☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דער טשאלמער

דער טשאלמער

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6612

פארוואס? » זונטאג יוני 15, 2014 5:55 pm

· #206116
דער טשאלמער
איך גלייב אז יעדער איינער וואס האט שוין באגעגנט א ריכטיגער ירושלמ׳ער מבטן ומלידה, וועט מסכים זיין אז ער דיזערווט א ספעציעלע אשכול אין קאווע שטיבל. 
איך רעד נישט איבער יעדער חרדישער איד וואס וואוינט אין ירושלים, ווייל עס זענען דארטן פארהאן פארשידענע סארטן קהילות אין ירושלים, וועלכע האבן זיך דארט באזעצט הארט נאכן קריג, וואס האבן קיין שייכות נישט מיט אט דעם ארגינעלן ירושלמי. 
איך רעד איבער דער ירושלמי מבני היישוב הישן, (באקאנט אין ארץ ישראל אלס ״טשאלמערס״), וואס איז א אייז-קאלטע הארץ, און באטראכט זיך אלס דער קלוגסטער און ברייטסטער מענטש איבערן גלאב, כאטש וואס זיין וועלטל איז באמת זייער שמאל און מצומצם. 
מ׳רופט זיי ״סאברעס״, על שם זייער שטעכעדיגע שפראך, זיי פארשטייען נישט צו סענסיטיוועטי, זיי האבן נישט קיין גרעניצן וואס ווערט יא געזאגט, און וואס דארף ווערן צוריק געהאלטן. 
פאר איינער וואס קומט פון דער פרעמד, (ספעציעל אויב קומט ער פון די הונגארישע חדר), קען זיך דאכטן אז זיי האבן נישט קיין הארץ, געפיהלן שפילט נישט קיין ראלע. נישטא אזא מין זאך ווי בושה, מ׳טוהט וואס מ׳האלט פאר וויכטיג צו טוהן. נישטא אזא מין זאך ווי באלעבן א שמחה/אבילות, א חתונה/לוויה ווערט געפראוועט טעכניש, אהן אריינמישן פריוואטע געפיהלן. 
מיט זייערע אלע חסרונות, איז צומאל זיס זייער ארגינעלע הומאריסטישע סטייל, קלוגע רייד צוזאמגעמישט מיט סארקאסטישע ווערטלאך. 
זייער פשטות און צניעות איז צומאל נישט אזוי ווייט אידאלאגיש ווי פשוט אומ-ציוויליזירט. די ווילדע קנאים איז טאקע אן עקסטרעמע ווערסיע פון ירושלמ׳ער קאלטקייט, (מיטן זיך נישט רעכענען מיט געפיהלן און מיינונגען פון אנדערע), אבער איז נאך אלס בארעכטיגט צו ווערן אנגעקוקט אלס א רעזולטאט פונעם ירושלמיער קאלטור. 
ווי עס זעהט זיך אויס, איז עס געשעהן א דאנק די השפעה פון די אראבישע שכנים, וואס ווערט באטראכט אלס אזא סארט קאלטור. 

איחוד פעלד » זונטאג יוני 15, 2014 6:34 pm

· #206121
אן אלטער ווערטעל,

ווען זיי זענען יונג, זאגט מען ער איז אזוי זיס, ממש אויפצועסען....

ווען זיי ווערען עלטער זאגט מען, א שאד מ'האט זיי נישט אויפגעגעסען...

berlbalaguleh » זונטאג יוני 15, 2014 8:38 pm

· #206140
זיי כאפן נישט קיין התפעלות פון קיינעם און גארנישט. זיי טוען זייער זאך איון א יעדן מקום און מצב. אפילו מעלה גירה זיין אויפ'ן גאס. בלי שום בושה. די גמרא אין מס' קידושין רעדט שוין איבער דעים כאראקטער שטריך. צו וואס דאס איז גלייך. ס'זעהט אויס אז אין בבל איז דאמאלס נישט געוועהן קיין סאך מאנקיס, און א זאא (גן החיות) אויכעט נישט. ווייל די מאנקיס ווערן אויכעט נישט נתפעל אז די אידן קומען זיי וויזיטן חול המועד. זיי עסן ווייטער די שאקאלאד און באנאנעס. מיט דעם פאפיר און מיט די שאלאכץ.
די נטורי קארטלעך קומען טאקע פון זייערע ראנגען. חוץ ר' משה בער דר--ק, וועלכער איז אן אונגארישער. און ישראל דוד ווייס, וועלכער איז א בעל תשובה, פון קענזעס. וואס האט אלס יונגל געגעסן די טרייפענע מאכלים אין פאבליק סקול אין זיין היימשטאט. נאר שפעיטער, נאכ'ן ווערן א "באלטשיווע" האט ער אנגעטון א פלאטשיג'ס און געווארן "קנאי"... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 🙂 😢 😉 😮

פארוואס? » זונטאג יוני 15, 2014 9:05 pm

· #206148
berlbalaguleh

אוי וויי. פון דיינע שורות שרייען ארויס האס און שנאה. נישט דאס האב איך געמיינט.
יעדע קאלטור האט זיך זייערע קאדס און מנהגים, עס איז נישט מעגליך אמת׳דיג צו פארשטיין קוקנדיג מיט דרויסנדיגע גלעזער.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 15, 2014 9:46 pm

· #206157
ניין. איך האב ח"ו נישט קיין שום שנאה אויף קיין שום איד. די שאלה איז נאר אויב די יעניגע שטאמען מזרע ישראל. ס'גארנישט. אן אינגערישער אדער רומענישער גוי האט זיך אויכעט געקענט לאזן וואקסן א בארד און אנטון די שמונה בגדים. די הארץ איז אבער געבליבן א גוי'אישע הארץ. איינער וואס קען צוזעהן ווי די אראבער די שופכי דם ונואפים שטעלן זיך נישט אפ ביי גארנישט, און מ'חנפ'עט זיי. אדער פארן צו די דייטשע עמלקים די נאציס, ימ"ש זיך באקלאגן אויף די אייגענע אידישע ברידער. ווילסט מאכן אן הפגנה אקעיגן די ציונים, גיי אין פראנט פון כנסת און מאך אן הפגנה. און שריי ציונים וויפיל די ווילסט. אבער פאר נישט צו די נאציס, ימ"ש זיכן הילף אקעיגן דיינע אייגענע ברידער. און זיי זענען דיינע ברידער צו דו ווילסט יא צו נישט. א חוץ אויב דו ביסט נישט מזרע ישראל. דאמאלס ביזסטו גערעכט... 😈 😈 😈 😈 😈 😈 😢 😞 😮

פארוואס? » זונטאג יוני 15, 2014 10:00 pm

· #206160
לאמיר קלאר שטעלן אז די נטורי קרתא איז נאר א קליין פראקציע אינעם ברייטן טשאלמער קאלטור.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 15, 2014 10:05 pm

· #206162
פארוואס?
לאמיר קלאר שטעלן אז די נטורי קרתא איז נאר א קליין פראקציע אינעם ברייטן טשאלמער קאלטור.

אין הכי נמי. די ירושלימ'ער אידן זענען זיסע אידן. מתוק מדבש. ולא על הכלל כולו יצא... 😂 😃 🙂 😉 😮

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 16, 2014 12:07 am

· #206181
למעשה גלייך איך זייער אפנקייט, קאלטקייט אבער פריינטליכקייט, רואיגקייט, אין הכי נמי אז צומאל קען מען נישט פארנעמען די פארביסענע סאברעס. אבער זיי האבן פארט א געוויסע חן אין מיינע אויגן.

מיך גייט נישט אן אז צומאל ווער איך צוהאקט אינמיטן וואקן אויף די ביזי גאולה גאס, ווי איידער זיך דארפן אנטשולדיגן און זאגן סארי ווי פאר א קליין בעבי.

ידידינו נולד מאוחר האט שוין אמאל געשריבן דאס.

פארוואס? » דינסטאג יוני 17, 2014 8:55 am

· #206367
עס הערט זיך דא ווי כאילו אלע ירושלמי'ער זענען ווילדע קנאים. אינדערצייט וואס איך מיין איז ווייט פון די אמת.
נעם א משל "קהל עדת ירושלים" באקאנט אלס "מתמידים", וואס ווערט געפיהרט אונטער הרב לייבל מינצבערג שליט"א (איז ער שוין געווארן אמאל ארומגעשמועסט דא?).

ראש הישיבה » דינסטאג יוני 17, 2014 11:28 am

· #206394
די ירושלמיס זענען שטארק מיט הכנסת אורחים. שבת נאכן דאווענען אין יעדן שוהל זיך דרייען און פרעגן בחורים און געסט אויב זיי האבן ווי צו עסן. משא"כ די ב"ב, זיי זענען נישט געסט פרענדלי.
אזי אויך אין גאס ןןעלן מענטשן דיר איינליידענען אין ירושלים.

כוכב » דינסטאג יוני 17, 2014 12:09 pm

· #206400
[ציטאט אראפגענומען]

לויט די בריוון געדרוקט אין גנזים ושו"ת חזו"א האט ער יא געקענט באשטיין אנצונעמען די רבנות נאר האט נישט געוואלט פסקענען דיני ממונות.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 17, 2014 12:22 pm

· #206409
פארוואס?
עס הערט זיך דא ווי כאילו אלע ירושלמי'ער זענען ווילדע קנאים. אינדערצייט וואס איך מיין איז ווייט פון די אמת.
נעם א משל "קהל עדת ירושלים" באקאנט אלס "מתמידים", וואס ווערט געפיהרט אונטער הרב לייבל מינצבערג שליט"א (איז ער שוין געווארן אמאל ארומגעשמועסט דא?).

אפשר דא נישט. אבער איך האב געליינט (ערגעץ?( א ברייטע און שיינע באשרייבונג איבער ר' לייבל מינצבערג און זיין טאטוע, ז"ל, דער מייסד פונ'ם מוסד "קהל מתמידים", אנשי ירושלים... 😕 😎 🙂 😉 😮

איך אויך » דינסטאג יוני 17, 2014 6:18 pm

· #206510
ראש הישיבה
די ירושלמיס זענען שטארק מיט הכנסת אורחים. שבת נאכן דאווענען אין יעדן שוהל זיך דרייען און פרעגן בחורים און געסט אויב זיי האבן ווי צו עסן. משא"כ די ב"ב, זיי זענען נישט געסט פרענדלי.
אזי אויך אין גאס ןןעלן מענטשן דיר איינליידענען אין ירושלים.

מיין עקספירענץ איז אז די בני ברקער זענען אסאך ווארימער אבער שטייטזעך עס איז איבעראל דא יוצאי מן הכלל.

ונבנתה העיר » דינסטאג יוני 17, 2014 11:00 pm

· #206556
[ציטאט אראפגענומען]

אין מיין עקספיריענס זענען ביידע נאריש און פלאטשיג.

יא, אין די מצומצם'דיגע גרעניצן פון זייער אינפארמאציע, נושאים וואס פארנעמען דעם אויבנאן ביי די קופקעס, וכו' וכו' קענען זיי זיין קלוג, אבער אין די ביג פיקטשער האבן זיי א קינדישער מהלך המחשבה.

לכאורה איז די סיבה דערצו די סביבה אין וועלכע זיי וואקסן אויף, וואו מען זעהט נישט און הערט נישט קיין סאך פון די גרויסע וועלט, אלעס קאכט זיך ארום די קלייניקייטן פון זייער ד' אמות, און ע"פ נסיוני האבן זיי אליין א געוויסע ביטול צו יעדן חו"ל'דיגן כאילו יענער איז קלוג און א מוצלח בעצם ביי דיפאלט.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 17, 2014 11:05 pm

· #206557
ראש הישיבה
די ירושלמיס זענען שטארק מיט הכנסת אורחים. שבת נאכן דאווענען אין יעדן שוהל זיך דרייען און פרעגן בחורים און געסט אויב זיי האבן ווי צו עסן. משא"כ די ב"ב, זיי זענען נישט געסט פרענדלי.
אזי אויך אין גאס ןןעלן מענטשן דיר איינליידענען אין ירושלים.

אפילו יאסיר אראפאט'ס בעסטע חבר הרב משה הירש זכותו יגון עלינו, דער מיניסטער פאר אידישע אנגעלעיגנהייטן אין די פאלעסטינער רעגירונג פונ'ם רייס ירום ראשו, איז אויכעט געוועין א גרויסער בעל מכניס אורח אין ירושלים. אזוי האט מען געשמועסט אז ביי איהם האטציך געדרייט כל צרוע וכל זב וכל טמא לנפש. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק. און אפילו משוגעים און צודרייטע ברואים אויכעט... 😕 😎 😂 🙄 😛 😳 😉 😮

zurich » דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:46 pm

· #206949
יא יא די גרויסע בהמות די ישראלים האבן שוין געהאט וואטץעפפ פאר די אמעריקאנער חכמים.

petergrifin » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:19 pm

· #206999
דו האסט אפשר פײער? א ציגעראטעל אפשר אויך?

zurich » פרייטאג יוני 20, 2014 3:33 am

· #207070
petergrifin
דו האסט אפשר פײער? א ציגעראטעל אפשר אויך?
אדער גייען זיי צו צי איינעם זאג נאר האסט פארלוירן דיין בערזל? ניין ענטפערט יענער, ווער זאגט כאפ א בליק אין זאג מיר צו דו האסט עס טאקע נישט פארלוירן...
יענער נאר נעמט טאקע ארויס זיין בערזל צו טשעקן אין די טשאלמער געט זיך א רוף אן אה איך זעה דו האסט עפעס געלט דארט אפשר געסטו מיר אביסל צדקה

בר דעת » פרייטאג יוני 20, 2014 1:49 pm

· #207196
אסאך מביני דבר טענה'ן אז אסאך טשאלמערס שטאמען פון געמישטע הייראטן מיט אראבערס, אנדערש שטימט נישט וויאזוי אונגארישע קינדער ווערן אזוי שנעל אזוי פארפינסטערט.