☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » Transparency, און די נו יארק טיימס

Transparency, און די נו יארק טיימס

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #660

Starbucks » מוצ"ש מאי 19, 2012 11:50 pm

· #13463
Transparency, און די נו יארק טיימס
ערשטענס וועל איך מסביר זיין וואס דאס הייסט טרענספערענסי. טרענספערענסי אויף עברי טייטש מיינט דורכזיכטיגקייט. ס׳טייטש, זיי זענען דורכזיכטיג אזוי אז יעדער קען זעהן זייערע פראצעדורן און קען קריטיקירן אן אומרעכט צו וואס.

דא האט די טיימס נישט נאר זיך געלאזט קריטיקירן נאר זיי האבן גאר אליין אריינגעלייגט די באשולדיגונגען און קריטיק אין זייער אייגענע צייטונג אינעם עדיטאריעל בלאט. אהן אריינגיין אין די פרטים פון די מעשה, מוז מען זיך אפשטעלן דא צו באמערקן און אויסלויבן די טיימס פאר זייער טראנספערענסי און איבערמענטשליכקייט. ממנו ילמדו וכן יעשו.

ס׳וואלט געוועהן א געוואלדיגע זאך ווען אונזער היימישע פרעסע וואלט זיך כאטש אביסל צוגעשטעלט צו אזעליכע דשורנאליסישע עטיקעטן.

זר זהב » זונטאג מאי 20, 2012 1:44 am

· #13474
יעצט וועל איך ווארטן פאר אן אנטשולדינגוג פונעם טיימס פאר די צאללאזע אמעריקאנער סאלדאטן וואס זיי האבן דערהארגעט. און ניין, כ'גיי מיך נישט מסביר זיין.