☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אנקעטע! וועלכע צייטונג קויפט איר?

אנקעטע! וועלכע צייטונג קויפט איר?

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6625

טיטאניק » מיטוואך יוני 18, 2014 11:14 am

· #206654
א געוואלדיגע רעיון!!!! שקויעך גבאי שני!!!
👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 18, 2014 1:44 pm

· #206686
מ'קען נישט וואוטן אז מ'קויפט גארנישט?

איך אויך » מיטוואך יוני 18, 2014 2:11 pm

· #206695
געפילטע פיש
מ'קען נישט וואוטן אז מ'קויפט גארנישט?

דריידל » מיטוואך יוני 18, 2014 2:47 pm

· #206716
איך ליין נישט קיין איין צייטונג אבער מיין ווייב און קינדער קויפן יא, האב איך אריינגעלייגט פאר מיין וואוט.

אגב, פארוואס לייגט מען נישט ארויף אונזער שטיבל אלס אן אפשען, מיט וואס איז דאס ווייניגער צייטונג ווי די משפחה אדער אידישע ליכט?

ישמעאל הכהן » מיטוואך יוני 18, 2014 3:00 pm

· #206722
ווייל אויב קאסט עס נישט געלט וואלט מען דאך אויך גענומען יעדן צייטונג פון שעלף

איך אויך » מיטוואך יוני 18, 2014 3:10 pm

· #206725
עט ליעסט האלב פון די וואלט איך נישט גענומען אפילו בחינם.

ישמעאל הכהן » מיטוואך יוני 18, 2014 3:48 pm

· #206733
איך אויך
עט ליעסט האלב פון די וואלט איך נישט גענומען אפילו בחינם.

דאס וואלט גראדע געקענט זיין אן אינטערעסאנטע באזונדערע שמועס פאר זיך, וועלכע פובליקאציע מ'וואלט נישט גענומען אפילו בחינם.. הרב איך אויך איז זענט מכובד אנצוהייבן

איך אויך » מיטוואך יוני 18, 2014 5:31 pm

· #206774
איך האב שוין.

signout » דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:57 am

· #206884
ווי איז אוצרות?

דולה ומשקה » זונטאג יוני 22, 2014 1:23 pm

· #207412
דער הרוצה העילום שמו האט אנגענומען דער שיטה אז דאס איז אמאל זיכער אז יעדער 'ניק' קויפט איין צום ליינען כה"פ איינס, דער שאלה איז נאר וועלעכע, און אויף דעם ארויף האט ניטאמל געלייגט א אפציע צו 'מקויפט איין נישט קיין איינס' פון זיי.

ווי אזוי זאל איך ענפערן דעם אנקעטע, ווען איך פרעזענטליך באקום עטליכע פון זיי 'בחנם אין כסף', אבער זעלטן ווען איך קויף.

איז די שאלה איבער ליינען אדער דוקא 'קויפן'?

הוגה » מאנטאג יוני 23, 2014 8:55 am

· #207538
מיר קויפן נישט קיין איינס פון זיי ווייל זיי זענען נישט ווערד די געלט, מיין ווייב באקומט צומאל פון שכנים גענוצטע משפחה און עמי. אמאל אמאל קויפט מען די מעלות אדער די ענגלישע זמן לכבוד יום טוב.

טיטאניק » דינסטאג יוני 24, 2014 7:30 pm

· #207883
הוגה
מיר קויפן נישט קיין איינס פון זיי ווייל זיי זענען נישט ווערד די געלט, מיין ווייב באקומט צומאל פון שכנים גענוצטע משפחה און עמי. אמאל אמאל קויפט מען די מעלות אדער די ענגלישע זמן לכבוד יום טוב.

me 2
וואס טיט מען?

ישמעאל הכהן » דינסטאג יוני 24, 2014 7:40 pm

· #207891
ווען גייט מען זען די אנקעטע רעזאלץ?