☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נטורא קרתא: די בחורים דארף מען בידים הרג'ענען רח'ל

נטורא קרתא: די בחורים דארף מען בידים הרג'ענען רח'ל

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6615
בלאט: 1 2

כוכב » דינסטאג יוני 17, 2014 8:48 am

· #206362
נטורא קרתא: די בחורים דארף מען בידים הרג'ענען רח'ל
אין דער צייט וואס אידישע הערצער בכל מקומות מושבותיהם צאפלען פאר שרעק איבער דאס וואוילזיין פון די דריי ישיבה בחורים וואס זענען פארכאפט בידי רשע, און מ'קוקט ארויס אויף זייער באלדיגע באפרייאונג, האט די עקסטרימיסטישע נטורא קרתא באוועגונג ארויפגעשטעלט א דרשה אויף זייער האטליין וואס דארף רח'ל פארשטעלן דעם אמתע'ן דעת תורה אז די בחורים זענען מחויב גאר מיתה בידים ווייל זיי זענען רודפים ומוסרים ואפיקורסים עפ'ל.
בושנו ונכלמנו, אבל אשמים אנחנו, עס איז א בושה און א חרפה אפילו איבערצוזאגן זייער בלוט דורשטיגע רייד, מי יגלה עפר מרן הרבי זי'ע, וואס וואלט ער געזאגט צו אזעלכע דברי דופי, נעמען קנאות דקדושה און דאס פארוואנדלען אין רציחה גמורה און ענדלאזע רשעות.
3 יונגע אפרוחים, תלמידים בבתי ספר, קינדער פון אברהם יצחק ויעקב, שומרי תורה ומצות, זענען בצר, זענען במיצר, אין א שרעקליכער סכנה, ואין איש שם על לב.
וואס דארפן מיר זיך לערנען דערפון?
די שעדליכקייט פון ראדיקאליזם אין יעדער רעליגיע! אז מפארלירט די גבולים, מהאט נישט די כוח ההבחנה, מאיז זיך נישט מיחס צו קיינעם, נישט דא קיין שום הכנעה, יונגע שועלים נערים מתורה ממצות מחכמה נעמען שטעלונגען אויף עניינים וואס זיי זענען בכלל נישט באהאוונט ועומדים ברומו של עולם, קומט מען צו צו אזא מצב, און סוועט נישט נעמען לאנג, מהאלט שוין נישט קיין סך ווייטער פון זעלבסטמערדער זאלן זיך אויפרייסן אויף באסעס פול מיט מאמעס און פיצלעך קינדער.
והוקע אותם נגד השמש, אונז גענוג פארשעמט, עס דארף דערהערט ווערן א קול מחאה, די פראקציע האט פורץ געווען אלע גבולים מיט זייער אומאויפהערליכע מאראטאן פון רשעות און שלעכטס, מדארף זיי עוקר מן השורש זיין, גענוג אידישע פרנסות מקפח געווען, גענוג אידיש בלוט געצאפט, זיי זענען דא צו צעברעכן, סתירת נערים סתירה, יסכר פי דובר שקר, הבל יפצה פיהם, כולנו למערכה נגד הרוצחים הרשעים קשר בוגדים, מטאר דאס נישט צו לאזן, באסעס יסע בעדפארד ביי די הייוועי, ולה' הישועה.

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 9:32 am

· #206370
גם אני הצטרפתי כבר מזמן
איך וויל איינמאל באגעגענען משה בער אדער א צוייטען, מיין הבטחה ער בלייבט נאר מיט האלב פון זיין בארד
נ"ב בעיני ראיתי, אני ראיתי ולא זר, געווען בין איך אמאל אויף די מאנסי באס, און משה בער בעק [...] קימט ארויף, דער האט זיך געזעצט די ערשטע סיט, און איך שטיי אוטן שטוין ווי יעדער פרוי וואס איז ארויף די באס האט משה בער נאכגעקיקט ווי א הינגעריגער יונגערמאן קיקט נאך די לעקעך תשעה באב א האלבע שעה פארען אויספאסטען
איך זיץ און קיק זיך צי צי די שיינע מראה ווי דער כלומפרשטער חאניאק צדיק ופרוש קיקט אויף נשים ערגער פון דער קל שבקלים
עס איז מיר גליגען אויפען צינג "משה בער וואס איז מיט שמירת עיניים" אבער איך האב נישט געהאלט די העזה, היינט וואלט איך עם ציגעקלעבט מיט סקאטש טעיפ צים פענסטער אז ער זאל קענען קיקען אימגעשטערט

outspoken » דינסטאג יוני 17, 2014 9:40 am

· #206372
כוכב

בושנו ונכלמנו, אבל אשמים אנחנו, עס איז א בושה און א חרפה אפילו איבערצוזאגן זייער בלוט דורשטיגע רייד, מי יגלה עפר מרן הרבי זי'ע, וואס וואלט ער געזאגט צו אזעלכע דברי דופי, נעמען קנאות דקדושה און דאס פארוואנדלען אין רציחה גמורה און ענדלאזע רשעות.

ער האט שוין געזאגט אין די נשא תורה

טיטאניק
גם אני הצטרפתי כבר מזמן
נ"ב בעיני ראיתי, אני ראיתי ולא זר, געווען בין איך אמאל אויף די מאנסי באס, און משה בער בעק [...] קימט ארויף, דער האט זיך געזעצט די ערשטע סיט, און איך שטיי אוטן שטוין ווי יעדער פרוי וואס איז ארויף די באס האט משה בער נאכגעקיקט ווי א הינגעריגער יונגערמאן קיקט נאך די לעקעך תשעה באב א האלבע שעה פארען אויספאסטען
איך זיץ און קיק זיך צי צי די שיינע מראה ווי דער כלומפרשטער חאניאק צדיק ופרוש קיקט אויף נשים ערגער פון דער קל שבקלים
עס איז מיר גליגען אויפען צינג "משה בער וואס איז מיט שמירת עיניים" אבער איך האב נישט געהאלט די העזה, היינט וואלט איך עם ציגעקלעבט מיט סקאטש טעיפ צים פענסטער אז ער זאל קענען קיקען אימגעשטערט

@טיטאניק כ'קען אים גוט,גוט ער איז א איד א קדוש, א פארקרימטע שיטה נעמט נישט אוועק זיין ערליכקייט

elter-zeide » דינסטאג יוני 17, 2014 9:53 am

· #206374
טייטאניק!! דאס איז נישט געווען משה בער בעק,

מאטי » דינסטאג יוני 17, 2014 10:01 am

· #206377
כוכב וואו קען מען הערן?

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 10:24 am

· #206378
איך ווייס גיט ווער ער איז
און עס איז הונדערט פראצענט אמת. ער האט געמיינט אז מען זעט נישט
לערען דיר אויס א כלל איינער וואס איז איבערגעטריבען פרים דער טאקע איז דער גרעסטער מנובל
א אלטע כלל וואס איז געווען מקובל ביי די גדולי ישראל אין אלע דורות
זיי מיר נישט פרים....
א שאד איך האב נישט געכאפט א קליפ
איך זאג צי אז נעקסט טיים איך זע אזא מחזה ועעלען ענק אלע מיטהאלטען

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 17, 2014 10:40 am

· #206383
קען נישט זיין, סתם שטותים... נישט ר' משה בער. ער איז בלויז "משוגע צודרייט לאותו דבר", אדערווייז איז ירבו כמותו בישראל. מען קען זיך קוויטלען ביי אים.

אבער איך בין זיך אויך מצטרף צו די מחאה פון ידידינו כוכב.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 17, 2014 10:41 am

· #206384
איך בין געווען אלץ בחור ביי כמעט יעדע באבא, מקובל, און עקסטרימעסט. מיינע פאר שבתים ביי משה בער, takes the cake.

פארגעסן אלץ יונגערמאן אין שנה ראשונה, בין איך אויך געווען ביי אים א שבת, מיט מיין ווייב.. א לאנג סטארי. איך דארף מאכן א אשכול איבער דעם.

כוכב » דינסטאג יוני 17, 2014 10:42 am

· #206385
מאטי
כוכב וואו קען מען הערן?

2124441117

7216#

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 17, 2014 10:45 am

· #206387
כוכב: איך בין מיט דיר 250%. נאר איין קליינע שאלה. דו זאגסט "באסעס יסעו" וואו אהין? צו די מדינת ישראל קאנסולאט? ניין.! אה. כ'ווייס שוין. צו די פאלעסטינער דעלעגאציע צו די יו ען. ס'נאר דא איין פראבלעים. די פאלעסטינער דעלעגאציע איז בשכינות מיט דעם מדינת ישראל קאנסולאט. אויף 800 2'טע עוועניו, אין מאנהעטן. נאר דער תירוץ איז אז ס'איז טאקע גוט אזוי. בחדא מחתא 'עט מען שוין שרייען פוי, ציונים, און אויכעט פאלעסטינער המכונה נטורי קרתא, ימח שמם (נאר אויף די נ.ק.(... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😢 😞 😉 😮

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 17, 2014 10:50 am

· #206388
טיטאניק: ייש"כ. איך וואלט אויכעט געמאכט אן אפעראציע. נאר א ביסל אראפציר אין גוף. מפני כבוד המקום וויל איך נישט מפרש זיין והמבין יבין. אדער והיוון מבין... 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😉 😞 😢 😮

הירשל ציג » דינסטאג יוני 17, 2014 10:57 am

· #206390
זעהט אויס אז ביז משה בער וועט אליין בידים נישט הרג'נען קיין ציונים בלייבט ער א צדיק... פארפאלען

כוכב » דינסטאג יוני 17, 2014 11:11 am

· #206391
כמדומה אז משה בער אליין רעדט נישט אזא שפראך נאר די אונטערטאנען לאוב ודומיהן.
אפילו דער אנדערער דער הויפט מגיד איז נאר אבסעסירט מיט פרסום פאר די גוים, פון צופרי ביז ביינאכט איז ער פארנומען וואו מאיז אלץ געווען און מגייט גיין ממש ווי א שגוען אבער אנדערע "פרצות" אונטערסירט אים נישט.
דארט איז יעדער פויבסטליכער פון משה בער און ממאכט שבת פאר זיך. דער "לאוב" האט אן אייגענע האטליין וואו ער שעלט צאם אויף וואס סלאזט זיך נאר.
אגב דער לאוב איז דער אינציאטאר פון די מיליאן דאלער סלאגאן, געשריבן מיט א מעזשיק מארקער אויפן וואנט" "פארקויפט נישט אייער נשמה צום שטן, ליינט נישט קיין טריפה'נע צייטונגען און מאגאזין, עס פארברענט די נשמה" וואס האט דאמינירט די בית כסא מארקעט אין גאנץ ארצות הברית וקאנאדא אין לויף פון די תש"ס יארן.
זאל אים דער זכות ביישטיין.

עפל סיידער » דינסטאג יוני 17, 2014 12:16 pm

· #206407
עס איז נישט דער אדער יענער שולדיג אין אזעלכע סארט איבערגעהיצטע רעדעס וואס פירט ביזען שיקען באמבעס קיין מאה שערים.
עס איז די געדאנק וואס מען האט ביי זיי אריינגעפרעדיגט אז די אלע מתנחלים זענען מחוייב מיתה מיום הוולדם ווייל מען האט זיי געלערנט א קרומע צודרייטע וועג פון זיך לאזען הרגענען פאר ציוניזעם.

עס איז ביטער צוצוקוקען ווען קאנסקעווענצען פון וואנזיניגע התנחליות און איבערגעטריבענע א.ג. קנאים טרעפן זיך פעיס טו פעיס.

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 12:30 pm

· #206410
שמעקעדיג
קען נישט זיין, סתם שטותים... נישט ר' משה בער. ער איז בלויז "משוגע צודרייט לאותו דבר", אדערווייז איז ירבו כמותו בישראל. מען קען זיך קוויטלען ביי אים.

אבער איך בין זיך אויך מצטרף צו די מחאה פון ידידינו כוכב.

ער איז משוגע צי פרימקייט און עקסטרעמיזעם צי יעדע זאך, ער גייט אנגעטין ווי א טאליבאנער און זיינע קינדער אויך
אזוי שמעקעדיג בין אין אויף די זעלבע פעידזש מיט דיר אין אסאך ענינים, אבער איך האלט ווען די זאלסט אביסל נענטער לערנען די פרימע וועסטי מודה זיין צי מיר
איך קען זיי צי גיט, פון די נאנט און איך קען נישט זאגען ציפיל מחשש גילוי אבער די כלל וואס חז"ל האבען געהאט פאלט נישט אוועק, דבריהם חיים וקיימים און זענען נוגע עד היום הזה
און עס איז א מציאות!!!!
והדברים פשוטים
קוויטלען קען מען זיך קוויטלען ביי "נארמאלע" תלמידי חכמים, מען מיז נישט שטיקען 8 מייל ווייט צי הייסען קדוש און צדיק, פארקערט, נעם עני תלמיד חכם וואס לערנט פלייסיג און טיט נישט וויי קיינעם און טרייבט נישט איבער אין פרימקייט און וועסט זען אז רצון יראיו יעשה וועט מקויים ווערען ביי עם שנעלער ווי ביי די טאליבאנער

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 1:21 pm

· #206420
עפל סיידער

עס איז ביטער צוצוקוקען ווען קאנסקעווענצען פון וואנזיניגע התנחליות און איבערגעטריבענע א.ג. קנאים טרעפן זיך פעיס טו פעיס.

אבער ווען אינזערע היימישע אנגעפרעסענע וואנזיניגע יונגעלייט רייצען זיך מיט גויים אין ברוקלין מען איז א סלעם לארד און מען ליידט זיך קאנסקעווענצען, דארט איז נישט קיין שום פראבלעם! דאס איז נישט קיין מרידה באומות! דעמאלס לויפט מען פראטעסטען קעגען די ניו יארק פאוסט!
עטץ זענט די גרעסטע היפערקירטס וואס כלל ישראל האט נאר אמאל פראדערציט

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 1:24 pm

· #206421
פארשטעלט אייך נישט ווייל מען דערקענט אייך מילא!
די גרעסטע פאררעטער וואס כלל ישראל האט נאר אמאל געהאט!
נטורי קרתא ימח שמם
איך קען קוים ווארטען ווען זיי גייען זיך פארשטעלען פאר היטלער, מענגעלע, סטאלין, גלחים, אינקוויזיטארען, טיטוס, זיי האבען געהאט מער ווייניגער די זעלבע תירוצים! נו אויב די אראבער זענען גערעכט זענען זיי אויך געווען גערעכעט!

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 17, 2014 1:43 pm

· #206425
טיטאניק: ייש"כ. שפתיים קישאק. דו קענסט זיך פארשטעלן (מיט א קמץ) ווען איך באגעיגן משה בער דר-ק מיט זיין פרענד דער טונקל-הויטיגער אראבער פון די בני חם וישמעאל, וויאזוי איך וואלט געקוילערט פאר געלעכטער ... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 🙄 🙄 😃 🙂 😉 😛 😳 😮 א גוטן פירעם.

עפל סיידער » דינסטאג יוני 17, 2014 1:49 pm

· #206427
ס'כדאי צו אנמערקן אז די יאמערליכע היסטעריע אין וואס טיטאניק איז אריינגעפאלען פון א דרשה וואס איז מעודד און פארענטפערט רוצחישע אקטען.

די היסטעריע האט אים עפעס נישט געכאפט ווען קרבנות פאלען נעבעך יערליך צו די וואנזיניגע התנחליות, ווי מענטשען שטעלן איין יעדע רגע לרציחה זיך און די קינדער ר''ל.

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 1:56 pm

· #206428
עפל סיידער
ס'כדאי צו אנמערקן אז די יאמערליכע היסטעריע אין וואס טיטאניק איז אריינגעפאלען פון א דרשה וואס איז מעודד און פארענטפערט רוצחישע אקטען.

די היסטעריע האט אים עפעס נישט געכאפט ווען קרבנות פאלען נעבעך יערליך צו די וואנזיניגע התנחליות, ווי מענטשען שטעלן איין יעדע רגע לרציחה זיך און די קינדער ר''ל.

זיי שטעלען זיך איין די לעבען פינקט ווי דיינע וואנזיניגע זיידעס האבען איינגעשטעלט זייער לעבען ווען זיי האבען יארען און דורות געוואוינט לעבען די רוסישע און פוילישע אנטיסעמיטען וואס האבען יערליך געהאנגען אידען
דארט זענען זיי אויך געבליבען זיצען ווייל זיי האבען נישט געהאט ווי צי גיין
די אידען באלאנגען אין זייער לאנד ארץ ישראל און זיי האבען נישט קיין שום אנדערע פלאץ ווי צי גיין!!!!

יואב » דינסטאג יוני 17, 2014 1:58 pm

· #206429
הער @טיטאניק, אין וועלכן אשכול איך בלאנדזשע נאר אריין לעצטנס, שטויס ׳ך מיך אן אין פונקן עקסטרעמיזם, וועלכע שפריצן פון דיינע טינט.

קילט אייך אביסל אראפ ביטע, הגם איך בין טאקע איבערצייגט איר מיינט נישט קיין שלעכטס; איר זענט זאגאר דא עוקר צו זיין דעם רע

איך האב זייער הנאה וויאזוי איר שרייבט, און ס׳איז א כבוד פאר ק״ש דיך צו האבן. אבער ביטע, נידער דעם ווילדן טאן, קיל אראפ דעם שארפן רעטאריק, רעדוציר די שטעכיגע לעסטערונגען, און הער אויף מיט די טויט סטראשונגען. ס׳שאפט אן אנגעשטרענגער גייסט דא אין שטיבל. ס׳נעמט אוועק די רואיגקייט.

וויסן זאלסטו, עקסטרעמיזם איז אלץ פון זעלבן טייגל געקנאטן. הונדערט איז לעבן נומער איינס; פופציג איז אפגעריקט פון ביידע. וד״ל.

בבקשה ממך! בארואיגט אייך, איר שאפט באמת אן אנגעשטרענגטקייט דא. תודה למפרע.

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 2:02 pm

· #206430
נ"ב דאס איז אן אויסהערען די דברי נבלה ורציחה
איך גיי עם נישט געבען די הנאה אז נאך איינער האט אריינגעריפען
און איך גיי מיר נישט הייבען מיין בליט דרוק ציליב א וואנזיניגע רוצחישע אידישע פאררעטער וואס האט איינגענימען צי א גרויסע dosage פון ויואל משה
בעצם זענען אלע סאטמערע יונק שנאת ישראל פון די ספר איינער מער און איינער ווייניגער, און איינער עקסטרעם אסאך און די עקסטערם ריפט מען נטורא קארטא

גלייב מיר אז איך האלט אז ר' יואליש איז געווען א וואוילער איד א שיינער תלמיד חכם און א שטארקער לידער
אבער זיינע ספרים זענען היבש געבויט אויף פאלטשע אינפא פון זיינע גבאים
והדברים ידועים
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=68314">http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=68314</a>

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 2:03 pm

· #206431
יואב
הער @טיטאניק, אין וועלכן אשכול איך בלאנדזשע נאר אריין לעצטנס, שטויס ׳ך מיך אן אין פונקן עקסטרעמיזם, וועלכע שפריצן פון דיינע טינט.

קילט אייך אביסל אראפ ביטע, הגם איך בין טאקע איבערצייגט איר מיינט נישט קיין שלעכטס; איר זענט זאגאר דא עוקר צו זיין דעם רע

איך האב זייער הנאה וויאזוי איר שרייבט, און ס׳איז א כבוד פאר ק״ש דיך צו האבן. אבער ביטע, נידער דעם ווילדן טאן, קיל אראפ דעם שארפן רעטאריק, רעדוציר די שטעכיגע לעסטערונגען, און הער אויף מיט די טויט סטראשונגען. ס׳שאפט אן אנגעשטרענגער גייסט דא אין שטיבל. ס׳נעמט אוועק די רואיגקייט.

וויסן זאלסטו, עקסטרעמיזם איז אלץ פון זעלבן טייגל געקנאטן. הונדערט איז לעבן נומער איינס; פופציג איז אפגעריקט פון ביידע. וד״ל.

בבקשה ממך! בארואיגט אייך, איר שאפט באמת אן אנגעשטרענגטקייט דא. תודה למפרע.

ווילאנג איך וועל ליינען תגובות וואס זענען עקסטרעים צי די שיטה הקדושה וועל איך שרייבען עקסטרעם צוריק ארויסצורייסען די משוגעת משורשה

יואב » דינסטאג יוני 17, 2014 2:16 pm

· #206435

עקסטרעמיזם ביפיו!

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 17, 2014 2:31 pm

· #206437
bring back # אונזער רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען!!

סאשי פיש » דינסטאג יוני 17, 2014 2:38 pm

· #206440

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יוני 17, 2014 3:44 pm

· #206465
איך וויל וויסן אז אויב אויף איינע פון זייערע נסיעות צו אירן וועלען די איראנער זאגען מען לאזט ענק נישט ארויס. און נאך זיצען דארט געלאנגט פאר מדינת ישראל אריין צושיקען קאמאנדאס זיי צו ראטעווען... וואס וועלן זיי זאגען? פוי איך גיי נישט מיט ציונים... ניין אויב זיי האבען זיך נאך נישט ג'שמד'ט וועלן זיי לויפן מיט זיי ציונים אהער ציונים אהין... זיי זענען די קאפאס פון דעם דור... עס איז נישט מעגליך אז זיי שטאמען מזרע היהודים. מען קען רואיג זאגען... ימח שמם וזכרם עד עולם

יואב » דינסטאג יוני 17, 2014 3:51 pm

· #206466
Extremism is so easy. You've got your position, and that's it. It doesn't take much thought. And when you go far enough to the right you meet the same idiots coming around from the left.

Clint Eastwood

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 3:58 pm

· #206467
ווען בלומבערג דער מומר להכעיס האט זיי סערווירט האבען זיי זיך אויך געקישט מיט עם
איי ער איז גארנישט קיין קלענערע כופר און עוכר ישראל פון ביבי
אבער ביבי איז א ציוני!!!
איך בין ווילד? שארף?
אפשר טראכט איר אז אייער צימצום המוחות פון יארען פרעדיגונג פון פאלשע דמיונות נעמט ארויס יעדע איד פון גלייכגעוויכט?
איר זענט מודה אז מען פירט רבי'ס ביים נאז, איר זענט מודה אז גבאים טיען מיט זייערע אדמורים ככל העולה על רוחם, פארוואס ביים ויואל משה האט דאס נישט געקענט פאסירען? ווייל ער איז אוועק מיט צויי דורות ציריק?
איי די אלע וואס האבען זיך געדרייט אין זיין שטיב, די אלע מקורבים זענען שוין מיליאן מאל באשמירט געווארען דארעך ביידע פראקציעס פון סאטמאר מער ווי איין מאל אויף אנדערע ענינים, מען מאלט זיי אראפ ווי שווינדלער און מטורפים, סא פארוואס פינקט דא ביי ציונות זענען זיי געווען אזוי איידעל און ערליך?
עס איז קלאר אז די פרייע זענען פושעים, אבער עס פעלט נישט ענדליכע פושעים מיט שטאפענע היטען ביי אינזערע קאמיאנעטי וואס יעדער ווייסט פון זייערע צדקות ומעשים טובים און מען ניצט זייערע סערוויס און געלט מיט א גרויסע שמייכעלע
אז איר האלט פון עפעס האלט דאס אין יעדע וועג
איר האלט אז מרידה באומות איז א פארברעך, דעמאלס נעקסט טיים ווען עס קימט א שווארצער אריין אין אייער גרארסערי מיט א גאן, געבט עם שיין אהין דאס געלט און ריפט נישט די שומרים, ווייל א גלות איד טאר זיך נישט קעגען שטעלען.........................
כ'מיין אזוי זאגט איר אין א"י, פארוואס איז ווילי אנדערש? פארוואס אין ווילי מעג מען יא אנרייסען א גוי וואס מען דאכט זיך נאר אז ער איז א פארברעכער?
זייטס מחליט וואס ענק ווילען און טאנצט נישט אויף צוויי חתונות

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 17, 2014 4:05 pm

· #206469
לאמיר נישט נאכאמאל פארדרייען דעם שמועס קיין סאטמארע שיטה. שוין פאראן גענוג אשכולות דערויף.

יואב » דינסטאג יוני 17, 2014 4:14 pm

· #206471
טיטאניק, דו רעדסט צו מיר? איך האב קיינמאל אינדארסירט א ספעציפישע שיטה, פערזאן, אדער גאנג. איך מאך יא טיילמאל אוועק געוויסע געדאנקן שאין רוח יואב נוחה הימנו. אבער דאס אויף א צינישן מהלך, סארקאזם, און מיט א מאס טאלעראנץ. דאס איז מער ווייניגער דער מהלך וויאזוי קאווע שטיבל מיטגלידער לופטערן זייערע געדאנקן.

אה, דיינע זידלונגען, לעסטערונגען און שטורעמישע ארגומענטן זענען אנגעוואנדן קעגן נטורי קרתא? דו רעדסט צו סאטמער? שמועסט דיך אויס צו א גרופע וואנזיניגע וועלכע מאכן זיכער יעדער ווייסט איבער זייערע ליידנדע טוץ דיסאורדערס וועלכע פארנעמען בוכשטאבן אין פילע אויסלייגן? ביטע, ס׳צייט צו עפענען אן אייגענע האט-ליניע.

איר זענט מכובד הרב טיטאניק, איר קענט נאך אנציען ערנסטע גרויסע רעטינג ציפערן.

ביטע לאזט דעם שטיבל פארן על מי מנוחות. פליז!

איך רעד לאו דוקא צו דיר, נאר כל אחד בשמו הטוב יברך. לעצטנס אין סטיל. אן אנשיקעניש פון פארפלייצן נייעס אשכולות מיט בלוט-גיסענדע תגובות. הערט אויף! מאכט אייך אייגענע בלאגס אדער האט-ליינס, טיילט מלקות פאר סאטמער רבי, שטעכט מענטשן, פראסקעט הוטן, און מאכט זיכער צו זיין גערעכט. דאס אלץ אויף יעדן פאנט סייז, און מיט אלע קאלירן. נישט דא ביטע. אלעס האט א שיעור.

לאליפאפ » דינסטאג יוני 17, 2014 7:56 pm

· #206520
טיטאניק
גם אני הצטרפתי כבר מזמן
איך וויל איינמאל באגעגענען משה בער אדער א צוייטען, מיין הבטחה ער בלייבט נאר מיט האלב פון זיין בארד
נ"ב בעיני ראיתי, אני ראיתי ולא זר, געווען בין איך אמאל אויף די מאנסי באס, און משה בער בעק [...] קימט ארויף, דער האט זיך געזעצט די ערשטע סיט, און איך שטיי אוטן שטוין ווי יעדער פרוי וואס איז ארויף די באס האט משה בער נאכגעקיקט ווי א הינגעריגער יונגערמאן קיקט נאך די לעקעך תשעה באב א האלבע שעה פארען אויספאסטען
איך זיץ און קיק זיך צי צי די שיינע מראה ווי דער כלומפרשטער חאניאק צדיק ופרוש קיקט אויף נשים ערגער פון דער קל שבקלים
עס איז מיר גליגען אויפען צינג "משה בער וואס איז מיט שמירת עיניים" אבער איך האב נישט געהאלט די העזה, היינט וואלט איך עם ציגעקלעבט מיט סקאטש טעיפ צים פענסטער אז ער זאל קענען קיקען אימגעשטערט

ס'איז ביי מיר ברור אז דו האסט נישט געזען משה בער, איך ווייס ווי ערליך ער איז און ווי שטארק ער האט ליב און מורא פון באשעפער אפילו איך האב אים פיינט וועגן זיין שיטה העקומה.
ובדידי הוה עובדא אז כ'האב אריינגעוואקט אין א ווייבער שול אמאל און ער איז געזעצן אונטן און זיך געוואשן און געמאכט א ברכה, אבער מיט אזא ערליכקייט און עס איז אים נישט איינגעפאלן אין וויסטן אז איינער האלט מיט.. אקעי צוריק צום ענין..

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 17, 2014 11:17 pm

· #206558
ציבעלע-קיגל
איך וויל וויסן אז אויב אויף איינע פון זייערע נסיעות צו אירן וועלען די איראנער זאגען מען לאזט ענק נישט ארויס. און נאך זיצען דארט געלאנגט פאר מדינת ישראל אריין צושיקען קאמאנדאס זיי צו ראטעווען... וואס וועלן זיי זאגען? פוי איך גיי נישט מיט ציונים... ניין אויב זיי האבען זיך נאך נישט ג'שמד'ט וועלן זיי לויפן מיט זיי ציונים אהער ציונים אהין... זיי זענען די קאפאס פון דעם דור... עס איז נישט מעגליך אז זיי שטאמען מזרע היהודים. מען קען רואיג זאגען... ימח שמם וזכרם עד עולם

ציבעלע קיגל: ייש"כ. איך האב אן אנדערע טעאריע אז דער מוסד גייט אריינשמוגלען אויף איינס פון זייערע נסיעות קיין איראן איינעם פון זייערע אגענטן פארשטעלט אלס נטורי קרתא'ניק, און בשעת ער'ט זיך קושן מיט אכמאדינידזשאד אדער זיין נאכפאלגער וועט ער איהם שיסן אדער פארסמ'ן... 😕 😎 😂 🙄 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

יין שרף » מיטוואך יוני 18, 2014 12:00 am

· #206575
עכ"פ אזוי וועלן די איראנער פארקויפן...

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 18, 2014 4:22 pm

· #206746
[ציטאט אראפגענומען]

ביסט ענטייטעלד צו דיין אפיניאן.

רוח קדים » דאנערשטאג יוני 19, 2014 3:05 pm

· #206921
[ציטאט אראפגענומען]

אידישע צרות! אוי טאטע, פון וואנען נעמט מען די כוחות!

קלי צום, אדער אפשר ווייאגרא קען באאסטן די כוחות, און דערביי זוכה זיין צו דעם ולא יצטרכו זה לזה!

מיט מיטלייד: רוח קדים

איחוד פעלד » דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:22 pm

· #206943
אינדערויסען פין דער וויכוח ומחאה רבתי וועגען דער שיטה פין נטורי קרתא, זיי האלטען אויך נאר אז ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט, וואלט באדארפט די בחורים הרג'נן וכו'.

איז מיט וואס זענען די חולקים אויף נטורי קרתא אנדרעש ווען מאנכע דא שרייבען אויך ימח שמם וזכרם, וואס דאס מיינט אונך אז מען דארף זיי הרג'נן?

נטורי קרתא עסקן » דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:19 pm

· #207022
איך האב נישט געליינט די אלע דברי כפירה ונאצה פון די גאנצע שמועס, אבער נאר די אנפאנג פון דעם כופר. עס איז נישט צו גלייבן אז יודישע קינדער בני אברהם יצחק ויעקב זאלן לייקנען אין מפורשע פסוקים און אפענע הלכות קעגן נביאי שקר און די אלע אפיקורסים ימשו"ז וואס איז מורידין ולא מעלין!!
שעמען זאלט איר אייך!!!!

טיטאניק » פרייטאג יוני 20, 2014 12:43 am

· #207057
וועלכע שעמען זאל איך ניצען?
שמן פון די הייליגע מדינה? אדער פון איראן?
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

טיטאניק » פרייטאג יוני 20, 2014 12:53 am

· #207061
נטורי קארטא
נטורי כיזאבאללא נעם אראם דעם פריזבי און די ביסט גרייט צי גיין שעכטען די אידען אין ארץ ישראל!
גיי! שנעל
אזוי וועלען מיר האבען א געלעגנהייט לקיים הבא להרגך.... און פטור מיט די קליפה פון נטורי כיזאבאללא

שבת אחים » פרייטאג יוני 20, 2014 12:57 am

· #207062
נטורי קרתא עסקן
איך האב נישט געליינט די אלע דברי כפירה ונאצה פון די גאנצע שמועס, אבער נאר די אנפאנג. עס איז נישט צו גלייבן אז יודישע קינדער בני אברהם יצחק ויעקב זאלן לייקנען אין מפורשע פסוקים און אפענע הלכות קעגן נביאי שקר און די אלע אפיקורסים ימשו"ז וואס איז מורידין ולא מעלין!!
שעמען זאלט איר אייך!!!!

א שאד אז עס איז נישטא קיין דיסלייק באוטען ...
נאר פארן האבן אזא ניק ״נטורי קרתא עסקן״ וואלט מען אים געדארפט געבן 10 יאהר , נישט אין תפיסה ח״ו וואס איך וואונטש נישט אויף קיינעם נאר אין משוגעים־הויז ווי ער באלאנגט

טיטאניק » פרייטאג יוני 20, 2014 6:46 am

· #207076
איחוד פעלד
אינדערויסען פין דער וויכוח ומחאה רבתי וועגען דער שיטה פין נטורי קרתא, זיי האלטען אויך נאר אז ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט, וואלט באדארפט די בחורים הרג'נן וכו'.

איז מיט וואס זענען די חולקים אויף נטורי קרתא אנדרעש ווען מאנכע דא שרייבען אויך ימח שמם וזכרם, וואס דאס מיינט אונך אז מען דארף זיי הרג'נן?

ציבעלע-קיגל » פרייטאג יוני 20, 2014 9:30 am

· #207111
איחוד פעלד
אינדערויסען פין דער וויכוח ומחאה רבתי וועגען דער שיטה פין נטורי קרתא, זיי האלטען אויך נאר אז ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט, וואלט באדארפט די בחורים הרג'נן וכו'.

איז מיט וואס זענען די חולקים אויף נטורי קרתא אנדרעש ווען מאנכע דא שרייבען אויך ימח שמם וזכרם, וואס דאס מיינט אונך אז מען דארף זיי הרג'נן?

דער חילוק איז... הבא להורגך השכם והרגו

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 20, 2014 11:14 am

· #207139
טיטאניק: א ייש"כ פאר ברענגען די בילדער פון די צוויי היימישע כיזבאללא'ניקס. איינער הייסט האפמאן (כ'ווילל נישט שרייבן זיין ערשטן נאמען משום גילוי.). דער צווייטער הייסט טייטלבוים. (אויך די זעלבע.). נאר איך פארשטיי נישט . זיי האבן געקענט בלייבן מיט זייערע שמונה בגדים. די פלאטשיג'ס און די שווארצע זאקן. ס'נישט קיין חילוק... 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😮

משבק » זונטאג יולי 20, 2014 1:33 am

· #212618
נטורי קרתא איז מוחה
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=J-ZZ1lcZEMo">https://www.youtube.com/watch?v=J-ZZ1lcZEMo</a>

שמעקעדיג » זונטאג יולי 20, 2014 2:12 am

· #212627
ער רעדט גאנץ א פיינעם ענגליש, דער פעלדמאן.

רויטע וואנצעס » זונטאג יולי 20, 2014 2:22 am

· #212630
ישראל דוד האט מיט אפאר יאר צוריק געשיקט האלב פון די בית יהודי מנין אויף לעסענס, כדי מ'זאל קענען מרבה זיין כבוד שמים.

ישראל קאפקע » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:00 pm

· #231516
רויטע וואנצעס
איך בין געווען אלץ בחור ביי כמעט יעדע באבא, מקובל, און עקסטרימעסט. מיינע פאר שבתים ביי משה בער, takes the cake.

פארגעסן אלץ יונגערמאן אין שנה ראשונה, בין איך אויך געווען ביי אים א שבת, מיט מיין ווייב.. א לאנג סטארי. איך דארף מאכן א אשכול איבער דעם.

זייער נייגעריג, לאמיר הערן.

סאשי פיש » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 2:58 pm

· #232232

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 3:14 pm

· #232236
גוטע מעסידזש, דעליווערי נישט די בעסטע, כאטש וואס האסטו געוואלט ער איז דאך א היימישע איד, נישט א נעיטיוו ענגליש ספיקער,

קוק אויף די קאמענטס.
בלאט: 1 2