☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברוך דיין האמת: 3 בחורים אין א''י געקידנעפט

ברוך דיין האמת: 3 בחורים אין א''י געקידנעפט

260 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6605
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 30, 2014 6:07 pm

· #208793
דריי מיליאן ליכט, אידיש געלט געגאנגען אין מיסט.....

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 6:16 pm

· #208796
שמעקעדיג
דריי מיליאן ליכט, אידיש געלט געגאנגען אין מיסט.....

און וואס טיט זיך מיט די אלע אידען וואס גייען כצאן לטבח נאך די אלע באבא'ס? די אלע שווערע געלטער וואס מען באוואטש זיי אז זיי זאלען קענען "דינען דעם אייבירשטען ראהיגערהייט"?
מיליאנען דאלארען גייען אין מיסט אריין טעגליך
ווען וועלען שוין אידען איינזען אז דער איינציגסטער גואל ומושיע איז גאט אליינס? ווילסט פועלען א ישועה? העלף די קינדער פון דער אמת'ער גואל ומושיע געב געלט פאר יתומים ואלמנות ושברי לב, נישט קיין רבי'ס באבא'ס און ארגאניזאציעס, געב געלט פאר יחידים וואס פלאגען זיך, דארט שטעקט די ישועה האמיתית

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 6:21 pm

· #208799
באמבאדירט די הויז פון איינע פון די פארדעכטיגע טעראריסטען
בקרוב וועט ער טיילען די זעלבע עונש ווי זיין הויז

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 6:21 pm

· #208800
מען פירט אריין די קדושים צי אבו כביר

קענער » מאנטאג יוני 30, 2014 7:58 pm

· #208814
פֶּה לָהֶם וְלֹא יְדַבֵּרוּ עֵינַיִם לָהֶם וְלֹא יִרְאוּ. אָזְנַיִם לָהֶם וְלֹא יִשְׁמָעוּ אַף לָהֶם וְלֹא יְרִיחוּן. יְדֵיהֶם וְלֹא יְמִישׁוּן רַגְלֵיהֶם וְלֹא יְהַלֵּכוּ לֹא יֶהְגּוּ בִּגְרוֹנָם. כְּמוֹהֶם יִהְיוּ עֹשֵׂיהֶם כֹּל אֲשֶׁר בֹּטֵחַ בָּהֶם. יִשְׂרָאֵל בְּטַח בַּה' עֶזְרָם וּמָגִנָּם הוּא. בֵּית אַהֲרֹן בִּטְחוּ בַּה' עֶזְרָם וּמָגִנָּם הוּא. יִרְאֵי ה' בִּטְחוּ בַּה' עֶזְרָם וּמָגִנָּם הוּא

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 30, 2014 8:46 pm

· #208825
היימישער ליטוואק
Tonight IDF arrested Jibril Rajoub's brother, Sheikh Nayef, who is a senior Hamas official.

דו מיינסט אוודאי: שעיך נואף. זיי האבן אלע זייער שיינע נעמען, וועלכע ווייזן אויף זייער מהות. איינער האט געהייסן "זאאיד בען שאקער" זד בן שקר. ימח שמם וזכרם. און זייערע מיט מיטהעלפערס... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😮

ברעט מענינג » דינסטאג יולי 1, 2014 9:26 am

· #208900
@JewishPolitical: During the phone call, screaming & later gunshots are heard. The terrorists are heard saying "put down your heads." <a class="postlink" href="http://t.co/pw9BiIONNB">http://t.co/pw9BiIONNB</a>

טיטאניק » דינסטאג יולי 1, 2014 8:08 pm

· #209075
שאדערליך.....................................
ריקארדינגס פון די נאכט פון די פארכאפינג און דיטאלען וואס די מילטער האט געוויסט פון דעי וואן
😳 😈
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=0CHRejlw6tQ&feature=youtu.be">http://www.youtube.com/watch?v=0CHRejlw ... e=youtu.be</a>

טיטאניק » דינסטאג יולי 1, 2014 8:15 pm

· #209077
די שמיעס צווישען די בחורים און די פאליציי
<a class="postlink" href="http://www.mako.co.il/news-military/security/Article-fa6195cde52f641004.htm?sCh=31750a2610f26110&pId=237936823">http://www.mako.co.il/news-military/sec ... =237936823</a>

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 1, 2014 10:04 pm

· #209091
איך קוק די בילדער דא און ביי יעדע באזונדער גיסט מיר טרערן.
עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי. לבי לבי על חלליהם.

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/169571/2014/07/01/talmon-west-bank-ahead-of-funeral-mother-of-gil-ad-shaer-says-i-cant-accept-that-our-worst-nightmare-came-true/">http://www.vosizneias.com/169571/2014/0 ... came-true/</a>

טיטאניק » מיטוואך יולי 2, 2014 12:05 am

· #209112
מומחה זאגט אז עס איז קלאר גאן שיסערייען
השם ינקום דמם
<a class="postlink" href="http://news.walla.co.il/?w=/2689/2760503">http://news.walla.co.il/?w=/2689/2760503</a>

petergrifin » מיטוואך יולי 2, 2014 12:06 am

· #209114
רבותי. איך קיק אויף די בילדער און ס׳רײסט שטיקער. איך זעה מײנע ברידער און שװעסטער שטײען אין צער.
איך זעה די זעלבע מענטשען די זעלבע אידן װאס זען אויס אזוי װי איך מײן װײב טאקע אין אנדערע קאלירטע
קלײדער אבער די פנים איז די זעלבע. נישט קײן ציונים נישט קײן מתנחלים נישט קײן מזרחית׳ן אדער מאדערנער
נאר מײנע ברידער און שװעסטער װאס שטײען און קלאגן פאר צער. אונז זענען ארום גענומען מיט רוצחים ימ״ש
װאס זעהן אויך נישט קײן חילוק צװישן קאלירטער קלײדער און זײ פארגיסען אידיש בלוט–אונזער בלוט.
תירוצים פארװאס זײ טוהן עס האבן זײ אן א שיעור אבער למעשה מײנען זײ אונז אלע ה׳י. אלע חשבנות
און פאליטיק גײט נישט מאכן קײן גרויסע חילוק נאר אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. הי׳ד

דער שכן » מיטוואך יולי 2, 2014 3:05 am

· #209136
געפילטע פיש


א ביליגער שוי שפיעלער!... פוי!

טיטאניק » מיטוואך יולי 2, 2014 9:43 am

· #209152
דער שכן
געפילטע פיש


א ביליגער שוי שפיעלער!... פוי!

אזוי ווי רוב רבי'ס און באבא'ס בדורינו
מאכען זיך האלי אויף די חשבון פון אידישע צרות

טיטאניק » מיטוואך יולי 2, 2014 9:46 am

· #209153
סאסאוו רבי שפילט פארקערט
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog-post_9301.html">http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog-post_9301.html</a>
איך פארשטיי נישט פון ווי די אדמורים נעמען אזויפיל קאלט בליט און אזעלעכע שטיינערנע הערצער? פון ווי?
מאכען שפילערייען אויף אידיש בליט

והוקע אותם נגד השמש

שבת אחים » מיטוואך יולי 2, 2014 10:10 am

· #209155
שאולזאהנ׳ס מעשיות ?

שבת אחים » מיטוואך יולי 2, 2014 10:14 am

· #209156
דאונט געט מי ראונג איך עגרי מיט דיר וועגן די רבנים אבער שאולזאהן איז סתם א בעל דמיון

טיטאניק » מיטוואך יולי 2, 2014 10:45 am

· #209161
שבת אחים
שאולזאהנ׳ס מעשיות ?

דער שאולזאן איז משוגע אבער ער האט א מהלך
אין כאן המקום להאריך בו אבער דער שאולזאן האט זיך א אגענדע,
1) "זיינע" קביעותדיגע קרבנות וואס ער בייסט זיי טעגליך (די קרבנות זענען באצאלטע קרבנות)
2) מאכען הייליג חב"ד
3) סתם קרישקעלעך
4) נייעס וואס מען שיקט אריין (ליין: קליינע חסידוסער באצאלען עם צי לייגען פארפעגאנדע פאר זייער רבי\חסידות)
מען קען קלאר זען ביי יעדע געשרייבעכטץ אין וועלכע סעיף דאס גייט אריין
דער סאסווער איז נישט קיין קרבן זיינער "קיינמאל"
דער סאסווער איז נישט קיין חבד'סקער
דער סאסווער איז נישט קיין קירשקעלע נייעס
דער סאסעווער איז נישט קיין שונא פון קיין כבוד און עס שטערט עם נישט צי ווערען הייליג אויף די חשבון פון די המון עם, ענק זעען ר' דוד אביחצירא ווייסט נישט? מישקאלץ ווייסט נישט? אלישיב ווייסט נישט? מהרא"ש חלומעט? אבער איך האב "יא געוויסט"......
נישט געזארגט, באלד גייען קימען די בעלזע זאגען די זעלבע, און די מענדעליסטען אויך (סקווירא האט א פראבלעם מיט די חלות וואס ער האט געשיקט 😛 )
איך מיין נישט גארנישט פרעסענעל קעגען דער סאסווער כאטש ער האט ליב צי מאכען די שטיק, אבער וואס מיר שטערט איז די פאקט אז די אדמורים מיינען אז זיי קענען זיך נאר בויען אויף אידיש בליט, יעדער ווייסט אז "קיינער" פליט נישט "קיינער" ווייסט נישט, כ'מיין וועלכע נארמאלע מענטש דאכט זיך א רגע אז דער מישקאלצער אדער דער סאסובער אדער סיי וועלכע רבי מיט א אנגעפרעסענע כרס ווייסט וואס טיט זיך אין הימעל? קאט דע קרעפ!
נאר? זיי האפען אז עס וועט זיין צוויי דריי תמימותדיגע משוגעים וואס וועלען עס קויפען און עס מפרסם זיין ווייטער און אפשר וועט מען קענען מאכען נאך אפאר דאלער
ספעציעל איז דאס גרינג יעצט ווען דער עולם איז צימישט און פארווייטאגט איבער א צרה אין די צייט פון בילבול המוחות קען מען כאפען מוחות....
למשל איר וועט זען ווי ר' מעכל ניקשלבורגער גייט די וואך ביי שאלעשידעס וויינען בכיות נוראות ממש עד אפיסת הכוחות כדי מען זאל מיינען אז אויף זיינע אקסלען ממש ליגט צרות ישראל....... פון זיינע ווערטער וועט מען מיינען אז ער איז ממש געזיצען שבעה די לעצטע טעג און במשך די 18 טעג האט ער געפאסט און געוויינט תיקון חצות.......
אדער דער בערלאנד פון אפריקע גייט אפיר קימען מיט א גאנצע פשעטעל אז ער האט געוויסט ווייל מען האט געזען זיין צורה אין די גראז פון חלחול
נאכדעם גייט קימען דער ספינקער ר' אביש געבען א גאנצע שמיס אז דער טאטע האט עס שוין מרמז געועען מיט יארען ציריק.............
אדער גייען די צאנזער חסידים קימען זאגען אז דער צאנז-נתניה רבי האט געזאגט אין די "שיחות קודש" אז זיי גייען עס נישט איבערלעבען (אזוי ווי זיי האבען מפרסם געווען נאכדעם וואס דע יונגערמאן ווינד איז געהארגעט געווארען האבן זיי געזאגט אז ווען אהרן מרדכעלע האט געשמיסעט מיט דער צאנזער האט דער צאנזער האט דאס מרמז געווען ביי זיין שמיעס...... בהמה איינער! אויב האט ער געוויסט פארוואס האט ער נישט אפענערהייט געווארענט? רוצח וואס ער איז 😈 )
ווארט נאר ווארט עס גייען קימען גאנצע נביאות'ער מיט הספדים פרעגט נישט

אבער דאס וועט קיינער נישט קענען אויפווייזען אז זייער רבי האט געמאכט א יום תפילה אין זיין ישיבה, נישט געגעסען קיין פלייש די 18 ביטערע טעג, געזאגט ח"ח פרקי תהילים, געגאנגען צי די לויה, דאס אלעס נישט, ווייל בעצם גייט זיי אן צרות ישראל ווי מיר גייט אן צרות אינדיע ופאקסיטאן, אבער ווען עס קימט צי שאלעשידעס טוירע און צי דרשות שיעורים וכו' דארט גייען זיי שוין יא וויינען און שרייען און שפילען א געים ווי כאילו עס האט זיי אמאל וויי געטין

עניוועי איך פרעג אלע אדמורים: פארוואס מיזט איר זיך בויען נאר דארעך צרות ישראל? ווילסט זיין א גרויסע רבי? בבקשה אבער נישט אויף די חשבון פון אידיש בליט 😈 😈 😈 😈

מודה אני » מיטוואך יולי 2, 2014 1:59 pm

· #209217
אינטערסאנט קיינער ווייסט נישט דערפון נאר שאולזון ???????????

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 2, 2014 2:33 pm

· #209222
petergrifin
רבותי. איך קיק אויף די בילדער און ס׳רײסט שטיקער. איך זעה מײנע ברידער און שװעסטער שטײען אין צער.
איך זעה די זעלבע מענטשען די זעלבע אידן װאס זען אויס אזוי װי איך מײן װײב טאקע אין אנדערע קאלירטע
קלײדער אבער די פנים איז די זעלבע. נישט קײן ציונים נישט קײן מתנחלים נישט קײן מזרחית׳ן אדער מאדערנער
נאר מײנע ברידער און שװעסטער װאס שטײען און קלאגן פאר צער. אונז זענען ארום גענומען מיט רוצחים ימ״ש
װאס זעהן אויך נישט קײן חילוק צװישן קאלירטער קלײדער און זײ פארגיסען אידיש בלוט–אונזער בלוט.
תירוצים פארװאס זײ טוהן עס האבן זײ אן א שיעור אבער למעשה מײנען זײ אונז אלע ה׳י. אלע חשבנות
און פאליטיק גײט נישט מאכן קײן גרויסע חילוק נאר אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. הי׳ד

דעיס איז דאך מיין טענה צו די אלע אחינו בני ישראל התועים, וועלכע רעדן זיך איין און ווילן איינרעדן פאר אנדערע אז זיי גייען אין דרך הקנאות און פאלגן נאך די שיטה הקדושה פון סאטמאר רבי זצ"ל. (פון די נטורי קרתא'ניקעס האבן מיר דא נישט גערעדט. זיי וועלן נאך אמאל צאלן א טייערן פרייז. נאר איך האלט אז זיי זענען נישט מזרע ישראל. נאר עפעס א ספחת. א צוטשעפעניש, וואס האטציך ליידער אריינגעמישט אין כלל ישראל אין משך פון די דורות.). די פאלעסטינער רוצחים ימ"ש זענען נישט מבחין צווישן א סאטמאר'ער חסיד און א . ציוני. זיי פרעיגן קיינעם נישט צו ער גייט אין די שיטה אדער נישט. צו ער קען דעם ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה אדער נישט.נאר זיי הרגנ'ען א יעדן איד וואס איז זיי מעיגלעך. ממילא דארפן מיר אינז אויכעט נישט מאכן קיין חילוק. און די אלע נארישע, נאאיווע מענטשן וועלכע רעדן זין איין אז אויב מ'וועט אריינלייגן אן עד אין ניו יארק טיימס אז אינז ערליכע אידן זענען קעיגן די ציונים, דאס וועט צוריקהאלטן די אראבישע רוצחים ימ"ש פון זייערע רציחות. דאס איז אלעס נארישקייטן. בעלאני. די נאציס, ימ"ש האבן אויכעט נישט געמאכט קיין חילוק. זיי האבן פונקט אזוי אריינגעווארפן אין גאז קאמער אן ערליכן, חסידישן איד ווי א מזרחיסט אדער א פרייער ציוני.... 😕 😎 🙄 😈 😈 😐 😞 😠 😛 😳 😉 😮

יין שרף » מיטוואך יולי 2, 2014 2:40 pm

· #209223
טיטאניק
שבת אחים
שאולזאהנ׳ס מעשיות ?

דער שאולזאן איז משוגע אבער ער האט א מהלך
אין כאן המקום להאריך בו אבער דער שאולזאן האט זיך א אגענדע,
1) "זיינע" קביעותדיגע קרבנות וואס ער בייסט זיי טעגליך (די קרבנות זענען באצאלטע קרבנות)
2) מאכען הייליג חב"ד
3) סתם קרישקעלעך
4) נייעס וואס מען שיקט אריין (ליין: קליינע חסידוסער באצאלען עם צי לייגען פארפעגאנדע פאר זייער רבי\חסידות)
מען קען קלאר זען ביי יעדע געשרייבעכטץ אין וועלכע סעיף דאס גייט אריין
דער סאסווער איז נישט קיין קרבן זיינער "קיינמאל"
דער סאסווער איז נישט קיין חבד'סקער
דער סאסווער איז נישט קיין קירשקעלע נייעס
דער סאסעווער איז נישט קיין שונא פון קיין כבוד און עס שטערט עם נישט צי ווערען הייליג אויף די חשבון פון די המון עם, ענק זעען ר' דוד אביחצירא ווייסט נישט? מישקאלץ ווייסט נישט? אלישיב ווייסט נישט? מהרא"ש חלומעט? אבער איך האב "יא געוויסט"......
נישט געזארגט, באלד גייען קימען די בעלזע זאגען די זעלבע, און די מענדעליסטען אויך (סקווירא האט א פראבלעם מיט די חלות וואס ער האט געשיקט 😛 )
איך מיין נישט גארנישט פרעסענעל קעגען דער סאסווער כאטש ער האט ליב צי מאכען די שטיק, אבער וואס מיר שטערט איז די פאקט אז די אדמורים מיינען אז זיי קענען זיך נאר בויען אויף אידיש בליט, יעדער ווייסט אז "קיינער" פליט נישט "קיינער" ווייסט נישט, כ'מיין וועלכע נארמאלע מענטש דאכט זיך א רגע אז דער מישקאלצער אדער דער סאסובער אדער סיי וועלכע רבי מיט א אנגעפרעסענע כרס ווייסט וואס טיט זיך אין הימעל? קאט דע קרעפ!
נאר? זיי האפען אז עס וועט זיין צוויי דריי תמימותדיגע משוגעים וואס וועלען עס קויפען און עס מפרסם זיין ווייטער און אפשר וועט מען קענען מאכען נאך אפאר דאלער
ספעציעל איז דאס גרינג יעצט ווען דער עולם איז צימישט און פארווייטאגט איבער א צרה אין די צייט פון בילבול המוחות קען מען כאפען מוחות....
למשל איר וועט זען ווי ר' מעכל ניקשלבורגער גייט די וואך ביי שאלעשידעס וויינען בכיות נוראות ממש עד אפיסת הכוחות כדי מען זאל מיינען אז אויף זיינע אקסלען ממש ליגט צרות ישראל....... פון זיינע ווערטער וועט מען מיינען אז ער איז ממש געזיצען שבעה די לעצטע טעג און במשך די 18 טעג האט ער געפאסט און געוויינט תיקון חצות.......
אדער דער בערלאנד פון אפריקע גייט אפיר קימען מיט א גאנצע פשעטעל אז ער האט געוויסט ווייל מען האט געזען זיין צורה אין די גראז פון חלחול
נאכדעם גייט קימען דער ספינקער ר' אביש געבען א גאנצע שמיס אז דער טאטע האט עס שוין מרמז געועען מיט יארען ציריק.............
אדער גייען די צאנזער חסידים קימען זאגען אז דער צאנז-נתניה רבי האט געזאגט אין די "שיחות קודש" אז זיי גייען עס נישט איבערלעבען (אזוי ווי זיי האבען מפרסם געווען נאכדעם וואס דע יונגערמאן ווינד איז געהארגעט געווארען האבן זיי געזאגט אז ווען אהרן מרדכעלע האט געשמיסעט מיט דער צאנזער האט דער צאנזער האט דאס מרמז געווען ביי זיין שמיעס...... בהמה איינער! אויב האט ער געוויסט פארוואס האט ער נישט אפענערהייט געווארענט? רוצח וואס ער איז 😈 )
ווארט נאר ווארט עס גייען קימען גאנצע נביאות'ער מיט הספדים פרעגט נישט

אבער דאס וועט קיינער נישט קענען אויפווייזען אז זייער רבי האט געמאכט א יום תפילה אין זיין ישיבה, נישט געגעסען קיין פלייש די 18 ביטערע טעג, געזאגט ח"ח פרקי תהילים, געגאנגען צי די לויה, דאס אלעס נישט, ווייל בעצם גייט זיי אן צרות ישראל ווי מיר גייט אן צרות אינדיע ופאקסיטאן, אבער ווען עס קימט צי שאלעשידעס טוירע און צי דרשות שיעורים וכו' דארט גייען זיי שוין יא וויינען און שרייען און שפילען א געים ווי כאילו עס האט זיי אמאל וויי געטין

עניוועי איך פרעג אלע אדמורים: פארוואס מיזט איר זיך בויען נאר דארעך צרות ישראל? ווילסט זיין א גרויסע רבי? בבקשה אבער נישט אויף די חשבון פון אידיש בליט 😈 😈 😈 😈



ענדליך איז איינער מבאר רבי בערל'ס סמייליס... 😂 😂 😠 😛 😳 😈 😈 🙄 🙄 😲 😮 😞 😉 🙂 😳 🤓

טיטאניק » מיטוואך יולי 2, 2014 4:52 pm

· #209247
מודה אני
אינטערסאנט קיינער ווייסט נישט דערפון נאר שאולזון ???????????

סאסוו זיכט א קראספעדאנט אין קאווע שטיבעל
איינער איז גרייט?

שרייבער » מיטוואך יולי 2, 2014 5:34 pm

· #209261
האדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט יעצט געזאגט א דרשה אין ישיבה איבערן מצב אין ארץ ישראל.

מ'קען עס הערן אויף קול סאטמאר

א אויסברוך פון טיטאניק איז ערווארטעט מיט שפאנונג

טיטאניק » מיטוואך יולי 2, 2014 5:42 pm

· #209267
איך קען נישט ציפיל שרייבען איך דרייוו יעצט ארויף צי אינזערע בלאטיגע מתנחלישע בערג אין ניו יארק
אבער קודם דארף איינער דא שרייבען זיינע קולות עלי גליון

מ גפני » מיטוואך יולי 2, 2014 5:44 pm

· #209270
טיטאניק
בלאטיגע מתנחלישע בערג אין ניו יארק

👍 👍 👍 😛 😛 😛 😂 😂 😂

קאך_לעפל » מיטוואך יולי 2, 2014 6:39 pm

· #209293
די הייליגע ווערטער פון כ''ק רבינו שליט''א בנוגע דעם ביטרען אומגליק פון די 3 הייליגע קדושים זענען קולירין לעניים, דער רבי שליט''א האט ארויסגעברענגט וואו אזוי א ערליכע יוד דארף אנגעקיקן דעם ביטערן אומקליק, ברוך שמסר עולמו לשומרים, געלויבט איז דער הייליגער באשעפער אז מיר קענען נאך הערן די ריכטיגע דעת תורה וואו אזוי א יוד דארף טראכטען נאך אזעלכע ביטערע אומגליקן, די הייליגע ווערטער זענען ווי א שירעם אינטערן מבול פון כפירה ומינות וואס ווערט געגאסן פון טיטעניק - כהנא און זיינע נאכשלעפער! עס איז כדי אויסצוהערן!

עפל סיידער » מיטוואך יולי 2, 2014 6:49 pm

· #209295
טיטאניק נאדיר
<a class="postlink" href="http://www.bechatsrossatmar.com/Audio/DK-EY-Tamiz5774.MP3">http://www.bechatsrossatmar.com/Audio/D ... iz5774.MP3</a>

שרייבער » מיטוואך יולי 2, 2014 7:35 pm

· #209317
באקומען אין אימעיל:
(אנטשולדיגט פאר די ענטערס, געקאפיט פון PDF)

מספד מר בקול נהי ובכי
יחד עם דברי הבהרה על המצב בארצינו הקדושה
מכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
יום ד' פרשת בלק שנת תשע"ד לפ"ק בהיכל המתיבתא בקרית יואל יצ"ו


דוד המלך זאגט אין תהלים קאפיטל קי"ט, שקר שנאתי ואתעבה -
דוד המלך זאגט אויף זיך ער האט פיינט שקר, ואתעבה, איך וועל עס
פאר'מיאוס'ן, א לשון פון תועבת השם - תורתך אהבתי.
א ביטערע אומגליק
איך וויל מיך שטעלן דא אויף א מאורע וואס האט ליידער פאסירט,
עס ווייסט יעדער איינער אז אין ארץ ישראל איז ל"ע גע'הרג'עט געווארן
אויף אן אכזריות'דיגן אופן דריי נפשות מישראל, ה' ירחם.
וירב בבת יהודה תאניה ואניה, ווען עס פאסירט אן אומגליק בארצינו
הק' מיט אידישע קינדער, בלוטיגט יעדעס אידיש הארץ. הקב"ה איז זיך
מצער בצערתן של ישראל, און אזוי אויך איז כלל ישראל זיך מצער,
יעדער איינער לפי ערכו. און בכלל דעם זעמיר אונז אויך בצער גדול פון
אזא ביטערע אומגליק. ס'איז נישט איין נפש, נאר ס'איז דריי נפשות. ווען
ס'פאסירט אזא שרעקליכע אומגליק טוט וויי יעדע אידיש הארץ, און
יעדע אידיש הארץ איז מתאבל אויף צרות ישראל, און אויף די קרבנות
וואס ס'פאלן נעבעך, ה' יאמר לצרות ישראל די.
אן אבילות פאר כלל ישראל
כנהוג אין משך פון די ימי אבילות, וועלן נתרבה ווערן מנחמים, אפילו
אזעלכע אידן וואס קענען בכלל נישט די משפחה, און האבן קיין שום
שייכות נישט מיט זיי, אבער וועלן פילן אן אבל, און ווי מען זאגט ס'איז
אן אבל פון כלל ישראל, און יעדער איינער דארף ארויסווייזן די הרגשים,
ווען ס'פאסירן אזעלכע שרעקליכע אומגליקן, קרבנות, אידישע נפשות.
אבער מיטן גרויסן ווייטאג, און ווי פארביטערט כלל ישראל זאל
נישט זיין, ווייל סוף כל סוף זענען נעבעך גע'הרג'עט געווארן דריי
אידישע נפשות, דארף מען אבער אויך קוקן אביסל מיט א ניכטערן בליק
און אריינגיין אביסל טיפער אין דעם ענין.
ווער האט מתיר געווען וואוינען אין א מקום סכנה?
ווי געווענליך פארציילט מען נייעס, איינס פון די נייעס, די עלטערן
האבן מספיד געווען די קינדער, נעבעך ל"ע. לעניות דעתי צו זאגן,
אנשטאט א הספד, דארפן זיי זיך מתודה זיין און זאגן אשמנו בגדנו!, און
זיך קלאפן אויפ'ן הארץ על חטא, ווען זיי האבן ליידער א חלק אין דעם
ביטערן אומגליק.
ווער האט זיי מתיר געווען צו גיין וואוינען, צו מאכן א ישיבה אין אזא
מקום סכנה?, צווישן רוצחים וואס זענען שוין מוּעָ דִ ים!, איז שוין נישטא
אין ארץ ישראל קיין פלאץ וואו צו וואוינען נאר דארט?, איז נישטא אין
ארץ ישראל קיין פלאץ וואו צו מאכן א ישיבה, וואו בחורים זאלן לערנען,
נאר אין חברון?, ווער האט מתיר געווען אריינצולייגן זיך אין אזא
מורא'דיגן מקום סכנה, מפקיר צו זיין זיך, נפשות ביתו, די קינדער, זון און
טעכטער, אלעס וועגן די תאוה און די יצר הרע וואס ווערט אנגערופן
שלימות הארץ, ציונות מהדרין מן המהדרין.
מען מוז ליידער זאגן, די עלטערן זענען נעבעך שולדיג!, זיי האבן
גורם געווען די רציחה פון די אייגענע קינדער!.
אידן זענען נישט קיין רוצחים!
איך וויל נישט זאגן ווייטער וואס איז נאכדעם געשען, מען האט שוין
געטראפן א גע'הרג'טן גוי. ס'איז דא א חשש אז יד ישראל באמצע, בתורת
נקמה. מי יודע די תוצאות פון אזעלכע פעולות, אידן אין די גאנצע
וועלט, אין אלע מדינות העולם זענען אין א סכנה פון א חשש נקמה ה'
ירחם, עס איז צו האפן ס'זאל זיך ארויסשטעלן אז דאס איז די בני
ישמעאל אליינס.
אבער אשרי אדם מפחד תמיד, שוין קרוב צו 2000 יאר זענען אידן
אין גלות, אין משך פון דעם לאנגען ביטערן גלות, זענען ליידער בעוה"ר
גע'הרג'עט געווארן טויזנטער, צענדליגער טויזנטער און הונדערטער
טויזנטער און מיליאנען, א סאך מיליאנען אידישע קינדער, שטענדיג
זענען אונז געווען פון די נרצחים, און נישט פון די רוצחים, און דאס איז
געווען אונזער שיינקייט. דער טאטע ז"ל האט דאס געזאגט אין סיגוט
באלד נאך די קריג.
דער פעטער ז"ל האט אונז אויסגעלערנט, ער האט אונז אריינגעגעבן
דעם ריכטיגן דעת, ליב צו האבן דעם אמת און פיינט צו האבן דעם שקר,
אין דעם דור עיקבתא דמשיחא, וואס חז"ל זאגן (סוטה מט:) האמת תהא
נעדרת, ער האט אונז אויסגעלערנט לוחם צו זיין מיט אלע כוחות קעגן די
כוחות השקר און צו זאגן דעם אמת, אפילו מען ווייסט עס וועלן קומען
פליען פיילן חצים ובליסטראות, און מען וועט שרייען שונא ישראל.
ווער הייסט א שונא ישראל
מיר דארפן וויסן א שונא ישראל איז דער וואס איז מפקיר נפשות
ישראל פאר די תאוה און פאר די יצר הרע פון ציוניזם!, א שונא
ישראל איז דער וואס עס טוט די פעולות נקמה!, ווייל מיט דעם איז
מען נאך מער מעורר די שנאה פון די רוצחים!, עס גייט נקמה תחת
נקמה אן א הפסק שוין יארן לאנג רחמנא ליצלן!.
און אויף דעם זאגט דוד המלך ע"ה, שקר שנאתי, איך האב פיינט דעם
שקר, נאר נישט בלויז איך האב פיינט דעם שקר, ואתעבה, איך וועל עס
ברבים אויסשרייען, יעדער זאל וויסן אז איך האב פיינט דעם שקר, מודיע
צו זיין פאר די גאנצע וועלט, אז יהדות החרדית ידם מסולקת פון דעם
אינגאנצן, נישט מיט ציונות, נישט מיט התנחלות, און נישט מיט די
נקמה.
דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער בכל מקום
שהם, בארץ ישראל בארצינו הק' ובגולה מכל צרה וצוקה, דער
אייבערשטער זאל העלפן ושבור עול הגוים ועול הגליות, עול הגוים פון
די רשעי הגוים, ועול גליות פון רשעי עמינו, און דער אייבערשטער זאל
שיקן דעם גואל צדק במהרה בימינו אמן.

סמבטיון » מיטוואך יולי 2, 2014 10:50 pm

· #209350
ר"ל, אזאנע דברי רשעות צו רעדען בעת זייער בליט קאכט נאך אין זייער פרישע קבר. די ציבראכענע צישאסענע ערשיטערטע עלטערען, זיי זענען גאר די וואס זענען שילדיג אין די טראגישע רציחה, ידיהם שפכו את הדם הזה, רחמנא לשייזבן, אין די אלע עלטערען פון די קדושים פון קו 2 אויפן וועג צום כותל, זענען אויך שילדיג אין זייער קינדערס אומקום וואס?

זיגמונד פרויד » מיטוואך יולי 2, 2014 11:33 pm

· #209354
Does anyone remember the outrage when the despicable NY Post wrote "Who Didn't Want Him Dead" on Menachem Stark

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:57 am

· #209369
סמבטיון
ר"ל, אזאנע דברי רשעות צו רעדען בעת זייער בליט קאכט נאך אין זייער פרישע קבר. די ציבראכענע צישאסענע ערשיטערטע עלטערען, זיי זענען גאר די וואס זענען שילדיג אין די טראגישע רציחה, ידיהם שפכו את הדם הזה, רחמנא לשייזבן, אין די אלע עלטערען פון די קדושים פון קו 2 אויפן וועג צום כותל, זענען אויך שילדיג אין זייער קינדערס אומקום וואס?


ער האט לכאורה גענימען די רשעות פין זיין פעטער וואס האט באשולדיגט די אומשולדיגע ציונים מיט די רציחה פין 6 מיליאן יודען

סאו נעם דיך נישט צים הארצען

יואב » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:50 am

· #209377
זלמן זאפיר
סמבטיון
ר"ל, אזאנע דברי רשעות צו רעדען בעת זייער בליט קאכט נאך אין זייער פרישע קבר. די ציבראכענע צישאסענע ערשיטערטע עלטערען, זיי זענען גאר די וואס זענען שילדיג אין די טראגישע רציחה, ידיהם שפכו את הדם הזה, רחמנא לשייזבן, אין די אלע עלטערען פון די קדושים פון קו 2 אויפן וועג צום כותל, זענען אויך שילדיג אין זייער קינדערס אומקום וואס?


ער האט לכאורה גענימען די רשעות פין זיין פעטער וואס האט באשולדיגט די אומשולדיגע ציונים מיט די רציחה פין 6 מיליאן יודען

סאו נעם דיך נישט צים הארצען

שלום עליכם, שוין לאנג נישט געזען

סמבטיון » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:51 am

· #209378
ערשטענס מעגסטו זאגן להבדיל ווען די גלייכסט צו ר' יואליש צו ר' ארענען, צווייטענס, ווי טיטאניק האט שוין פריער דערמאנט, ווייס איך נישט וואס ער האט געזאגט אין וואס זריעל אדער סענדער האבן געזאגט בשמו.

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:10 am

· #209383
סמבטיון
ערשטענס מעגסטו זאגן להבדיל ווען די גלייכסט צו ר' יואליש צו ר' ארענען, צווייטענס, ווי טיטאניק האט שוין פריער דערמאנט, ווייס איך נישט וואס ער האט געזאגט אין וואס זריעל אדער סענדער האבן געזאגט בשמו.



אין דריטנ'ס ער שרייבט עס קלאר אין ויואל משה
אין ס'איז נישט קיין פראז פינעם שקרן זריל גליק

אין סתם פאר די אינטערסאנקייט טאקע איז ר' יואליש געווען טויזנט מאל שארפער ווי ר' אהרן אין די וועלט האט אים טויזנט מאל פיינט געהאט ווי ר' אהרן

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:08 am

· #209391
מיט בערך אכצען יאר צוריק איז געווען א קאר קראך אין לאנדאן און א בחור ממשפחת חסידי סאטמאר איז נעבעך אומגעקומען. דער ראש פון דער אהרוני פארטיי (העי, אפשר וועגען דעם הייסט ער אויפ׳ן נאמען ׳אהרן׳ אלס הויפט גענעראל פונ׳ם ׳אהרוני׳ מיליטער) האט דעמאלס געהאלטען א פייערדיקע דרשה אז מ׳דארף טראגען א גארטעל אין א קאר? צו האט ער פארשטאנען אז בשעה שמתו מוטל לפניו איז נישט קיין צייט אזוי צו רעדען? ובפרט ווען דער טאטע פונ׳ם בחור האט א פאר דאללאר.

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:34 pm

· #209564
ווען איז די צייטונג געווארן אזוי נישט צום זאך?!
די בלאט זאגט אז זיי זענען געשטארבען פון זיך אליין!
image.jpg image.jpg image.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:57 pm

· #209583
כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".

smartinof » דאנערשטאג יולי 3, 2014 1:59 pm

· #209586
שמעקעדיג
כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".

נכון, און די זעלבע פארקערט, און ישראלישע נייעס שרייעבן זיי אז זיי זענען געטראפען געווארען דורך צה"ל, איז דאס אויך, כדי נישט צו געבן צופיל כבוד פאר די ציווילע, און גרויס כבוד פאר די צה"ל

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:01 pm

· #209588
וואס איז פשט פון די צייטונג פארן נישט שרייבען בחורים?! הכל מודים אז זיי האבען געלערענט אין ישיבה!

ממתקים » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:58 pm

· #209629
רעקציעס אין די איזראעלישע פרעסע צו דער דרשה פון דעם געוועזענער קרית יואלער רב

1

<a class="postlink" href="http://blogs.timesofisrael.com/do-not-disregard-the-words-of-the-satmer-rebbe-just-change-the-emphasis/">http://blogs.timesofisrael.com/do-not-d ... -emphasis/</a>

2
<a class="postlink" href="http://www.jewishpress.com/indepth/opinions/the-admor-who-sits-in-bavel-and-sees-a-carcass-in-eretz-yisrael/2014/07/03/">http://www.jewishpress.com/indepth/opin ... 014/07/03/</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 3, 2014 5:18 pm

· #209713
ממתקים
רעקציעס אין די איזראעלישע פרעסע צו דער דרשה פון דעם געוועזענער קרית יואלער רב

1

<a class="postlink" href="http://blogs.timesofisrael.com/do-not-disregard-the-words-of-the-satmer-rebbe-just-change-the-emphasis/">http://blogs.timesofisrael.com/do-not-d ... -emphasis/</a>

2
<a class="postlink" href="http://www.jewishpress.com/indepth/opinions/the-admor-who-sits-in-bavel-and-sees-a-carcass-in-eretz-yisrael/2014/07/03/">http://www.jewishpress.com/indepth/opin ... 014/07/03/</a>

כנראה איז דער 'טיימס אוו איזרא'על' נישט אזוי גערעגט אויף דער סאטמארער רבי'ן אבער דער הרב אבינר מאכט א גוטע פאוינט.
ער ברענגט דער הלכה פון דשו בה רבים מתיר צו זיין וואוינען דארט, ווייל למעשה די סיכויים פון סכנה איז גאנץ קליין. איך בין אבער נישט אזוי זיכער ער איז גערעכט, ווייל דער דשו בה רבים איז נישט אזוי ווי אנדערע זאכען וואס מענטשען טוהן. למשל, טאמער איינער ווייל זאגען אז טרינקען סאד"א איז אסור עפ"י דין ווייל די אינהאלט איז שעדליך, קענסטו זאגען אז דשו בה רבים און אויף דעם איז דא א היתר פון שומר פתאים ה'. אבער וואוינען אין די שטחים, וואס רוב מענטשען גייען נישט דארט ווייל זיי האבען מורא פון סכנה, און די וואס גייען יא איז נישט ווייל זיי זענען פתאים, נאר ווייל זיי גלויבען אז ס'לוינט זיך און זיי טוהן פאר כלל ישראל און זיי היטען אפ אנדערע און זענען מקיים א מצוה וכהנה וכהנה, זענען נישט ריין פתאים און די סכנה איז נישט אוועק געווישט מיט א דשו בה רבים, וואס לכאורה מיינט אז זיי טוהן עס נישט וויסענדיגעהייט.
איך קלער נאר, איך בין נישט זיכער, און בכל אופן איז דער דרשה נישט אויסגעהאלטען און קעגען די הלכה אין שו"ע חו"מ סי' רכ"ח סעי' ד'.

כוכב » דאנערשטאג יולי 3, 2014 5:27 pm

· #209716
[ציטאט אראפגענומען]

נגיעה ביי א נדה האט א צד היתר?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 3, 2014 5:30 pm

· #209720
שמעקעדיג
כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".

ניין. זיי נישט ברויגז. דאס איז די פאקט. איך האב עס געהערט אויף א איזראעליש'ע נייעס סטאנציע. זיי האבן קלאר ארויסגעהויבן דעם פאקט אז די בחורים, הי"ד זענען געפינען געווארן דורך ציווילע וואלונטירן און נישט דורך די מיליטער אדער פאליציי. מ'רעדט דא נישט בענייני שיטה. דאס איז פרייע חברה וואס רעפארטן דאס אלס נייעס. און זיי זענען מדגיש דעים פאקט... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

smartinof » דאנערשטאג יולי 3, 2014 5:35 pm

· #209722
berlbalaguleh
שמעקעדיג
כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".

ניין. זיי נישט ברויגז. דאס איז די פאקט. איך האב עס געהערט אויף א איזראעליש'ע נייעס סטאנציע. זיי האבן קלאר ארויסגעהויבן דעם פאקט אז די בחורים, הי"ד זענען געפינען געווארן דורך ציווילע וואלונטירן און נישט דורך די מיליטער אדער פאליציי. מ'רעדט דא נישט בענייני שיטה. דאס איז פרייע חברה וואס רעפארטן דאס אלס נייעס. און זיי זענען מדגיש דעים פאקט... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

ולזה כוונתי
smartinof
שמעקעדיג
כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".

נכון, און די זעלבע פארקערט, און ישראלישע נייעס שרייעבן זיי אז זיי זענען געטראפען געווארען דורך צה"ל, איז דאס אויך, כדי נישט צו געבן צופיל כבוד פאר די ציווילע, און גרויס כבוד פאר די צה"ל

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 3, 2014 5:49 pm

· #209724
סאשי פיש
וואס איז פשט פון די צייטונג פארן נישט שרייבען בחורים?! הכל מודים אז זיי האבען געלערענט אין ישיבה!

ס'איז דא א הסבר אויף דעים. זיי. די צייטונג האבן מורא אז די אנפירער'ס פוןנ'ם "איד" וועלן זיי באשולדיגן אין זיין "ציונים", ר"ל מהאי דעתא. דאס איז נאך ערגער ווי ווען מ'שרייט פאר איינעם אין הארלעם אדער בעד-סטיי, אז ער איז א "ראסיסט". ווייל אזוי האבן זיי טאקע געטון בשעת דער צייטונג האט אנגעהויבן ערשיינען. שלא כדין "דער בלאט" וואו מ'איז געגאנגען און ארויסגעצויגן אן "איסור" ביים הייליגן ברך משה זי"ע. וועלכער האט שוין דאן נישט געוויסט בין ימינו ושמאלו. נאר פשוט. מ'האט אפגעדריקט א סאך סטיקער'ס אז די צייטונג זענען א באנדע ציונים, רח"ל. און מ'האט עס אנגעקלעיבט איבעראל. און שוין... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 5:58 pm

· #209725
דער איד שרייבט דאך אבער יא ''בחורים''

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 3, 2014 6:54 pm

· #209740
באקומען אין אימעיל

.
📎 IMG-20140703-WA0068.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:38 pm

· #209751
ישמעאל הכהן
דער איד שרייבט דאך אבער יא ''בחורים''

דער "דער איד" האט נישט מורא אז מ'עט עים באשולדיגן אין זיין א ציוני. ווייל ער איז דאך דער פאבריקאנט. דער מאנופעקטשורער. די זאך אליין. ואין בודקין מן המזבח ולמעלה. ועוד. נאך א טעם. די אנדערע צוויי צייטונגען האבן קיינמאל נישט געטון קיין שום פעולה אקעיגן "דעם איד". משא"כ ער, יא. און נאכדעים האט ער נאך געדריקט א "קונטרס הסברה". זיך צו פארענטפער'ן. כאילו ער איז נאך גערעכט. על כגון דא נאמר מאמר החכם "קאזאק הנגזל"... 😕 😎 🙄 😈 🙄 😈 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:51 pm

· #209757
כוכב
[ציטאט אראפגענומען]

נגיעה ביי א נדה האט א צד היתר?

הענט? קאפ? ע"י מטפחת. עה איך מאך נאר א דזשאוק. ס'אי נישטא קיין היתר אויף דעים. א לימוד זכות אפשר יא!...דו מיינסט ווייל ער זעיט אויס ווי א רב, קען ער שוין לערנען. ס'געוועין א גאר חשוב'ער איד וועלכער האטציך גערופן "רב". ר'האט אפילו געהאט א שטעיטל אויכעט. ער איז געוועין א זיסער איד. אבער נעבעך א גרויסער, געשוואלענער ע"ה. מ'דערציילט צעינדליגער מעשיות איבער איהם און זיין גאונות. איין אינטרעסאנטע מעשה'לע וואס כ'האב געהערט מפי אנשי אמת? אז ער האט אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד און אויסגעלאזט ביי מודים. "ברוך א-ל ההודאות". ווען מ'האט עיהם געפרעיגט פשט, האט ער געזאגט. "ס'הייסט דאך מודים דרבנן. און איך בין א רב".... 😂 😂 😂 🙄 😠 😳 😳 😳 😉 😮

שרייבער » זונטאג יולי 6, 2014 10:41 am

· #210178
@שבת אחים
נאך וועם הייסטו?
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/369893">http://www.jdn.co.il/news/369893</a>
בלאט: 1 2 3 4 5 6