☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואלט דען נישט געווען בעסער ווען מען לערנט עס יא?

וואלט דען נישט געווען בעסער ווען מען לערנט עס יא?

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6611

מצטמק ויפה » זונטאג יוני 15, 2014 1:16 am

· #205983
וואלט דען נישט געווען בעסער ווען מען לערנט עס יא?
אין די מאמענט די פארגאנגענע וואך איז דא א ארטיקל וועגן ישיבת "אדרת אליהו" סטאנצירט אין אלט שטאט ירושלים. די חידוש פון דער ישיבה איז, אז זיי לערנען אויף די מהלך פון חז"ל מקרא משנה גמרא אויפן סדר, און עס קומט אויס אז ביז די צען לערנט מען נאר תנ"ך, און דערנאך משניות, און הערשט ביי די פיפצען הייבט מען אן גמרא רש"י. אן אריינגיין צו די מהלך איז ריכטיג אדער נישט, וויל איך זיך באציען צו א קליין שטיקל פונעם ארטיקל וואס האט געכאפט מיין אויג, און דארף אביסעל מחשבה.

דער שרייבער אזוי רעדנדיג מיט דעם ראש הישיבה פרעגט אן אז אויב לערנט מען תנ"ך על הסדר, וואס טוט מען ווען מען קומט צו א פסוק וכדו' וואס איז נישט געאייגנט פאר קינדער, לערנט מען עס אויך אדער לאזט מען עס אויס? די תירוץ ליינט זיך ווי פאלגענד:

"מיר האבן אנגעפרעגט דערוועגן ביי הגאון רבי יוסף שלום אלישוב זצ"ל און ער האט גע'פסק'נט אז מיר זאלן נישט אויסלאזן יענע פרשיות, זאגט ר' יום טוב. " מיר האבן אויך געוואלט פרעגן דעם דעת תורה פונעם סטייפלער גאון, אבער מ'האט דעמאלט נישט געקענט צו אים צוקומען. זענען מיר געגאנגען פרעגן זיין זון, הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א, וועמענס תשובה איז געווען: 'איך האב מיט מיינע קינדער געלערנט אלעס.' דאס איז געווען אונזער הדרכה, און אזוי פירן מיר זיך דא למעשה. דברי תורה, "ווייזט ער אן אויף די ווערטער פון חז"ל, "זענען נישט מקבל טומאה. עס האט קיינעם נאכנישט געשאדט. מיר האבן עס דורך געמאכט בשלום," פירט ער אויס מיט א שמייכל. "פון דברי תורה קומט קיין שלעכטס נישט ארויס. שלעכט איז, ווען די קינדער רעדן וועגן די ענינים ציווישן זיך. אויב באקענט מען זיך דערמיט דורך דער תורה, קומט פון דעם קייו בייז נישט ארויס." ע"כ

עס איז נישט קיין סוד אז ביי אונז אין די מוסדות איז דאס א אפגעפרעגטע זאך, און מען לאזט אויס יעדע זאך וואס האט די מינדעסטע שייכות לאותו מקום..., און פארשטייט זיך תשמיש המטה מיינט עפעס ווי מאכן די בעט אדער ענליך ( יא יא דאס איז איינע פון די חיובים פון פרוי צום מאן...) און אפילו מיט עלטערע בחורים לערנט מען נישט די זאכן, ( א שטייגער ווי די ערשטע פאר בלאט אין כתובות). פון וואו דאס שטאמט ווייס איך נישט, אדרבה אויב איינער קען אפירברענגען הוראות פון גדולים איבער די נושא, אבער למעשה אזוי איז איינגעפירט ביי אלע מוסדות אן א אויסנאם.

די שאלה גייט פארוואס איז דאס אזוי? וואס איז פשט דערפון? וואס איז די לאגיק וואס ליגט אונטער דעם?
ווען דאס איז א זאך וואס מ'קען באהאלטען פון אונזערע קינדער עד יבאו יומו, און ביז דאן וועט ער סייווי נישט וויסען, דאן הער איך, פארוואס סתם איהם מבלבל זיין, זיין יונגע מוח'ל? אבער למעשה איז דאס א פאקט און א מציאות, עס איז א זאך וואס איז אריינגעבויט אונעם גוף. און אפילו וועסט טרעפן דעם הייליגע בחור וואס קומט נישט צו קיין הוצאות זרע דורך זיינע שמח בחור בילדותיך יאר'ן, וועסטו אבער נישט טרעפן דעם בחור וואס קומט נישט צו קיין קישו אבר. נו אויב איז דאס א זאך וואס ער גייט סייווי וויסען, און סייווי שטודירן און וועלן פארשטיין, איז פארוואס זאל ער נישט וויסן פונקטלעך און וואס ער גייט אריין? וואס מעג מען יא און וואס נישט? וואס איז א חומרא און וואס איז מדינא? וואלטען מיר דען נישט געהאט אונזער בחור'ישע יאר'ן סאך גרינגער און רואיגער ווען מען ווייסט וואס, ווען, וואו? און נישט סתם מאכן א בער, וואלף, לייב, פון די גאנצע זאך.

איך קום נישט דא זאגן אז מען זאל דעם בחור'ל זאגן ברחל בתך אלעס וואס מען טוט אין בעט מיט די אשת חיל, אבער וויפיהל עס איז איהם נוגע פארוואס זאל ער נישט וויסען? און די גרינגסטע וועג דאס צו טוען איז דורך די תורה וואס מען לערנט. זאגן פונקטלעך וואס הוצאת זרע איז. וויאזוי דאס געשעהט, און אז קישו אבר איז טאקע א פראבלעם לפי דעם תפארת שלמה, אבער נישט מער ווי דעם, און עס איז נישט עק וועלט. און אפילו די טיפות קטנות איז אויך נישט קיין איסור נאר על פי קבלה דארף מען אכטונג געבן, וכו' וכו' מסביר זיין און וואס דער קליינער בחור גייט אריין.

איינמאל דער בחור האט די אינפארמעישן וואלט ער צוגעגאנגען צו די נושא אסאך לייכטער און גרינגער ער וואלט געוויסט וואס איז נארמאל עס זאל פאסירן און וואס נישט, וואס איז אסור און וואס נישט.


אויב די הנהלה שפירט אז דאס קען גיין מלפנים קענען זיי דאס גערן אריבערפירן.

יואב » זונטאג יוני 15, 2014 2:57 am

· #206005
גראדע היינט געליינט יענעם ארטיקל, און שטארק אנטציקט געווארן פון יענעם סיסטעמאטישן מהלך הלימוד. ס׳האט דערשלאגן מיינע געוויסן אזש ביז קינאה.

כ׳האב לאו דוקא געשפירט אזא קנאת סופרים סטיל דזשעלעסי, ווי געקלערט צו מיר אליינס: ״ סעקולערע עדוקעישן האב איך באקומען א פייג, האט איך אבער אנשטאט למודי חול ערהאלטן למודי קודש? מיי גוד?נעס״. זאל איך מיך כאטש ביי דעם אכצן יאר טרעפן מיט׳ן אשרי מי שבא לכאן, ווייס איך -- צו ברצון אדער אונס -- האב איך עפעס כאטש קונה געוועזן, אויסער אקער׳ס אינפארמאטיווע קאלערינג ביכער, און אן ענדלאזע שאפע מוסר ספרים.

די איינציגסטע נקודה וואו כ׳האב געשפירט אזא ״גיוו מי א ברעיק״ סקרוך, איז דאס טראגן תפילין דורכאויס דעם גאנצן טאג.

כ׳האב גראדע הנאה געהאט פון דער ליניע: ״תורה איז נישט עפעס וואס איז מקבל טומאה״.

לגבי דיין שאלה, האט מען שוין מערערע מאל ערווענט אזאנע צו ענליכע שאלות צווישן די שפאלטנעס פון דער אנוסים בונקער דא. ס׳בלייבט מילא ביים אלטן. לאגיק צוזאמען מיט׳ן מציאות גאלאפירן אויף איין וועג, און דער סיסטעם שפאנט אויף זיין אומאויסגעפלאסטערטן פארקאקטן מהלך -- פערצופאל גענוי אויף דער פארקערטער זייט. און ווער זאל אפהאלטן זיין געפארפולען גאלאפ.

ניטאמאל קען מען זאגן אז דער סיסטעם אנשטאט שפאנען אויף פאראויס, לויפט ער צוריק. ווארום גיין אין פיסטריט פון דעם גליקליכן אמאל, איז אויך עפעס וואס איז מאדערן. למשל לערנען אלצדינג מיט די קינדער, אדער אפענע אמונה. נייע זאכן זאגט מען ״חדש אסור מן התורה״, און פארשלאגן איבער מעגליכע פארשריט ווערן באטראכט ווי ״גזירות״. אכשר דרא׳רייען מאידך גיסא קען יא פארזעצן, איי ס׳איז אמאל נישט געוועזן? פיין, אבער: ״ס׳איז אמאל נישט געווען נוגע, שטערקערע מוחות, שוואכערע צייטן, נישטא די צדיקים, ס׳איז דאן געוועזן קיין ברירה, וכהנה וכהנה״.

הקיצור, הדור ריק, אין בו שכל. שכל אין בו, אבל בולשיט ושיגעון יש בו.

שמעקעדיג » זונטאג יוני 15, 2014 3:09 am

· #206007
איך האב אויך געלייענט דעם ארטיקל, שטארק הנאה געהאט און אנטציקט געווארן, און געוואלט שרייבן דערוועגן. איך האף מארגן מער מאריך זיין בדיבור.

איך מיין מען וועט עס ארויסטראגן מלפני הפרגוד. וואס זאגט דער עולם?

איך אויך » זונטאג יוני 15, 2014 11:40 am

· #206034
דערמאנסט מיר ,פאראיאר בין איך געווען אויף א פלייט פון א''י און אונטער מיר זענען געזעצן צוויי ליטווישע ישיבה בחורים וואס זענען האלב פלייט געווען פארטיפט אין די פונקטליכע הגדרה פון בעילת זנות. איך זאג אייך זיי האבען מינימום טויזענט מאל געזאגט די ווערטער בעילה און בעילת זנות.

עס איז מיר געלעגן אויפן שפיץ צינג זיי צו בעטען שאט די בעילה אופ אבער איך האב דאך נישט קיין הארץ צו שטערן אידן פון לערנען.

מאטי » זונטאג יוני 15, 2014 11:48 am

· #206036
דאס איז דאך מרפסין איגרא! וואס זאגט דאס צום אטענטישקייט פון אונזער רעליגיע, וואס האט זיך מעניפעסטירט אזוי, אז געוויסע חלקים פון תורה קען נישט געלערנט ווערן מיט אונזער קינדער, ווייל ס'שאט!
הייסט מיר פארשטייען בעסער ווי גאט ווי אזוי זיך אויפצופירן. איז דען נישט אזא רעליגיע מופרך ביי איר דעפיניציע.

אפטעמיסט » זונטאג יוני 15, 2014 11:55 am

· #206039
ניין, @מאטי. טאקע וויבאלד אידישקייט האט א ווארט אויף יעדע אספעקט אין לעבן, קען מען נישט אלס לערנען מיט קינדער. איך ווייס נישט אויף ווי ווייט, אבער קינדער דארפן נישט לערנען וועגן פתח פתוח און בעילה דרך איברים, און קינדער דארפן נישט וויסן וועגן דעם מקור און האבן כניסה אין מאחורי.
קען זיין מ'דארף נישט ווילד ווערן יעדעס מאל מ'שטויסט זיך אן אין דאס ווארט "נדה", אבער לערנען אלעס מיט קינדער האט נישט קיין פשט, לעניית דעתי הקלושה.

מאטי » זונטאג יוני 15, 2014 12:08 pm

· #206042
און ביי מתן תורה האט דאס יא געהאט פשט? אויב האט דאס א ווארט אין א יעדן עספעקט פון לעבן, פארוואס ווערט נישט דערמאנט א ווארט ערגעץ אין חז"ל אז מ'זאל באהאלטן חלקים פון די תורה פאר אומערוואקסענע.

אפטעמיסט » זונטאג יוני 15, 2014 12:25 pm

· #206047
ווייל ס'איז זעלבסט פארשטענדליך

שרייבער » זונטאג יוני 15, 2014 12:45 pm

· #206052
אפטעמיסט
ניין, @מאטי. טאקע וויבאלד אידישקייט האט א ווארט אויף יעדע אספעקט אין לעבן, קען מען נישט אלס לערנען מיט קינדער. איך ווייס נישט אויף ווי ווייט, אבער קינדער דארפן נישט לערנען וועגן פתח פתוח און בעילה דרך איברים, און קינדער דארפן נישט וויסן וועגן דעם מקור און האבן כניסה אין מאחורי.
קען זיין מ'דארף נישט ווילד ווערן יעדעס מאל מ'שטויסט זיך אן אין דאס ווארט "נדה", אבער לערנען אלעס מיט קינדער האט נישט קיין פשט, לעניית דעתי הקלושה.

ס'ליגט מיר אין קאפ אויף איינער פון פריערדיגע צדיקים וואס מען האט געזאגט אויף אים אז ער האט דורכגעלערנט גאנץ ש"ס אלס בחור חוץ די סוגיא פון פתח פתוח (געליינט אין ביכל בעפאר די אכשר דרא עפאכע, היינט וואלט מען דאס נישט געשריבן)

מאטי » זונטאג יוני 15, 2014 12:57 pm

· #206055
אפטעמיסט
ווייל ס'איז זעלבסט פארשטענדליך

דו רעדטס'ט מיר שוין ווי א מאדערן ארטאדאקס.

אי איתמר » זונטאג יוני 15, 2014 1:55 pm

· #206060
-

שמעקעדיג » זונטאג יוני 15, 2014 2:03 pm

· #206061
אי איתמר... ביטע, אביסל איידעלער אויף די הייליגע תורה! להבדיל בין קודש ל...

מבקר » זונטאג יוני 15, 2014 2:36 pm

· #206066

אי איתמר » זונטאג יוני 15, 2014 2:45 pm

· #206068
-

פארוואס? » זונטאג יוני 15, 2014 3:10 pm

· #206074
אפגעזעהן צו דברי-תורה זענען יא אדער נישט מקבל טומאה, בין איך ביי די מיינונג, אז עס ווענדט זיך ווי אזוי מען לערנט.
אויב דער לערנער איז מער אן אויבערפלעכליכער, (צו מטבעו אדער מחינוכו), וועט ער גלייך ביים אנפאנג פון סוגיית פתח פתוח הייס ווערן וכו׳.
משא״כ ווען דער לערנער איז מער גרונטליך, ער טוהט אריין זיין קאפ אין די טיארעטישע געדאנקען פונעם נושא, פארשטייט אפילו נישט וואס דער פראבלעם באדארף צו זיין.

לית דין בר נש » זונטאג יוני 15, 2014 3:13 pm

· #206075
מבקר

אונז נעמען נישט קיין מהלך ווי אזוי צוצוגיין צו דעם, פון דער גוי!

פארוואס? » זונטאג יוני 15, 2014 3:29 pm

· #206078
לית דין בר נש
מבקר

אונז נעמען נישט קיין מהלך ווי אזוי צוצוגיין צו דעם, פון דער גוי!

גם אני מצטרף, איך בין מוחה קעגן די וואס טוהן זיך אן ווי דער פארצייטישער אייראפעישער גוי, און רעדן זיין שפראך (אלטע דויטש).

berlbalaguleh » זונטאג יוני 15, 2014 5:55 pm

· #206115
פארוואס?
לית דין בר נש
מבקר

אונז נעמען נישט קיין מהלך ווי אזוי צוצוגיין צו דעם, פון דער גוי!

גם אני מצטרף, איך בין מוחה קעגן די וואס טוהן זיך אן ווי דער פארצייטישער אייראפעישער גוי, און רעדן זיין שפראך (אלטע דויטש).

דו ביסט גערעכט. שטריימל און בעקיטשע און ווייסע זאקן (אפילו שווארצע) איז אלעס גענומען פונ'ם אלטן אייראפע'אישן גוי. אשר על כן זאללן חסיד'ישע אידן זיך אנטון ווי די היינטיגע גויים. מיט צוריסענע, גע'בליעטשטע דזשינס (וואס דער אריגינאלער מחבר דערפון איז געוועין א יעקישער איד). און א קאלירטן (מיט א ווייסן גייען שוין ב"ה די היינטיגע אכשר-דרא'דיגע אינגעלייט.) טי שוירט מיט פארשידענע אויפשריפטן און בילדער. און שפיציגע , ברוינע שיך. לגבי די שפראך, איז טאקע א פראבלעים. עברית טאר מען דאך נישט רעדן. ס'דאך השפה הטמאה שבדו הציונים הטמאים מליבם הטמא, ר"ל. אידיש איז דאך דייטש וואס אלטע גויים האבן גערעדט. ע"כ מיז מען נאר רעדן אונגאריש. מיט טשינאאלס. האדי וואדי. קעסענעם סעיפען טשאקאלאם. איגען. 😕 😂 🙄 😠 😛 😳 😃 🙂 😉 😮

אני-הק' » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 10:21 pm

· #481096
מצטמק ויפה
א פאקט און א מציאות, עס איז א זאך וואס איז אריינגעבויט אונעם גוף. און אפילו וועסט טרעפן דעם הייליגע בחור וואס קומט נישט צו קיין הוצאות זרע דורך זיינע שמח בחור בילדותיך יאר'ן, וועסטו אבער נישט טרעפן דעם בחור וואס קומט נישט צו קיין קישו אבר. נו אויב איז דאס א זאך וואס ער גייט סייווי וויסען, און סייווי שטודירן און וועלן פארשטיין, איז פארוואס זאל ער נישט וויסן פונקטלעך און וואס ער גייט אריין? וואס מעג מען יא און וואס נישט? וואס איז א חומרא און וואס איז מדינא? וואלטען מיר דען נישט געהאט אונזער בחור'ישע יאר'ן סאך גרינגער און רואיגער ווען מען ווייסט וואס, ווען, וואו? און נישט סתם מאכן א בער, וואלף, לייב, פון די גאנצע זאך.
איך קום נישט דא זאגן אז מען זאל דעם בחור'ל זאגן ברחל בתך אלעס וואס מען טוט אין בעט מיט די אשת חיל, אבער וויפיהל עס איז איהם נוגע פארוואס זאל ער נישט וויסען? און די גרינגסטע וועג דאס צו טוען איז דורך די תורה וואס מען לערנט. זאגן פונקטלעך וואס הוצאת זרע איז. וויאזוי דאס געשעהט, און אז קישו אבר איז טאקע א פראבלעם לפי דעם תפארת שלמה, אבער נישט מער ווי דעם, און עס איז נישט עק וועלט. און אפילו די טיפות קטנות איז אויך נישט קיין איסור נאר על פי קבלה דארף מען אכטונג געבן, וכו' וכו' מסביר זיין און וואס דער קליינער בחור גייט אריין.
איינמאל דער בחור האט די אינפארמעישן וואלט ער צוגעגאנגען צו די נושא אסאך לייכטער און גרינגער ער וואלט געוויסט וואס איז נארמאל עס זאל פאסירן און וואס נישט, וואס איז אסור און וואס נישט.

איך וויל עכט וויסן, אלס בחור פלעגסטו מאכן קישוי אבר?
השאר נמחק.

טמיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 10:24 pm

· #481097
Re: וואלט דען נישט געווען בעסער ווען מען לערנט עס יא?
איך האב עס קיינמאל געטון אז בחור במזיד. איינמאל געדענק איך בשוגג (און דאס איז געווען די ערשטע מאל איך האב געכאפט די ענין), בערך ביי די זעכצן, איך האב געלערנט פלייסיג אליין אין ביהמ"ד און זיך געריבן די טיש, אזוי לאנג ביז עס איז געשען די עקסידענט

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 10:36 pm

· #481099
מצטמק ויפה: (אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל.) ס'איז דא נאך טעמים פארוואס מ'לערנט נישט קיין נ"ך אויף א סדר אין די ישיבות. ווייל למשל וואס קען די רבי אין חדר זאגן פאר זיינע תלמידים ווען זיי לערנען, ספעציעל אין ספר מלכים איבער די פארשידענע זאכן וואס יחידים און גרופס פון אידן האבן אלץ אנגעשטעלט. זיי קענען קומען מיט טענות... עטץ ווילטץ אז אונז זאללן מיר זיין ערליך און וואויל. קוק וואס אונזערע עלטערן האבן אנגעשטעלט. ווי דינען עבודה זרה און אנדערע נישט איידעלע זאכן... (אמנון ותמר.)..!

איז בעסער אז מ'פארדרייט דעם שמועס מיט שנים אוחזין, אלו מציאות און שור שנגח את הפרה...!

נחום אישגמזו » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 5:47 pm

· #483098
איך לעב אין אלט שטאט ירושלים אין איך האב א בחור וואס איז אין אדרת אליהו, פון חדר צו ישיבה גדולה.

סאיז מיר שווער צו שרייבן אויף אידיש מער פון צוואנציג יאר וואס איך רעד אין שרייבט נישט.

סופו של דבר כל ילד שעובר שם גם בינוני מאוד יודע את כל התנך ומשניות וכמה מסכתות שקלא וטריא וריף

יש יראת שמים מאוד בסיסי ואהבת השם וצפייה למשיח

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:22 pm

· #483108
נחום אישגמזו: התשובה היא פשוטה. לדעתי הסיבה העיקרית שלא לומדים את ההיסטוריה המקורית של התנ"ך בחיידרים של פלג החרדים טמון באי-התמצאות של 90% מהמורים (רעבעס) בהיסטוריה. וכשהילדים יקשו הרבה קושיות על התנהגות של אבותינו בארצם לא יהיה להם מענה...! אז מעדיפים שלא ללמוד ...!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:34 pm

· #483110
ס׳איז א נארישקייט פאר איינער וואס פארכט זיך פון אפיקורסת (aka ביקורת המקרא) צו לערנען נ״ך, פריער אדער שפעטער וועט מען סייווי מוזן צוקומען צום תירוץ אז מ׳פרעגט נישט קיין קשיות איז why bother? וואס איז די פוינט פון לערנען נ״ך, פרעגן קשיות, ענטפערן תירוצים אויף די קשיות, פרעגן קשיות אויף די תירוצים אויף די קשיות, ענטפערן תירוצים אויף די קשיות אויף די תירוצים אויף די קשיות, און הערשט ווען מ׳קומט צו צו די קשיות אויף די תירוצים אויף די קשיות אויף די תירוצים אויף די קשיות דאן שרייט מען אפיקורסת און מ׳טאר זיך נישט האלטן קלוגער און מ׳פרעגט נישט קיין קשיות, מ׳קען עס דאך זאגן גלייך פון אנפאנג און זיך שפארן די גאנצע מיה?

צפור בודד » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:44 am

· #483142
קאם אן. מ'קען לערנען תנ"ך אויף פילצאליגע מדרגות. א ידען אין תנ"ך וואס וויל זיך נישט ספראווען מיט והכנעני אז בארץ אדער די צוויי ווערסיעס פון, לדוגמא, מיתת שאול איז נאך אלץ פיל בעסער ווי דער תלמוד חכם וואס ווייסט אפילו נישט אז דער פסוק דערציילט אז שלמה המלך האט געדינט ע"ז.

פארואס נישט » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 12:39 pm

· #483146
ס'נישט א נייע זאך אז מ'לערענט נישט די אלע זאכן, אינדערהיים זענען געווען מקומות ווי מען האט יא געלערענט און מקומות װי מ'האט נישט געלערנט.

נחום אישגמזו » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:19 pm

· #483252
הטענה שלך לא ללמוד תנך כי אז שואלים שאלות וממה נפשך מה התועלת בזה לוקה באד הומינום . ואסביר.

א) הנסיון מלמד שמי שמלמד תנך בחדרים הילדים והבוגרים יש להם מטען רוחני ובסיס איתן ליהדות

ב) עצם טענתך , לימוד תנך לא מביאה בהכרח לביקורת המקרא יש שוני בין פון א קאשע שטארבט מען נישט לבין לאמץ מתודה מפורכת של ביקורת המקרא ומעבר לכך מי שלומד תנך ורואה את הנבואה שהתקיימה ומתקיימת והאמת שבה מסרב לקבל שזה לא תורה מן השמים
ובכלל לא מפחדים מהשאלות והכל כבר חזל שאלו ודשו בה ואנחנו משוכנעים לא רק באמונה על על פי השכל הישר שהתורה אמת ונכון שיש שאלות אבל לצטט את דיויד יום שנס הןא בהגדרה שההפרכה שלו יותר אבסורדית מהנס אז לענינו מי שלומד וחי תנך רואה את השאלות ושוקל את הדברים ומגיע למסקנה שבכל זאת זו האמת ויש שאלות שלא הכל יודעים.

עובדתית אין כמעט יוצאים בשאלה מהזילברמן כבר למדו אלפי ילדים ואפשר לספור על האצבע המתפקרים

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:36 am

· #483317
נחום אישגמזו: איך גיי דיר ענטפערן אין אידיש ווייל דא איז א אידיש בלאג. און איך גיי נישט מאנאפאלירן און מאניפולירן דעם בלאג אלס א פריוואטער שמועס מיט א יחיד. דאס איז דאך אחרי ככלות הכול געעווען דיין מטרה מיט זיך איינשרייבן דא אין קאווע שטיבל.
די בענעפיטן פון יא לערנען תנ"ך מיט קליינע (און גרעסערע) קינדער ווערן אפגעווישט לעומת די ריזק פון די קינדער באקומען די נישט ריכטיגע מעסעדזש. און זיי וועללן פרעגן א סאך קשיות וואס די רעבעס וועללן נישט קענען פארענטפערן...! ממילא איז דאך בעסער אז מ'לערנט נישט קיין תנ"ך אין די יונגערע יארן...אויסער געוויסע שטיקלעך אין ספר יהושע. וואו ס'ווערט וואונדערליך דערציילט די היסטאריע פון וויאזוי די אידן זענען אריינגעגאנגען אין ארץ ישראל און זיי האבן באזעצט און אויפגעבויעט דאס לאנד...! און די מלחמות וואס זיי האבן געפיהרט...!

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 2:38 am

· #483328
אזוי צו אזוי, ס׳דא מענטשן וואס האבן אן ענין סתם צו האבן ידיעות אין קאפ, פאר זיי איז טאקע דא אן ענין צו לערנען נ״ך מיט די אפאלאגעטישע תירוצים פון חז״ל און מלבי״ם. מיין פראבלעם מיט דעם מהלך הלימוד איז אבער אז איך בין נישט אינטערעסירט אין סתם האבן ידיעות אין קאפ אנעם זוכן דעם אמת, דערפאר קוק איך אן די גאנצע אפאלאגעטישע נ״ך געלערנאכטס ווי א לצנות. נאכדערצו ווען די חברה ווילן זיך קומען אויפטוהן אז זיי זענען גאר די ״אריגינעלע״ און זוכן דעם ״אמת״, פארקויפטס א צווייטן באבקעס. פונעם קוק-ווינקעל פון ״אמת״ טוען אלגעמיינע חרדים די מערסטע צום זאך, זיי גלייבן נישט אין נ״ך און זיי לערנען עס טאקע נישט און פערטיג, מ׳דארף נישט גיין אריינקוועטשן בעלאוני אין ספרים אין וואס מ׳וויל נישט אננעמען וואס שטייט ווען מ׳קען עס איגנארירן מעיקרא און לערנען ספרים אין וואס מ׳גלייבט יא. ווער ס׳וויל דווקא יא לערנען סתם פאר די ידיעות אדער ווייל ער גלייבט יא אז די מחברי התנ״ך האבן געוואוסט וואס זיי שרייבן קען רואיג גיין צום ספרים שאפע און לערנען, און ווילאנג ער פארקויפט נישט זיינע ״אפיקורסישע״ מיינונגען פאר די וואס ווילן עס נישט הערן וועט איהם קיינער גארנישט טוהן. פונעם נקודת הנחה אז מ׳זוכט זיך נישט צו פארקרומען דעם שכל מיט איררעלעוואנטע לימודים איז בעסער אז מ׳לערנט נישט נ״ך, דעטס אלל. און אפפארן פון אידישן וועג האט נישט קיין שייכות אהער, ווער ס׳וויל אפפארן פארט ממילא אפ און די זעלבע פארקערט.

שמעון וואלף » דינסטאג אקטאבער 25, 2022 12:21 am

· #510622
כל נדרי נאכט אין בית מדרש הער איך איך ווי ראובן פרעגט זיין שכן: די לאזט דיין בחור זאגן תפילת זכה? "ביי אונז האבן בחורים נישט געזאגט", פירט ער אויס.

א פרישע מעשה

קידוש » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 8:26 am

· #512024
שמעון וואלף
כל נדרי נאכט אין בית מדרש הער איך איך ווי ראובן פרעגט זיין שכן: די לאזט דיין בחור זאגן תפילת זכה? "ביי אונז האבן בחורים נישט געזאגט", פירט ער אויס.

א פרישע מעשה
אין סקווירא אין נאך אנדערע חסידות איז דאס אן אפציעלע מנהיג אז בחורים זאגען נישט תפילות זכה

חדשים » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 9:29 am

· #512026
גראדע איז דא פון הרב אמנון בזק א איבערגעארבייטע תפילת זכה לנשים. די עסקנים דארפן ווען אהערשטעלן א תפילת זכה לבחורים...
📎 zaka_yomKipur.pdf