☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לריח ניחוח לה'

לריח ניחוח לה'

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6640

כוכב » פרייטאג יוני 20, 2014 6:51 am

· #207077
לריח ניחוח לה'
שטייט פון רבי צדוק אז מוויל קוקן אויף די שורש פון א זאך זאל מען זען וואו עס ווערט די ערשטע מאל דערמאנט אין דער תורה.

געווען איז עס נאך די מבול, די וועלט איז געווען אין זייער א שווערער מצב, דער אויבערשטער האט חרטה געהאט אויף די יצירה און אויפן מבול, די וועלט האט געענדלט צו דער מצב פון תהו ובהו, און דאן האט דער אויבערשטער געטראפן זיין טרייסט אין זיידן ר' נח.
מיט זיין גאטספארכטיגן אויפפירונג האט ער געברענגט א נחת רוח פארן אויבערשטן, ווי דער פסוק זאגט (בראשית ח, כא) וירח ה' את ריח הניחח, ויאמר ה' לא אוסיף לקלל עוד, די גוטע שמעק פאר'ן בורא האט פארזיכערט דאס ווייטערדיגע יקום פון דער בריאה, און אט דאן איז דאס ערשטע מאל וואס שמעקעדיג ווערט דערמאנט אין די תורה.

כבימים ההם בזמן הזה, אין א צייט וואס סאיז פינסטער, די וועלט איז געשלאגן מיט אזויפיל שלעכטס, מיט אזויפיל פראבלעמען, צומאל דערמאנט זיך דער אימרא נאו האופ פאר די יומען רעיס, סוויל זיך איינרעדן אז סאיז נישט דא קיין האפענונג פאר די מענטשהייט, איז בא שמעקעדיג וסתרו על פיו.

מורינו רבי שמעקעדיג דו מיט דיין מדות טובות, מיט דיין שכל הישר מיט דיין טוב עין, מיט דיין פאזיטיווקייט, מיט דיין ישרות, מיט דיין חכמה, ביזטו די האופ פאר די יומען רעיס, דו ברענגסט האופ, דו ביזט דער ריח ניחוח לה' אין אונזער מבול.

על דעת המקום, על דעת הקהל, בישיבה של מעלה בישיבה של מטה, טון מיר וואונטשן א פייערדיגן מזל טוב למכבדוני הרב הגאון החכם שמעקעדיג לרגל זיין דערגרייכונג צו 9 טויזנט תגובות.

עס איז אונזער יו"ט, כי חג ה' לנו, ווען מיט יעדע תגובה באלייכסטו אונזער האריזאנט, און ברענגסט אור צו דער ענדע פונעם טונעל, און מיר טוען אייך מכיר טובה זיין דערויף.

צעיר אני לימים, אבער א גאסט אויף א ווייל זעט אמאל ואולי לא באתי אלא בשביל שמעקעדיג וחכמתו טובו וחסדו דיינו.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 20, 2014 10:40 am

· #207128
איך גיי דא בלי"נ שיסן צוויי פייגלעך מיט איין שאס. קודם, א ייש"כ און א מזל טוב און א שהחיינו וקימנו והגיענו הלילה הזה לאכול בו מצה ומרור ו900 תגובות, געזינטערהייט. כן ה' אלוקינו הגיענו למועדים ולרגלים אחרים. שמעקעדיג. א יעדעס ווארט וואס כוכב האט געזאגט איז אמת ויציב. דאס איז נאר מקצת שבחו בפניו. ווייל אין אמת'ן א חוץ די אלע מעלות שמנו חכמים. מאן חכמים? חכמי הקאווע שטיבל, האסטו נאך א מעלה. דו ביסט אן עניו אויכעט. ובחדא מחתא, עמיר געיבן א יישר כח פאר דעים מייסטערהאפטן ספרא רבה, ספרא וסייפא. ה"ה אחד מז' כוכבי לכת. נאר איין קליינע בקשה האביך צו דיר. אפילו דו ביסט פון די ז' כוכבי לכת, זאלסטו דאך נישט אוועקגיין פון קאווע שטיבל און אינז איבערלאזן לאנחות. ווייל דאמאלס 'עט מען שוין מיזן אויסלעשן די לייטס אין ק"ש, ח"ו.... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😃 🙂 😉 😮

מאטי » פרייטאג יוני 20, 2014 10:59 am

· #207133
11 סמייליס פאר צוויי פייגלעך? פאר וועם גייט דאס לעצטע?

שמעקעדיג, זאלסטו קריגן אזויפיל ברכות אין דיין לעבן אז דו זאלסט אויפהערן נמאס ווערן דערפון.

כוכב » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 7:57 am

· #226724
צדיקים האבן געזאגט אז מ'ריקט שוין אין הימל די בענק פאר דער גרויסער מאורע ווען שמעקעדיג וועט געקרוינט ווערן אלס שר רבבה.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 2:30 pm

· #226786
כוכב
צדיקים האבן געזאגט אז מ'ריקט שוין אין הימל די בענק פאר דער גרויסער מאורע ווען שמעקעדיג וועט געקרוינט ווערן אלס שר רבבה.

נאך האבן צדיקים געזאגט. אז מ'נייט שוין די זשיפיצעס צו די גרויסע חתונה.... 😂 🙄
רעדנדיג פון צדיקים און פון זשיפיצעס, איז מיר אריינגעפלויגן אין זכרון א מימרא פון א וואוילן איד.
ס'איז געוועין פאר א חתונה פון א געוויסע חשוב'ע משפחה וואס דער עלטער זיידע איז נאך געוועין א גימל ניען ווייס. ער האט נאך בא-גאמוועט דעם ייטב לב. (מעשה שהיה, מיט א ספר. ואכמ"ל). און די אייניקלעך גייען ב"ה בדרכי אבותם. האטציך דער איד אנגערופן. "אינז ווייסן דאך אז די אבות הק' קומען אראפ צו די חופה. דארף מען זיך טאקע האלטן די טאשן"... 😕 😎 😂 🙄 🙄 🙄 😂 😠 😛 😳 😉 🙂 😮

כוכב » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 8:45 pm

· #229681
בין איך דער איינציגער וואס האט באמערקט די דראסטישע רעדוקציע פון @שמעקעדיג תגובות.

פון איין זייט פרייעט עס דאס הארץ אז ער האט אביסל גענומען דעם עדיקשאן אנדער קאנטראל... אבער פון דער אנדערער זייט מטבע, אן שמעקעדיג, חיינו אינו חיים!
אגב, די וואך איז די פרשה פון לריח ניחוח.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 8:59 pm

· #229684
אנגעהויבן האט זיך עס נאך אין די סליחות טעג מיט א שטארקע קבלה להבא, נישט צו שטיבלען אזוי סאך. די רעדוקציע האט זיך שטארק אנגעזעהן אין די פריע טעג פון די קבלה. די קלימאקס איז געווען צווישן יום כיפור און סוכות. אלץ ראשון לחשבון עוונות האט זיך די ריח ניחוח טראגיש און גענצליך אפגעטוהן פונעם שטיבל. מיט א תירוץ פון אהבת ישראל איז ער צוריקגעקומען לייקן ווי קיינמאל ביפאר. עס איז צו האפן אז מ'זאל אים בקרוב אויך קענען ווייזן די אהבת ישראל. סטעי טונד!

כוכב » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:49 pm

· #231569
יאפ די גוטע גן עדן גערוך האלט שוין ביי צען טויזנט תגובות כן ירבו.

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 15, 2015 1:41 pm

· #253761
במקום שאין איש, יהללוך פיך ולא זר

דא האט איר בענעפיטן פון "שמעקעדיג" אין קאווע שטיבל (פון המספיק גאזעט):

.
📎 coffee_02.jpg 📎 coffee_01.jpg

כוכב » מאנטאג יולי 11, 2016 9:40 pm

· #341510
העי, געטס מיר אויך א לייק לכבוד שמעקעדיגס פופצן טויזנט.






😂

הוגה » מאנטאג יולי 11, 2016 10:09 pm

· #341526
כוכב
העי, געטס מיר אויך א לייק לכבוד שמעקעדיגס פופצן טויזנט.
😂


נאדיר... 👍

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 11, 2016 10:11 pm

· #341527
די לייבן פון שטיבל זענען ארויס פון קלאזעט, זיי האבן אויך ליב לייקס. 😂 די 15 אלפים פון שמעק האט איבערגעלאזט א לייק געיעג.

(די סמיילי איז נאר זיי זאלן זיך נישט באליידיגן און מיינען אז איך מיין עס נישט אמת)

א איד » מאנטאג יולי 11, 2016 11:40 pm

· #341558
Re: לריח ניחוח לה'
עטס קענטס נאך שלאפן רואיג, ביז שמעקעדיגס 15000.
כמיין צו זאגן כאפטס דעם ערב שבת שלאף, צו זיין אויסגערוהט אויף די חגיגה.

א איד » דינסטאג יולי 12, 2016 12:29 am

· #341565
Re: לריח ניחוח לה'
לשאלת הרבים איך רעד פון תגובות נישט פון לייקס, עס איז גאנץ נאנט דערצו.
ולידיעה בעלמא שמעקעדיג, שש אין דיינע שוך, חוץ וואס ער וואלט עס נישט אויסגעפוצט געהעריג, וואלט ער שוין לאנג געהאט מער ווי 15000 תגובות