☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ליבשאפט צו קרימינאלן

ליבשאפט צו קרימינאלן

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6643

כוכב » פרייטאג יוני 20, 2014 12:24 pm

· #207163
דער באסטאן מאראטאן טעראריסט האט אויך הונדערטער אנהענגער ווייל ער איז שיין אויסזעענד.
משוגענע וועלט, אלעס איז א פעטיש כבין זיכער א גוט אויסקוקנדע טעראריסטקע וואלט געהאט מיליון לייקס.

קינד_אן_קייט » פרייטאג יוני 20, 2014 12:47 pm

· #207167
ס׳איז א אינטערעסאנטער פסיכאלאגישער פארקומעניש.

כ׳וואלט געזאגט אז ס׳איז געוויס ענליך צו ״שטאקלהאם סינדראם״ ווי אפילו דירעקט באטרעפנדע קניפן זיך אן אין זייערע רודפים, הגם דארט איז דא א סברה צו זאגן אז עס געשעהט מכח פחד און survival instinct.

דאס איז אמאל זיכער, אז אפילו נארמאלע מענטשן האבן א געוויסע הערכה פאר קרימינאלן, זיי שטעלן פאר א געוויסע חוצפה צו גיין מיט׳ן קאפ ארויף קעגן דעם סיסטעם וואס רובא דרובא האבן נישט קיין guts דערצו בלויז אין חלום. נישט בחינם זענען מאפיאנערן און קרימינאל ביכער/מאוויס שטארק פאפולער.

ביי ארעסטאנטן, מוז אבער נישט זיין אז דאס בריוו געשרייבעכטץ נעמט זיך דייקא פון ליבשאפט מכתחילה, צומאל שפירט א דרויסענדיגער וואס איז עלנד אז דער פארשפארטער וועט זיך אינדענטיפיצירן מיט זיין עלנדקייט און אזוי ארום אנקניפן א נאענטשאפט.

די וואך איז ערשינען א בוך פון א נארמאלע פרוי וואס האט זיך פארליבט אין אן אומשולדיגן ארעסטאנט, עיין עוד דא. כאטש ער איז בעצם נישט געווען קיין קרימינאל און איז צום סוף געווארן ריינגעוואשן, איז דאך א חידוש אז א נארמאלער געלערנטע פרוי האט זיך דוקא אין אים פארליבט.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 20, 2014 1:57 pm

· #207200
וואס זאלן זיי טון, זיי לערנען דאך נישט פרק "אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בתוכו".
חיצוניות איז אלעס. זייער נאריש.

בר דעת » פרייטאג יוני 20, 2014 2:13 pm

· #207203
איך זעה נישט די קשיא, ער איז גאר שיין, אויב אבער איז ער א קרימינאל דארף ער זיצן. מיידלעך ווערן עקסיידעט פון די דאזיגע אויסזעהן. תאוה ארבעט עפעס לויט יענעמס מעלות? קיינער דא וויל נישט ער זאל ווערן פרעזידענט אדער אפילו אז מען זאל אים נישט מעניש זיין צוליב זיין לוקס. די לייקס איז פאר זיין -לדעתם- הערליכע פנים. קוק עס אן ווי א שיינע פאנאראמע אין די בינגס בילדער אשכול קיינער רעדט נישט איבער זיין פערזענליכקייט

קינד_אן_קייט » דינסטאג יולי 8, 2014 10:29 pm

· #210957
ס׳איז אים נישט גוט געגאנגען היינט:
Hot mugshot guy’ Jeremy Meeks got some bad news in court today

איחוד פעלד » מיטוואך יולי 9, 2014 12:43 pm

· #211034
געדענקסט אוודאי אין חדר ווען יעדער האט ליב געהאט דער טראבעל מעיקער?

דאס איז דער זעלבער סינדראם..

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 1, 2015 1:20 am

· #251049
וואו גייט פארקומען די גרויסארטיגע חתונה? און וואו גייען זיי פארן האנימאן?

בעל מדות » זונטאג פעברואר 1, 2015 6:41 am

· #251068
הרב פריעד דו זעסט עפעס שיינקייט אין דעם ערשטן בילד?די פארשטייסט פארוואס עס קען זיך גיסן ליבע פאר דעם מיאוסער פאר'חזר'ט מערדער אנגעפיקעוועט מיט טאטועס ביז צו די נאזלעכער, פוי! ארענאו איך האב שיעור געבראכן ביים הערן פון דעם גייסטישע שוואכקייט וואס איז איין שטיק אומעטיש און גרויליך זאג נאר פאר זיינע ליבהאבער וויפיל מענטשן ער האט דערשטיקט און באראבעוועט מיט בלוט אויף זיינע ארעמעס, פארצייל זיי וויפיל חאזעריי צווייגן וואקסן פון דעם מנובל, צייג זיי נאר זיינע אינעווייניגסטע געדערים ווי עס נעסטיגן מאריכואנא מיט רשעות, איך קען נישט כאפן וויאזוי א פרוי וואס איהר נאטור איז צארט און פול מיט געפיהל זאל טראנספארמירן א רוצח וואס שעירט טוילעט מיט נאך צוויי קאלעגעס אין איין צעל, צו א מענטש וואס זי קוקט ארויף און באליבט זיך אין אים, קען זיין ווייל איך בין א איד? מעיבי...
#שלא עשני גוי מיט אן אנדער אפטייטש.

געוואלדיג » זונטאג פעברואר 1, 2015 6:59 pm

· #251147
זעהט אויס אז אונז פארשטייען נישט צו שיינקייט
אדער פארשטייען זיי נישט צו קיין חיצוניות

לית דין בר נש » זונטאג פעברואר 8, 2015 10:27 am

· #252267
פארוואס האט עס אים נישט געהאלפן? ער האט נאר באקומען 27 חדשים מיט האבן געפארפולע וועפענס VS שלום מרדכי ראבאשקין 27 יאר

כלבאשבוע » פרייטאג אפריל 28, 2017 3:20 pm

· #369381
<a class="postlink" href="http://www.thedailybeast.com/articles/2017/04/27/convicted-of-murdering-people-he-never-saw-in-an-fbi-weed-sting-gone-wrong">http://www.thedailybeast.com/articles/2 ... gone-wrong</a>

כלבאשבוע » מיטוואך מאי 3, 2017 1:01 pm

· #369783
Rogue FBI employee married ISIS terrorist
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/videos/politics/2017/05/01/rogue-fbi-agent-marries-isis-terrorist-griffin-ac360-pkg.cnn">http://www.cnn.com/videos/politics/2017 ... 60-pkg.cnn</a>



אפשר דארף מען מאכן א נייע אשכול: ליבשאפט צו טעראריסטן