העלפן בחורים
עטץ זאלסט וויסען איך גיי אריבער יסורים וואס א מענטש פון פלייש און ביין קען עס נישט פארשטיין!!!! איך גיי רעדן אפן. איך בין זייער צובראכען און צומישט און פארלוירן וואס יא און וואס נישט צי טון, איך בין 28 יאר און נאך א בחור רוב פון מיין קלאס האבען שוין חתונה געהאט 98%
עס איז זייער שווער פאר מיך. איך פיל ווי קיינער טוט נישט פאר מיך, יעדער לעבט זיך זיין לעבן און פאר מיך טוט קיינער נישט. ווער עס קען טון פאר מיך און זאגען פאר חברים פון די כתה זאל טון וואלט געווען א גרויסע מצוה, אדער קען מען אליין טון אפילו איין קאל א חודש צי עני שדכן און מיך זאגן איך האב דעס און דעס געטון פאר דיך.
יעצט יעדער פון ענק, אבער יעדער, זאל נישט זאגען ווער בין איך, יא דו קענסט טון. ווער עס קען מאריך זיין זאל נאך שרייבען פון א צובראכענע בחור וואס קוקט ארויס אויף א ישועה, איך מיין יעדעם פון קאווע שטיבעל, ווער עס קען טון בכלל און בפרט, אזויפיל בחורים ווארטען און קיינער טוט נישט פאר זיי, איך האלט מען מוז טון, ווער עס קען זאל נאך שרייבען און טוהן.
ישר כח.
א בחור וואס קוקט ארויס איינער זאל עפעס טון
אויב נישט געלייגט אויפן גוטע פלאץ ביטע רוקן ווי עס באלאנגט
איך זעה
דא האסטו געוויסט ווי עס צו לייגען.
עניוועי מיין הארץ גייט אויס פאר דיר.
כ'אב דארט געליינט, וואס איז דאס אידישיסטישע וועלט וואס מען ווארענט אים נישט נאכגעשלעפט ווערען?
איחוד פעלדכ'אב דארט געליינט, וואס איז דאס אידישיסטישע וועלט וואס מען ווארענט אים נישט נאכגעשלעפט ווערען?
ר' איחוד פעלד.: ייש"כ. איכ'ל דיר באלד ענטפערן אויף דיין שאלה. על ראשון אחרון ועל אחרון, מפטיר. (קרעדיט. בערל בעל עגלה. אייגענער חידוש.) נאר איך האב אויסגעפונען א נייע זאך אז דער זעלביגער מענטש/ניק/וכו' וועלכער רופט זיך דא "היימישער ליטוואק" איז גאר א"חסיד נלהב"/ פייערדיגער חסיד. אויף ביצה וועלט. יעצט צו דיין שאלה. "וואס איז אידישיסט/יש?! דאס זענען א גרופע סוררים פון אידישן אפשטאם אין פוילן און רוסלאנד ביז פאר די צווייטע וועלט מלחמה, און אויך א טייל דא אין אמעריקע וועלכע זענען געוועהן מומרים להכעיס און אפיקורסים. יודעים את ריבונם ומכוונים למרוד בו. אבער זיי האבן גערעדט און געליינט אויף די אידישע שפראך. פון דעים האבן זיי געמאכט א עיקר, און א גאנצע קולטור. זיי האבן געשריבן זייער אפיקורסות, כפירה און ניבול פה אויף אידיש, ליידער... 😕 😎 🙄 🙄 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😞 😢 😮
ס'איז א פיינפולע נושא, ס'רייסט די הארץ. למעשה איז זייער שווער צו העלפן (חוץ מיט שדכנים ליסטע) אויב מ'קען איינעם נישט פרעזענדליך.
berlbalagulehר' איחוד פעלד: ייש"כ. איכ'ל דיר באלד ענטפערן אויף דיין שאלה. על ראשון אחרון ועל אחרון, מפטיר. (קרעדיט. בערל בעל עגלה. אייגענער חידוש.) נאר איך האב אויסגעפונען א נייע זאך אז דער זעלביגער מענטש/ניק/וכו' וועלכער רופט זיך דא "היימישער ליטוואק" איז גאר א"חסיד נלהב"/ פייערדיגער חסיד. אויף ביצה וועלט. יעצט צו דיין שאלה. "וואס איז אידישיסט/יש?! דאס זענען א גרופע סוררים פון אידישן אפשטאם אין פוילן און רוסלאנד ביז פאר די צווייטע וועלט מלחמה, און אויך א טייל דא אין אמעריקע וועלכע זענען געוועהן מומרים להכעיס און אפיקורסים. יודעים את ריבונם ומכוונים למרוד בו. אבער זיי האבן גערעדט און געליינט אויף די אידישע שפראך. פון דעים האבן זיי געמאכט א עיקר, און א גאנצע קולטור. זיי האבן געשריבן זייער אפיקורסות, כפירה און ניבול פה אויף אידיש, ליידער... 😕 😎 🙄 🙄 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😞 😢 😮
בחד מחתא זאגט אים אויך אהן ער זאל נישט נאכגעשלעפט ווערען נאך די בונדיסטען ימ"ש.
@bpjew דו האסט גהאט 100 בחורים אין דיין קלאס, און צוויי זענן נאכנישט חתנים? וויאזוי ביסטו אנגקומן צו 98%?
אפשר מיינסטו צו זאגן אז זיי האבן חתונה גהאט נאר 98%? דאס איז תלוי אין די גמרא פון התקדשי לחציי אדער חצייך מקודשת לי. קענסט קאללעקטן די 2% פון דיינע חברים און באקומען, מעגליך, מער פון 100% פון חתונה האבן. אכטונג: נישט זיכער אז עס איז ראטזאם...
די קעפל פונעם אשכול האט מיר געמאכט טראכטן אז דאס קומט דא
אלס א מגי"ש פאר בחורים וואס די ישיבה האט אפגעמאכט אז פאר זיי וועט מען געבן די פריוואטע עטטענשין וואס אלע בחורים ווילן באקומען
אבער די בחורים האבן זוכה געווען ווייל זיי זענען נישט איינגעזעצן און האבן פארפירט האט מען זיי געגעבן א פריוואטע קלאס מיט א קנאפע 15 בחורים
אנשטאטס די 30 35 ווי געווענליך
איך האב שוין געזעהן א מוראדיג'ע הצלחה סתם מיט'ן קענען פאקאסין אויף יעד'ן תלמיד הלואי ווען נאך ישיבות וואלטן געטוהן אזוי
איז צו מיר צוגעקומן א איד און געזאגט אז ער האט לעצטענס געהערט פון א Website והערב נא
וואס זיי זאגן כמעט צו אז יעדן בחור קענען זיי מאכן זאל וועלן און ליב האבן די תורה אהבת נפש און לערנען און הארעווען
זיי האבן גענומן בחורים וואס האבן נישט געעפנט א אידיש ספר נאר געקלאצט אין ישיבה
און זיי אזוי ארויף געארבעט אז זיי זענען געזעצן 4 שעה רצופות און געלערנט!
ממילא מצאתי לנכון אהער צו ברענגען א לינק צו דעם Site
<a class="postlink" href="https://vhaarevna.com/">https://vhaarevna.com/</a>
ב"ה נאך ישיבות אין די שטאט ווי די ישיבה ווי איך ארבעט אין מאנסי האבען ציך צו דעם צוגעכאפט
הלואי ווען נאך ישיבות וואלטן איינגעזעהן אז רוב בחורים קענען נישט מיטהאלטן ווען זיי זענען איינס פון 40 אדער 35