 2:40 pm

· #208056
זיי גייען למשל אנפאנגען ארויסגעבן מאוויס? פאנדן הערשקאוויטש?

מ גפני » מיטוואך יוני 25, 2014 2:44 pm

· #208057
וואס עפעס? שטייט דאס אין זייער פרעס רעליס?

כוכב » מיטוואך יוני 25, 2014 2:46 pm

· #208058
אולי ווילן זיי שאפן אדווערטייזמענט פון אלגעמיינע פירמעס א ביישפיל ווערייזאן און ספרינט זאלן אנהויבן אדרעסירן דעם אידישן מארקעט.

מ גפני » מיטוואך יוני 25, 2014 4:19 pm

· #208075
דאס אויך, אבער בעיקר די נקודה וואס כ'האב אויבן דערמאנט
בד"וו וואס זאגט דער עולם צו אזא זאך אז מ'קען צאמזעצן א קאאליציע פון קאמפיטישאנס - וואס אפאר פון זיי זענען בלוט שונאים איינער פאר'ן צווייטן - ביי איין טיש?

פישלע העררינג » מיטוואך יוני 25, 2014 4:28 pm

· #208080
מ גפני
דאס אויך, אבער בעיקר די נקודה וואס כ'האב אויבן דערמאנט
בד"וו וואס זאגט דער עולם צו אזא זאך אז מ'קען צאמזעצן א קאאליציע פון קאמפיטישאנס - וואס אפאר פון זיי זענען בלוט שונאים איינער פאר'ן צווייטן - ביי איין טיש?

איך וואלט געטוהן אלעס אין דער וועלט זיך צו זעצן ארום א טיש מיט מיינע קאמפעטיטערס... כמה שנאמר א פריינט האלט מען נאענט און א שונא נאך נענטער.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 25, 2014 4:38 pm

· #208083
מ גפני
berlbalaguleh
ר' מ. גפני: ייש"כ. אבער (כמעט) עיקר חסר מן הספר. דו האסט פארגעסן (אדעכר בכונה) אויסצורעכענען ר' אברהם פריעדמאן, פון "די צייטונג". איך מיין אז ער איז שוין די לענגסטע אין די אידישע מידיא. נאך פאר 90% פון אלע אנדערע מעמבערס. 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

איז ער נישט די "נייעס באריכט" וואס איך האב געשריבן צווישן די אלע

יא. גערעכט. ואני אמרתי בחפזי, כל האדם כוזב. נאר איך רוף עס "די צייטונג", האביך "בחפזי" באשולדיגט א צווייטן. דערווייל ביניך דער "כוזב"... 🙄 😂 😳 😳 😳 😉 😮

מ גפני » מיטוואך יוני 25, 2014 4:44 pm

· #208085
זיידעניו האלט דיך נישט אזוי קליין - ביזט נישט אזוי גרויס....