גאלדליידער דער מצב ווערט נישט בעסער,
די גאנצע אינועסטמענט פון טויזנטר געפאלענע אמאריקאנע זעלנער, ביליאנען דאלארן אראפגעפאלשט אין טוילעט,
און אגוויסן זין איז שטארק יתכן אז די איראק מלחמה האט נאר ארגער געמאכט די מצב,
מאז באתי אל פרעה לדבר בשמך הרע לעם הזה והצל לא הצלת את עמך
אבאמא ווייסט עכט נישט ווי זיך אן עצה צו געבן, פון איין זייט וויל ער נישט אז די זאך זאל ארויסגיין פון קאנטראל,
פון די אנדערע זייט וויל ער דאך נישט אז זאל זיך חלילה דאכטן אז זיין גרויסע אויפטוה אז ער איז ארויס פון איראק איז א דורכפאל,
טוט ער האלבע אקציעס, מיט אויסריידן אז ס'בלויז א מענטשהייט מיסיע, וכדומה,
פאריגע וואך איז געווען גרויסע שרעקדיגע נייעס אז אבאמא האט באמבאדירט אפאר אייסיס טראקס,
מורא'דיג! איזראעל טוט דאס רעגלמעסיג אין עזה אין פרידנסצייטן, קיינער באמערקט דאס מיטאמאל דארט,
דאס גאנצע וואס עס טוט אויף איז ער רייצט אויף די בינען נעסט, עס ברענגט נאר פרישע אייסיס אנהענגער אינעם ראיאן,
אבאמא האלט אין איין ווידערהוילן מיט שטאלץ "קיין שטיוול וועט אראפגעשטעלט ווערן אויף איראק'ס ערד"
אגוטן פורים! ווער זאגט דען אז יא!
קיינער ראט נישט נאכאמל אינוואדירן איראק,
חוץ אפשר דער אלטער וועפער דשאן מקעין, פארוואס ער איז נאך נישט אין אשל איז מיר נאכאלס א מיסטעריע,
איך האב עפעס א הרגש אז אבאמא זוכט להכעיס צו חרוב מאכן אלעס וואס בוש האט זיך אנגעארבעט,
פשוט אז בוש זאל זייער שלעכט אויסקוקן,
איך האב נישט קיין פראבלעם מיטן זיך ארויסציען פון איראק
אבער די ווילדע אומאויסגערעכנט וועג, וויזוי מ'האט אויסגרופן מיט פאמפע פאר די וועלט פונקטליך וועלכער דאטום וויפיל אזייגער אמעריקע מארשירט ארויס צו טויט אדער רויט,
ביי מיר איז דאס ממש ווי מ'האט געשיקט א אינוויטעשן פאר אל-קאידע צו קומען קיין איראק,
וואס וואלט דען שלעכט געווען ווען מ'דערקלערט בלויז די מלחמה שלאכטן זענען פארטיג,
און די אמעריקאנע סאלדאטן וועלן זיך ארויסציען ציביסלעך אויף א פאראנטווארטליכע אופן,
האט מען דעך נאך די צווייטע וועלט מלחמה אויך אויסגערופן ביום פלוני ובשעה פלוני גייט מען ארויס?
וואסי איז דער תועלת דערפין אויסער פאר פאליטישע בענעפיט,
אה, הייסטעס דאס איז די פראבלעם? אז מ'האט אויסגעזאגט ווען די גט גייט געשעהן? קאמאן.
סעקטעריען און עטניק קאנפליקט פון הונדערטער יארן, און אבי געמאכטע גרעניצן איז נישט עפעס וואס מ'קען מסדר זיין איינס צוויי דריי. די ברודער קריגערליכע סוני-שיאט קאנפליקט האט זיך שוין אנגעהויבן אין 2006. וואס האסטע געוואלט אמעריקע זאל טאן? נאכיאגן די אל קאידא (ובכללם היינטיגע אייסיס) אריין אין סיריע? אין פאקט איז די מערהייט פון איראק שיאט, נאר וויבאלד די סוני האבן אזויפיהל יארן געהאלטן די מאכט און געוועזן די הויכע קלאס האבן אלע, אפי' די שיאטס, געהאט דעם הרגשה אז די סוני זענען די מערהייט. מ'איז גענוג לאנג דארט געווען, מ'האט זיי דאן געהאט פארטריבן, א מערהייט איראקער האבן מער נישט געוואלט די אמעריקאנער און ס'איז במילא נישט געבליבן פאר די אמעריקאנער וואס צוטוהן דארט. די איבריגע איז געלעגן אין די רעגירונגס הענט צוזען איינצושטעלן א פירערשאפט וואס איז רעפרעזענטירט אלעמען. און די שטארקייט פון אייסיס איז טאקע געקומען מערסטנס וויבאלד די סוני פון איראק זענען מיד געווארן פון א פרעזידענט וואס אונטערדריקט זיי, האט אייסיס לייכט געקענט טרעפן שטיצע צווישן די סוני בירגער. אויך די מאיראיטעט ארמייען פון יענע געגנטער זענען סוני, אלזא פ"וו פייטן בעד מאליקי דער פייניגער, אקעגן זייערע ברודער?
איז נאכאמאל.
1) ער וואלט ווען דאס אויך נישט געדארפט טוהן. יעצט איז די צייט פאר די אראבערס אויסצורייניגן זייערע מדינות. מיר האבן זיי גענוג געטוהן. די מערב איז זיי גארנישט שולדיג. ס'איז מיר גענוג אז די טויזנטער געפאלענע זעלנער זענען געשטארבן פאר די זיכערהייט פון דעמאקראטיע און יושר - פאר די וועלט בכלליות. (אפילו אויב איז געווען א אויל אגענדע. וואס דארפן די איראקער ענדישער? אויל אדער זייערע קעפ?)
2) די סיבה פארוואס מ'דארף קעמפן אייסיס איז לאו דוקא פאר איראק'ס זיכערהייט, נאר אז פון א טעראריסטישע באנדע זאל זיך עס נישט דערדראפען צו א קריג פון מזרח קעגן מערב.
3) די סיבה פארוואס מ'דארף באקעמפן אייסיס איז ווייל אומשולדיגע מענטשן ווערן אונטערדריקט, געפייניגט, געשחט'ן מיט מיתות משונות (איבערהויפט אז זיי זענען נאך קריסטן...) גארנישט מיט'ן מאכן סדר אין איראק, פארמיידן א דורכפאל אדער פארשמירן בוש'ן. זיי נישט קיין קינד. יא, ער דארף זאגן אז מ'וועט נישט שטעלן קיין שטיוול. פארוואס אינוואדירן? ווער ס'זאגט? ראטעווען אומשולדיגע מענטשנ'ס לעבנס איז נישט גענוג דיר אויפצוהייבן פון בענקל? חוץ פון דעם וואס ס'איז נישט לייכט זיי צו באקעמפן פון די לופטן. שיס באמבעלעך אויף מענטשן מיט מעסערלעך וואס האבן אן אפעטיט פאר לאנד על פני כל ככר הירדן, מכל הרוחות.
4) די סיבה צו באקעמפן אייסיס איז צוליב ציטער אז די ראדיקאלן וועלן איינעמען 'אויך' די קורדישע אויל פעלדער און די פרייזן וועלן טאנצן ביז'ן שלאק אזש וועסטיך מער נישט קענען ערלויבן דעם ברייטן יאקאן.
5) עכטע תיקונים ליגט נאר אין די הענט פון די מאליקי גאווערנמענט, צו טוישן זייערע פאליסיס, מאכן סדר אין די ארמיי, און עדזשאסטן די גרעניצן אביסל, ספעציעל לטובת די קורדן וואלט אויך נישט געווען קיין שלעכטע מאוו. האפענטליך וועלן די פריוואטע פאנדן פון קאטאר און די פארשאלטענע סאודיע אראביע (וואס איז פעט געווארן פון די מערב אויל דארשט) זיך אויך אפשטעלן.
6) און דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס די מערב איז אזוי רעלאקטענט געווען צו באקעמפן באשאר אין סיריע, און מעגליך וועט דאס אויך געבן א סיבה פארוואס זיי זאלן גאר אנהויבן יעצט משתף פעולה זיין מיט אים, און אזוי אויך מיט איראן וואס איז אויך אקטיוו צו באקעמפן אייסיס.
סתם, די בלוטיגע שחיטות מאכן מיר וואונדערן אויב די שיאט, נאך אזויפיהל יארן פון אונטערדריקונג זענען בכלל שוואכער עקוויפט זיך צו קענען דיפענדן אקעגן די אייסיס. די אייסיס זענען טאקע ראדיקאל און פרום אבער פארשטייען נאך וואו צו מאכן ביזנעס און פלאנירן סטראטעגיע.
מיין אייגענע קאנספיראציע -- ווען כ'האב נישט אויפגעהערט הערן פון שחיטות און געקוקט ווי די וועלט שווייגט. ספעציעל ווען כ'האב געהערט פון די שריינס און מאסקס וואס גייען חרוב -- איז געווען: די מערב האט גענוג געהאט פון די פאנאטישע איסלאמער וועלכע זענען ביידע זיך ווערט זייערע געלטער ( ווי אומצאליגע מאל אויפגעוויזן, ספעציעל אין סיריע), און וועלכע הערן זיך נישט אויף צו הרגענען איינע דעם אנדערן. זי איז שוין מיד געווארן פון די ראדיקאלע מוסלעמענער דארט וואס אלץ איז מותר פאר זיי ווילאנג ס'איז א מוסלעם, פרעדיגן דזשיהאד קעגן אנדערע רעליגיעס/פעלקער, א מאסק און א הייליג קבר יעדע גאס, אז ס'איז נישט גענוג זייערע אייגענע קברים פארהייליגן זיי נאך די אידישע אויכעט, בלי הבדל צו דער נפטר ליגט טאקע דארט... האבן זיי מחליט געווען, ווייסטע וואס. "לאמיר זיי לאזן זיך אויסהארגענען צווישן זיך און אויסקלינען די מיטל מזרח פון פערפעסלאזע לענדמארקס. זאלן זיי לערנען זיך א לעסאן וואסערע חורבן פאנאטישע רעליגיע קען אנברענגען. לאז זיי זיך בעטן די אינפעדעלס זאלן קומען זיי ראטעווען און אזוי וועט מען נאכדעם קענען אריבערמישן א נייע ריינע בלאט אהן די אלע אמונות טפילות און עקסטרעמיסטן אונטער די פיס.
איך האף אז די סאלדאטן ווארפן אראפ אביסל פארן מאגאזינס פאר די יאזידיס.