ח''י סיון תשע''ד יום למחשבה
היינט י''ח סיון ווען מען טרעט אריין אין די 'זעכצענטע יאר' פון ווען סאטמאר איז אריין אין א נייע עפאכע, קומט די נייעס אז רבי אהרן מיט נאך גרויסע דיינים פון אנדערע קהילות בישראל פליען אפ קיין אריזאנע צו ברענגען מער מהודר'דיגע ווייץ בלי חשש מבוקעות ומצומחות, פאר'ן געברויך פינעם ציבור פאר קומענדער פסח תשע''ה.
פון מיין קוק ווינקעל וואלטען די חסידים פון רבי אהרן געברויכט טאנצען היינט אין די גאסען און געבן לחיים אויפען יום הצלה והשיחרור פון די קהילה וואס אי לאו האי יומא
ווער וואלט געפארען אפנעמען די טאנען ווייץ המהודרים ביותר?
ווער וואלט געזארגט אז די הוצאות החתונות זאלען דראסטיש פאלען?
ווער וואלט געזארגט אז די בשר בהמה ועוף זאלען זיין מיט שטערקערע חומרות?
ווער וואלט געזארגט אז די נעכטיגע בחינות אויף מס' פסחים און די בחינות בחבורת זכרו אויף ''גאנץ מס' סוטה'' זאל גענימען ווערן?
ווער וואלט אפגעשטעלט די אינערליכע שלעגערייען און שטיינער ווארפעריי אויף אידען?
ואטו כי רוכלא ניזיל וניחשב
חסידי רבי אהרן וואלט'ן געמעגט היינט אריבערקומען צו 550 בעדפארד מאכען א שטיקעל לחיים.
מ'זאגט פורים ארור המן "אשר בקש לאבדי",
ווייל א מענטש קען קלערן אז אפשר קומט זיך דעם המן'ען צו בענטשן,
נאך אלעם נאר אדאנק איהם האמיר א יו"ט פורים,
נאר א דאנק האמיר א קימו וקבלו,
דאס מיינט די גאנצע קיום התורה איז א דאנק המן,
דערפאר זאגט ער ניין "ארור המן",
פארוואס? "אשר בקש לאבדי"
געוואלט האט ער נאר להרוג ולאבד את כל היהודים מנער ועד זקן ביום אחד ושללם לבוז,
איך האב נישט געוויסט ביסט אזא שטארקע חסיד פון רבי'ן, קומט זיך דיר הערשט צו גיין מאכען א לחיים אין אזא גרויסער טאג ווי היינט.
@גאלד, האסט נישט געכאפט די כוונה פינעם גרויסקייט פינעם היינטיגער טאג, און די נקודה איז דייקא לחסידי מהר''א וואס די פארופסט'ך אלס א רבי אהרן אנהענגער.
אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי די אלע תיקונים ברוחניות ובגשמיות בקרב הקהילה וואלט געקענט געטון ווערן ווען אינטער די פוס קומט פאר יעדן שני וחמישי א מחלוקה'לע דא דארט?
אזוי אז ס'ב''ה געווארען קהילות פאר זיך, און יעדער קען זיך ב''ה באפאסען מיט זיינע צרכי הקהילה וואקסט און בליהט ב''ה די כוחות בתוככי הקהילות קדושות אויף גאר א שיינער פארנעם
עס איז קיין שום בושה נישט פאר קיינעם פון די צוויי צדדים
פארשטאנען? נעם שוין ארויס א וואדקע און געמיר לחיים.
איינער האט מיר מעיר געווען אז נאך א עיקר גדול פינעם אי לאו האי יומא וואס סאטמאר האט בענעפירט וואס כ'האב פארגעסן אויסצורעכענען.
נעכטן איז אין די ישיבת קווינס שע''י הרבי ז''ל פארגעקומען א גרויסע אסיפה פון אלע בחורים, אינאיינעם מיטן רבין ווי דרשנים ומנהלים האבען בנוכחות האדמו''ר מרעיש געווען קעגן די טייערע שטריימלעך און ספענדערייען פון חתונות, און געווארענט בחומר הדין די מעקלער'ס פאר די שטריימעל סוחרים זאלען אפיאגען פון זייער אמט אדער פון די ישיבה, און א שפאגעל נייער צענטער גייט בעז''ה אריינקומען אין הארץ פון וויליאמסבורג לצורך פאר'ן צושטעלן ביליגע שטריימלעך ליוצאי הישיבה.
קען מיר איינער זאגען אי לאו האי יומא דקא גרים יום י''ח סיון, ווער וואלט זיך מרחם געווען על דמעת העשוקים די טויזענטער צובראכענע עלטערן וואס זיכען איינער זאל צולייגען א פלייצע צו זייער עול הפרנסה
וואויל פאר די ח''י סיון אז בזכותך האבען אידען אין די לעצטערע יארען זיך געשפארט שווערע מיליאנען בהוצאות החתונה.
שרייבער איבערן יום למחשבה
שרייבער
דער ברך משה האט איבערגענומען די ירושה פונעם פעטער מיט אלע מיני מענטשן ובכללם אזעלכע וואס האבן נאך געמאכט צרות פארן פעטער און ער האט זיך געמוזט מיט יעדן ספראווען
און דאס איז איינער פון די פאזיטיווע חלקים פון די סאטמארע חלוקה ביי צד מהר"א, אז די אלע אומפארגינערס זענען געבליבן ביים צד השני
אריין און 'ח"י סיון יום למחשבה' אשכול
ח"י סיון וועט נאך באשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אין היסטאריע פון כלל ישראל (נאר נאכדעם וואס די היינטיג פארטייען וועלן אינטערגיין און כלל ישראל וועט פארמאגן אוביעקטיווע היסטאריקער). ווען נישט ח"י סיון וואלט מען היינט אין סאטמאר גע'שחט'ן מענטשן לעבעדיגערהייט. בליט וואלט געווען ביליגער ווי בארשט. ווער געדענקט נישט די רציחות ממש קעגן קעגנער אין די נו"ן יארן, נישט איינמאל האט א יתום געכאפט מערדערליכע מכות פארן העזה פון גיין זאגן א קאפיטל תהלים אויפן טאטען'ס/מאמען'ס קבר? ווער געדענקט דען נישט די חוצפה'דיג דרושות מלא עזות מצח קעגן גדולי ישראל געזאגט דורך א אינגע ראש ישיבה? אני ואפסי איז געווען אויפן העכסטן שטאפל, ווער ווייסט (אדער אזוי ווי מען זאגט אין סאטמאר: ווייסט דער אייבישטער) ווי נידריג מען וואלט שוין היינט געווען, צו וועלכע רציחה'שע מדריגות מען וואלט זיך דערקייקלט ביז היינט אויב ווען נישט דער רבוש"ע האט ברוב רחמיו וחסדיו געמאכט 'ביזי' די אלע רוצחים און מחוצפים, גענדיגט די זמנים פון טרינקן בליט פון פריוואטע מענטשן בלויז פארן האבן די חוצפה פון קומען צום טאטענס קבר...
און נאך מיט א שמוץ אריבער! נישט נאר דאס ארגסטע האט זיך אפגעשטעלט נאר יעדער זיכט צו פארבעסערן ברחניות ובגשמיות, יעדער איז מודה אז דער צווייטער טוט גוטע זאכן (והא ראיה אז יעדער זאגט אז דאס וואס יענער מאכט תקנות, דאס וואס יענער מאכט בעסער זיין ישיבה, דאס וואז יענער פירט איין שיעורי תורה, וכו' דאס איז נאר ווייל זיי וילן אונז נאכמאכן) אשרינו שזכיני. (ווי אזוי האט מען געזאגט אין סאטמאר? חסדי השם כי לא תמני כי לא חלי רחמיו).
יע יארמאר רב האט עס שוין גלייך אנפאנג געזאגט "עס איז נאכנישט געווען א מחלוקת ביי כלל ישראל וואס האט געברענגט אזויפיל שלום בעולם ווי די מחלוקת ". זאלן זיי עס נאר אנהאלטן צו לאנגע געזונטע יארן.
ארויף געברענגט לכבוד יום הבהיר והנורא הבאה ומתקרב.