☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » באשלאסן

באשלאסן

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6600

פליקער » דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:40 pm

· #205724
באשלאסן
IMG-20140612-WA0002.jpg

באשלאסן

איך קען נישט גלייבן וואס איך ליין דא, ווער איז די מכון וואס האלט אז מיר זענען ברעין טויט, ווי שעימט מען זיך נישט צי מאכן פורים פון אינז ברעש גלוי, ממש איך האלט עס נישט אויס אז די געימס ארבייטן, איך קיק זיך ארים שפיר איך, ווי בין איך דא, מיט וועימענען זיץ איך ביי איין טיש, ווער איז דא משוגע, קען זיין אז איך בין גאר דער, איך בין פאריקט, איך האב גאר עפעס א בלאקיד'ש, אז איך ווער נישט פאריקט פאר עקסטאז נאך וואס איך ליין די ארטיקל, איך בין גאר דער וואס איז דער אויפגעקלערטער, איך ברויך פארעכטן מיינע מעשים, איך בין פאר אינטערנעטעט געווארן, איך בין געפערליך קאלט צי מכון עצה טובה, איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר, פארוואס ווען איך ליין די ארטיקל שפיר איך ווי איינער וואס טרעפט א פראבלעים פאר א לעיזינג, נישט קיין לעיזינג צים פראבלעים, עס איז אזוי דורך זיכטיג, יעדע תינוק בר חד יומו ברויך דאס קענען זעין, אבער עס ארבייט נאך אלס, איך בין דער שוטה, אויפגעקלערטער, איך קריך פון זינען אראפ, ווי אזוי קען דאס זיין, פארוואס כאפט קיינער נישט וואס איך מיין בכלל.

די פראבלעין מיינע הייבט זיך נישט אן ביי די מכון, עס גייט שוין אן יארן, איך קים אין שיל יעדען ציפרי, איך נעם מיר אלע צעטלעך, איך וויל דאך וויסן נייע שידוכים, ווער מאכט היינט חתונה, יעדען טאג איז דא א פרישע מין צעטעל, פון א נייע גיט הארציגע ארגענעזאציע, וואס האלט נישט אויס אז איך קים אין שיל און וועל נישט וויסן די נייע שידוכים, אדער וועימענן'ס איז היינט די גרויסע יארצייט, לייגט מען ארויס א צעטעל, ני אז שוין דא א צעטעל, פארוואס נישט אביסעלע עדווערטייזן, עס האט דאך הוצאות, איינער מיז דאך באצאלען.

גיבט זיך אבער א זעץ ארויף אויפן צעטעל א לאנגע שנויעץ, און גייט נישט אוועק, ער דינגט אפ נישט מער און נישט ווייניגער ווי א גאנצע פערטל צעטעל א יעדען טאג, הייבט אן ביי איין צעטעל, איז מצליח, נעמט מען נאך א צעטעל, לא ראו זה כראו זה, צד השווה שבהם אז איך בין בייז, ווי איך קיק מיז איך זעין די מופת פינעם געוויסן קארפארעישן, זייער (עדווערטייזמענט) זייער באשלאסן מפרסם צי זיין, זייער זיכו הרבים, זייער האלטן אז איך בין משוגע, זייער זעלטענע געלעיגענהייטן, זייער זארגען אז איך זאל שפארן, זייער זארגען אז איך זאל פארדינען, זייער תורה חסה על ממונו של ישראל, זייערע ישועות ווארטן ביי מיין טיר, אלעס האט איין צד השווה, ווי איך זעי עס, געב אהער דיין געלט, און טראג זיך אפ, ני געב אהער בשביל מיין כולל וואס זאגט תהילים, געב אהער בשביל איך לעש עין הרע, צא בשביל די פסוק שטייט שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב, צא בגין דכתיב קול רנה וישועה באהלי צדקים.

אויך היינט איז שוין דא ב"ה לע"נ סיינס אויף די פארקאקטע עדס וואס קריכן פון מיינע נאז לעכער, הער א מעשה, איינעם'ס נשמה גייט האבן אן עליה ווען ער באצאלט פארן דבר יום ביונה, ווען ער נעמט זיך אינטער מפרסם זיין אז עס איז דא א באס צים וואלד, מען גייט פארן ווייט ווייט רעדן צים באשעפער פון וואלד תיכף נאכן נץ החמה, לייגט מען לעיבן דעים, מודעה זו נתנדבה לע"נ ר' נחמן בן פיגא, זי"ע, ווי זענען מיר דעקייקלט, פארוואס קיק איך זיך אן ציריק געבליבן, איך פיל דערנידערט ווען יעדע יצמח פירקניה, יעדער נפיחה שלא עשו כל צרכו, קען זיך ארויפ זעצען אויף מיר אן קיין קאנצעקווענצן.

איך קויפ נישט אפ די תירוץ, אז יעדער קען ווי לאנג ער באצאלט, ווייל ליפא אן בראדוועי וויל אויך באצאלן, און קיינער נעמט נישט זיין עד, נאר דא איז דא א פלאן אינז צי פארטייבן די מוחות, און מיר שוטים שבעולם לאזן זיך, און מיט די צייט שלאגט די עדס ווארצלען און תהילים כולל איז הויפט נייעס אז זיי זענען געגאנגען גלאבאל, ווי זענען מיר, מען ברויך זיך כאפן, ציריק שלאגן, מען קען נישט טיען מיט באזעסענע מענטשן וואס מען וויל, מען קען נישט שפרייטן יעדע סארט צעטל וואס די פרינטער איז וויליג צי פרינטן, אלעס האט א שיעור, מען ברויך נעמען קאנטראל איידער עס איז צי שפעיט.

ווען איינער לייגט אריין א אימאיידעלע בילד אינעם דבר וואלט מען געפינען א וועיג אים צי סטאפן, ווייל מען וויל, אלזא פאר וואס ווילן מיר נישט סטאפן א אפענע פעלטשינג וואס פאסירט מידי יום מיומו אינעם דבר יום ביומו, אינטערן שיינעם פירהאנג פון אידישע שמחת, אדער פשוט גיט מארגען, אדער די קלעסיפייטס, וואס טיט דאס אן קיין שום פארוואס אדער פארווען, פשוט ווייל ער פארשטייט אז איך בין א פערד, און פערדן עסן שטרוי, מיר ברויכן אויס ריפן מיר זענען נישט קיין פערד, אדער ווילסטו זיין און ביזנעס און עדווערטייזן פאר מיין גשמיות, דאן שאקל זיך אפ פון מיין רחניות, זיך די מיר נישט קיינע געלעיגענהייטן, אז איך קען איצט פארבעסערן מיינע מעשים, און דערמיט שטיצען צעינליגע הינגעריגע אינגעלייט, וואס קיקן ארויס אויף מיין סאבסקיפשן צים תהילים אנלימיטעד פלען.

האסט באשלאסן לפרסם, ווער האט דיך געפרעיגט, ווער איז ניגעריג, גיי באשליס זיך צי זעצען לערנען א בלאט גמרא, גיי באשליס צי טיען חסד מיט אן אנדערן, גיי ביטע באשליס נישט צי דערגיין אנדערע די יארן, ווילסט איין מאל עפעס מגלה זיין, מיינט נישט אז דיין עד מיז האבן א אימבאשטימטע פארזעצינג וואס קיינער ווייסט נישט די ענדע, ווייל עס ענדיגט זיך נישט, עס ווערט נאר מער און מער פארצווייגט.

לית דין בר נש » דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:47 pm

· #205727
איז למעשה וואס האסטו באשלאסן צו טוהן???
עיקר חסר מן הספר!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:51 pm

· #205729
דו פליקער איך צופליק זיך פון געלעכטער...

עניוועי איך מיין אז דיין פראבלעם שטעקט ווייל דו רעדסט זיך איין אז דער עיקר איז צו פארשפרייטן די שמחות און דאס איבריגע איז נאר כדי צו באצאלן די שפעזן, אה, לא מיניה ולא מקצתיה, די מטרה איז צו לייגן מאדנע צעטלעך און שארפע איסורים אקעגן אינטערנעט און מיידלעך וואס גייען ארבעטן אין אפיסעס, און די איבריגע איז שוין נאר א באונוס. איינמאל דאס זעצט זיך דיר אין קאפ אריין וועט דיר שוין אלעס פארענטפערט ווערן, עס וועט דיר שוין נישט שטערן די איבריגע "זייטיגע" צוגעהערן 😛

יואב » דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:53 pm

· #205730
לית דין בר נש
איז למעשה וואס האסטו באשלאסן צו טוהן???
עיקר חסר מן הספר!

אויב ס'האט זיך אים גע'ספק'ט, אז ער לעבט אין א צרות'לאזער, ישועה'פולער הימל שרייענד-קראנקער געזעלשאפט, איז ער געקומען צו א מסקנה. משוגע איז אין סטייל! וואנזיניגע געלט-גייציגע באנדיטן שטייען אין שפיץ פון אונזער ארימען לעבן, און צעפירן זיך די הענט אויף תמימות'דיגע סיפוק'לאזע שעפסן. יחי השיגעון!

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 12, 2014 3:00 pm

· #205733
אוי זאגסטו גוט. ביסט גערעכט טויזענט און איין פראצענט,

די פראבלעם איז נאר אז דו און איך זענען נישט גאנץ יהדות החרדית, ס'דא אסאך מענטשן (בהמות) וואס האלטן יא אז זיי גיין געהאלפן ווערן, עכ"פ זיי לאזן זיך קאסטן אויף די אלע שטותים, והא ראיה די אלע עדד'ס וואקסן ווי הייבן, מוז זיין אז די ריזאלטס זענען שטארק,

בלי שום ספק טאמער לייגסטו אריין מארגען א עדד, אז פאר 100 דאלער הערסט אויף פיצען דיין נאז ביי די רויטע לייט, לע"נ יענעמ'ס באקאנטע, גייסטו באקומען אפאר טעלעפאון קאלס,

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 12, 2014 4:11 pm

· #205744
פליקער. (און אלע אנדערע מגיבים ביז אהער.) . ייש"כ. דו פליקסט גוט אריין . אבער איך האב איין בקשה צו דיר. ביטע זיי נישט אזא תמים. אזוי נאאיוו. בעצם ביסטו נישט נאאיוו נאר דו ווערסט אויפגעקאכט ווען דו זעיסט צו זייער חוצפה (פון די אלע ארויסגעיבער'ס פון די שמוץ- בלעטלעך און די אדווערטייזער'ס) ווי זיי זענען זיך מתלבש אין א תמימות'דיגן, הייליגן לבוש כאילו זיי מיינען נאר אינזער טובה. אבער דערווייל זענען זיי נאר אויסן ארויסצו ציען די פאר דאלאר פון אינזער טאש. נאר א יעדער בר דעת פארשטייט אז די זענען א באנדע ליידיגגייער און איינפאכע גנבים. איינמאל מיר וועלן איינזעין דעים דבר פשוט 'עללן מיר זיך אויסלאכן, און ניטאמאל אנקוקן די געדריקטע אשר יצר פאפיר.
נאר ס'איז אינטרעסאנט אז פון די אלע אזוי-גערופענע מצדיקי הרבים וועלכע מאכן יעדן בה"ב אן אנדערע אסיפה איבער די שעדליכקייט פון אינטערנעט און צניעות אסיפות, לאזן צו אזא שווינדל לעיני השמש אריינצונארן תמימות'דיגע מענטשן. אין די זעלבע תורה, אדער אפשר נאכמער בפירוש, ווי ס'שטייט אז אינטערנעט איז אסור, און אז אידישע פרויען גייען אנגעטון בפריצות, שטייט ארויס בפירוש. "לא תונו איש את עמיתו". און מ'דארף נישט אנקומען צו סקולענער רעבע, הרב פאלק אדער (להבדיל בין אנשים לנשים, ר"ל) די רעבעצין קלוגהויפט שליט"א. פארוואס הערט מען נישט אט די אלע צדיקים וצדקניות א ווארט פון מחאה אקעיגן די פירצה? עניוועי. איך מוז לויפן. ועוד חזון למועד, אי"ה... 😕 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 🙂 😮

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 12, 2014 4:18 pm

· #205748
berlbalaguleh
(להבדיל בין אנשים לנשים, ר"ל) 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 🙂 😮


👍 👍 👍

פליקער » דאנערשטאג יוני 12, 2014 5:57 pm

· #205769
איך מיין נישט בדווקא די עד, איך שרייב קלאר פון תהילים כולל און אנדערע גניבישה עד'ס, די עד האט מיך ארויסגענימען פון די כלים, און עס האט מיך געברעינגט צים אויפרייס, ווייל עס שטעכט מיר אינדע אויגן, אז איך ווער פארקויפט און די פארם פון א טעיגליכע צעטל אמונה מוסר מיט די זעלבע גענויע מהלכים וואס איך ווער פארקויפט א סעיל ביי דזשי ענד דזשי און שטריימלעך.

פליקער » דאנערשטאג יוני 12, 2014 6:01 pm

· #205770
לית דין בר נש
איז למעשה וואס האסטו באשלאסן צו טוהן???
עיקר חסר מן הספר!

איך האב נאך נישט באשלאסן ווער סיז חסר

פישלע העררינג » דאנערשטאג יוני 12, 2014 6:12 pm

· #205771
@פליקער, דו שרייבסט זיס, והבטחתי לפרסם.

כוכב » דאנערשטאג יוני 12, 2014 6:32 pm

· #205777
קען מיר איינער זאגן אין קורצן וואס דער פליקער וויל?

אי איתמר » דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:18 pm

· #205802
כוכב
קען מיר איינער זאגן אין קורצן וואס דער פליקער וויל?
יואב

וואנזיניגע געלט-גייציגע באנדיטן שטייען אין שפיץ פון אונזער ארימען לעבן, און צעפירן זיך די הענט אויף תמימות'דיגע סיפוק'לאזע שעפסן. יחי השיגעון!

דריידל » דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:56 pm

· #205803
א קלוגע איד האט מיר גע'עצה'ט נישט צו ליינען קיין צייטונגען, פלאקאטען און פלוג צעטלעך. איך האב אים געפאלגט און קען אים נישט אויפהערן צו דאנקן. דאס לעבן איז מיר סאך רואיגער אזוי. איה"נ, איך פארפאס אמאל א שמחה, איך ווייס נישט אייביג ווער ס'איז נפטר געווארן אדער אויב בוני עולם מאכט א דינער, אבער ס'בעסער אזוי ווי די אדער וועי אראונד. די בלוט פלעגט מיר ארויפגיין אין קאפ ווען איך פלעג ליינען אזאנע הבלים אין די בלעטלעך. היינט ב"ה זעה איך אלעס מיט מיין אייגענע שכל אין נישט ווי דער צייטונג שרייבער וויל איך זאל טראכטן.

נ. ב. כ'האב צוגעזאגט מפרסם צו זיין

נאך א פשט » דאנערשטאג יוני 12, 2014 11:02 pm

· #205807
פליקער


איך קויפ נישט אפ די תירוץ, אז יעדער קען ווי לאנג ער באצאלט, ווייל ליפא אן בראדוועי וויל אויך באצאלן, און קיינער נעמט נישט זיין עד, נאר דא איז דא א פלאן אינז צי פארטייבן די מוחות,


אלץ איז ביזנעס און גארנישט מער. די סיבה פארוואס זיי וועלען נישט אריינלייגן ליפא אן בראדוועי'ס עד איז נישט ווייל זיי האלטן אז עס איז נישט ריכטיג אדער נישט יודיש. די סיבה איז ווייל די ליינער וועלן פארפירען און ממילא לוינט זיך עס נישט פאר ביזנעס. משא"כ די עדס וואס די זעהסט ליינען רוב מענטשען מיט דארשט חוץ פון צוויי דריי אויפגעקלערטע, ממילא לוינט זיך דאס יא פאר ביזנעס.

א ביזנעס מאן מאכט דיסיזשענס בעיסט אויף איין איינציגע שאלה, וועט עס מיר ברענגען מער געלט אדער ווייניגער געלט. יודישקייט און עטיקס לאזט מען פאר א אנדערע צייט

איחוד פעלד » דאנערשטאג יוני 12, 2014 11:09 pm

· #205808
נאך,

ביסט גערעכט, אבער פליקער איז גערעכט מצד אחר.

ווען די "דבר" וואלט אנגענומען אלע כשר'ע עדס, שטעל זיך פאר איך בין מחליט אז כ'בין גרייט צו ספענדען אפאר דאלאר און מעמיד זיין דער עולם על האמת, און כ'שרייב מיר אויף א עד בערך בזה הלשון

טייערע אידען, גלייבט נישט אין קופת העיר, תהלים כולל, לערנען אהח"ק, און אלע אנדערע מרעין בישין בכל שום וחניכא דאית להו, אויב איר האט רח"ל א צרה, טוט תשובה און זייט מתפלל פאר רבש"ע, און איר וועט געהאלפען ווערען.

וויפיל טשאנס גיבט איר מיר אז דער עד וועט ווערען געדריקט????????????????????????

זערא, נול, נאדא, גארנישט,

ווייסט פארוואס?

ווייל מען טאר נישט זאגען דער אמת, און זענען אזוי טיף אריין געגראבען אין אונזער טינופות, אז מען וויל זיך נישט זעהן ארויס.

ועל זה ידוו כל הדווים.

נאך א פשט » דאנערשטאג יוני 12, 2014 11:15 pm

· #205811
נישט ריכטיג

זיי וואלטן עס נישט גענומען ווייל זיי מאכן מער געלט פון די קןפת העיר'ניקעס און איינמאל זיי נעמען אזא עד וועלען זיי קיינמאל מער נישט עדווערטייזן

אזוי ווי די SUPERBALL האט נישט געוואלט נעמען די עד פון SODA STREAM וואס האט חוזק געמאכט פון קוקע קולא

פליקער » פרייטאג יוני 13, 2014 12:16 am

· #205817
נאך א פאטש
דעיס אז מען וועט פארפירן ביזטו גערעכט, מיין שאלה איז פאר וואס טאלערירן מיר קי'עראציע יא, עס קען נישט זיין נאר ביזנעס ווי מרן איחוד פעלד איז שיין מסביר מיט זיין עד וואס ער וואלט זייער געוואלט אריין לייגן פאר א גרויסע פרייז,
אגב פיל מגיבים דא פריוון מיר מסביר זיין אלף בית, איך וויל איינמאל פאר אלעמאל זאגן אז איך ווייס געוועינטליך די תירוצים אויף מיינע שאלות, נאר כדי לחבר את ה'הויזן פרעיג איך קשיות, מיין'ט נישט אז איך בין א נא'איוו קינד וואס האט אנדעקט מעריקע, און פרעיגט שאלות תם.
סארי כוכב אז די פארשטייסט נישט, היפ איבער דעים אשכול,

נאך א פשט » פרייטאג יוני 13, 2014 12:30 am

· #205818
ווייסט פאר וואס מיר טאלערירן קי'עראציע, ווייל מיר זענען קיען.

איך מיין נישט איך און דיך, איך מיין די הונדערטער וואס ליינען זייערע צעטלעך יעדן טאג.

יעדער ביזנעס דארף קענען זייערע קאסטאמערס. אז די קאסטאמערס זענען קיען שטעלט מען צו גראז צו קייען, איי עס פאלן אריין אפאהר מענטשען און וואס וועלען זיי עסן? נאר וואס דען, טו בעד. הכל הולך אחר הרוב

געגאנגן » פרייטאג יוני 13, 2014 1:00 am

· #205820
כוכב
קען מיר איינער זאגן אין קורצן וואס דער פליקער וויל?

ער וויל באלד עפענען א גמרא כולל
(איך האב געזען אז א משניות כולל איז שוין פערכאפט,
דארף מען זען צו כאפן גמרא כולל)

פליקער » פרייטאג יוני 13, 2014 8:15 am

· #205840
איר האט אלע פארגעסן פינעם כולל בין השמשות

ברסלבער » פרייטאג יוני 13, 2014 9:14 am

· #205845
פאר שבועות איז געווען עדוועטייזט א שפאגל נייעם כולל, גערופן כולל דוד המלך, זיי זאגן אויס תהלים ביים קבר דוד המלך, און שטעלן צו נאך ענליכע פארשידענע 'סערוויסעס'

געגאנגן » פרייטאג יוני 13, 2014 10:05 am

· #205852
ברסלבער
פאר שבועות איז געווען עדוועטייזט א שפאגל נייעם כולל, גערופן כולל דוד המלך, זיי זאגן אויס תהלים ביים קבר דוד המלך, און שטעלן צו נאך ענליכע פארשידענע 'סערוויסעס'

עס אלעס איין מענטש - איין אנדרייער -
פראבירט אלע וועגן
אזויווי מהדרין און J&J

צענטער » דינסטאג יוני 17, 2014 1:47 am

· #206345
איך קען פשוט נישט פארשטיין פארוואס דו מיינסט אז דיין "פוינט" קומט ארויס קלארער ווען דו ניצט שמוציגע ווערטער (ניבול פה).

איך מיין בכלל אז דיין גאנצע מגילה איז נישט ווערד א תשובה ווייל איך און דו און יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז די בלעטער זענען דא צו מאכן געלט ותו לא. זיי וועלן אריינלייגן "עני" עד וואס ברענגט געלט בלי שום קשר צום שכל פונם ציבור וואס ליינט דאס (חוץ עדס וואס וועלן גורם זיין מ'זאל דעם בלעטל ארויסווארפן פון שול למשל א עד פון דעם צויאשעטע ליפא). האסט א ברירה נישט צו קוקן אינם בלעטל בכלל און אויף די עדס בפרט.

איך שרייב דעם תגובה בלויז פארן אויספיר: לכאורה האסטו פארגעסן פון די גמרא (אדער האסטו דאס קיינמאל נישט געלערנט), הנותן צדקה כדי שיחי בני הרי זה צדיק גמור.

אריינריקן אפאר טאלער אין טאש פאר א נצרך ברענגט ישועות און רפואות, דאס איז א פאקט וואס חז"ל לערנען אונז, דעריבער זעה איך נשיט קיין חסרון ווען די צדקה ווערט געגעבן בדרך כבוד, דהיינו דער מקבל שפירט זיך נישט א שנארער ווייל ער שטעלט דיר צו א תהלים פון דעקל צו דעקל און נאך דערצו חוץ די געוועלדיגע מצוה פון צדקה און נאך בדרך כבוד האסטו גאר אריינגעכאפט א אויסזאגן תהלים פאר דיין זכות. אלס א מאמין בחז"ל זעה איך נישט א חסרון אין מפרסם זיין און אין שטיצן אזא זאך.

אויב איז דיין פראבלעם בלויז די צוגאנג, די קינדישע מעשיות און גאנץ אדער האלב בלאפערישע סיפורי מופתים וואס באגלייטן די עדס דאן קען איך אפשר פארשטיין דיין דריקעניש אבער איך האב פאר דיר נייעס, וועלקאם טו ריעליטי, אזוי גייט עדווערטייזמענטס בכלליות בשנת 2014 אפילו בגשמיות, און אויב אזוי דארפסטו זיך נעמען צו בוני עולם'ס ביינער פארן פארשווענדן א פערטל מיליאן דאלער פאר יעדן דינער און דערנאך קומען צו מיר בעטן $500 דו האסט געמאכט אפשר א חשבון וויפיל אינגעלייט דארפן זיך אנשטרענגן צו געבן $100 צו שמירן די אומדערהערטע געלט שווענדעריי צו דעקן די אויפרייסערישע פראפעגאנדע?

פליקער » דינסטאג יוני 17, 2014 9:55 am

· #206375
📎 IMG-20140617-WA0008.jpg

איך דריי זיך ארים שוין א לעינגערע צייט, איך זיך נויטיג א ניצבארע מתנה צי קויפן פאר א נאנטע חבר מיינע, א מתנה וואס יענער וועט מיך געדעינקן, א מתנה וואס יענער וועט שטארק הנאה האבן, ב"ה היינט ציפרי איז עס מיר פארענטפערט געווארן, איך האב אריין געבלאנדזשעט און א מעלדינג, וואס די מעלדינג איז מיר געוועין א דערלייכטינג, עס איז מיר גלייך אויפגעלאכטן די אויגן, איך האב גלייך פארשטאנען אז די מתנה איז ווי געווינטשען פאר מיין חבר, ער וועט מיר זייער דאנקבאר זיין, נעמליך א אחור רייניגער, עס טיט שפרעינגען וואסער, און אזוי דיר רייניגען דעים אימריינבארער חפץ חשוד, אויב ווילט איר אויך זוכה זיין דערין, דאן ריפט דעים נומער אויפן עד, זיי זאגן צי אז עס וועט אייך זיין זייער איינגענעים, זיי טיען אויך זיך רעכענען אז עס קען זיין שווער צי דעליווערן, על כן מחמת די גרויסע נאכפראגע פארשפרעכן זיי א דעליווערי פריי פון אפצאל, איך גלייב אז מען קען זיי אויספרעיגן בשעת'ן דעליווערן זיי זאלן אייך געיבן א איינמאליגע דעמאנסטראציע.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 17, 2014 10:27 am

· #206380
פליקער: ייש"כ פאר ברענגען די בשורה מרנינה פון דעים בידעט, בלע"ז. איינס פון מיינע שאלות האסטו שוין פארענטפערט. ס'איז מיר קשה געוועין אויב די אדווערטייזטע פרייז פון $55.00 איז שוין אריינגערעכנט דעליווערי אויכעט. יעצט איז נאר געבליבן די שאלה וואס טיצעך מיט אינסטאלעיש'ן. מ'קען עס אראפלייגן אין דיינינג רום, אדער נאר אין ביהכ"ס. און וויאזוי קאנעקט מען די הייסע און קאלטע וואסער צו די כלי. אדער אפשר איז עס נאר געמאכט צו שפריצן קאלט וואסער. א פאר בילדער (אפשר ווידיאו אויך) מיט אינסטראקשנ'ס וויאזוי און וואו צו אינסטאלירן די כלי וואלט געוועין זייער ניצליך... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮