☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » בראך שעקר ע"ז מארצינו

בראך שעקר ע"ז מארצינו

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6596

הערשי » מיטוואך יוני 11, 2014 3:17 pm

· #205537
בראך שעקר ע"ז מארצינו
די שרייבערין מרת פריידא וויזעל האט אפגעשריבן היינט אן ארטיקל "א קירכע אין קרית יואל". מרת וויזעל איז א געוועזענע היימישע פרוי וועלכע פובליצירט ליטערארע ווערק און איז טעטיג אין קולטוראלע אקטיוויטעטן איבער חסידים און חסידות. די טעמע פונעם קרית יואל'ער "קירכע" איז אינטערסאנט, ווייל עס הערשט א נעפל ביים עולם איבער די פרטים, ווי זי שרייבט אין אירע זכרונות. דאס פאלגענדע איז אן איבערארבעטונג פון "א קירכע אין קרית יואל".


3012139.jpg

סהדי שעקרי
בשנת תר"ל האט זיך געיאוועט א קריסטליכע סעקטע, גערופן עדי קה (ע"י). די עדים זענען א ראדיקאל גרופע וועלכע האלטן זיך אפ פון רציחה, אפילו למלחמת מצוה זענען זיי זיך משתמט פון מקיים צו זיין יד העדים תהיה בו. זיי נעמען נישט, און גיבן נישט, קיין בלוט, אפילו במקום פיקוח נפש, כי הדם הוא הנפש. זיי פייערן נישט קיין געבורטסטעג, לאו דוקא ווייל טוב לו לאדם שלא נברא, נאר ווייל זיי דרש'ן אלה מועדי ה', אלה פוסל את הראשונים. ווי אויך זענען זיי שטארק עוסק אין קירוב, זענען מחזיר על הפתחים און זאגן פסוק לי פסוקתך, און זענען משמיע דעם דבר ה', ווי דער רמב"ם זאגט, "לישר דרך למלך המשיח". די פירער פון ע"י האבן שוין עטליכע מאל געוואלט מגלה זיין דעם קץ, נאר נסתלקה ממנו שכינה, ונשאו להעמיד חזון ונכשלו.
די ע"י גרופע קומט זיך צוזאם וועכנטליך בכל מקומות מושבותיהם צו לערנען תורה שבכתב ברוב עם. די בתי מדרש ווערן גערופן היכליא דמלכותא, ע"ש מלכותא דרקיע. די סעקטע האט געזוכט א פאסיג ארט אינדרויסן פון שטאט וואו אויפצושטלן א גרויסן היכל מלכות וואס זאל דינען ווי א צענטראל פאר גרעסערע פארזאמלונגען. בשנת תשל"ג האט די סעקטע אפגעקויפט א שטח אין די טאון אוו מאנרא, און האבן טאקע דארט אויפגעבויט דעם בית כריא דידן.
והיה מדי שבת בשבתו האבן זיך געשלענגלט ארום די גלילות פון קרית יואל באסעס און פריוואטע אויטאס לתלפיות, תל שכל פיות פונים אליו, עין כל ועין קוץ, ארויף דעם בארג, צו דעם באשיידענעם אבער שיינעם געביידע, געטינקען אין ווייכע גרינס און באצירט מיט מעינות נובעים מים חיים, לשמוע את דבר ה'.
צוליב פארשידענע סיבות, אולי צוליב ענייני ממונות, האבן די ע"י באשלאסן צו פארקויפן דאס ארט און נעמען דעם וואנדען שטעקן. בשנת תש"ס, האט הנגיד ר' יחזקאל זיגמונד בראך, רב דקהל בני אלעזר, אויסגעלייזט דעם שטח פאר כמעט צוויי מיט א האלב מיליאן דאלער, וכיון שהתחיל במצוה נקראת על שמו, בראך'ס לאט.
דורכאויס די יארן זינט קהל בני אלעזר האט אפגעקויפט דעם שטח, האט דריי מאל מיסטעריעז אויסגעבראכן פייערן אין דעם פארלאזטן היכלא דמלכותא, כאטש קהל בני אלעזר פלעגט נישט צו דאווענען דארטן און קיינער האט זיך דארט נישט געדרייט, והיה לפלא.
פאר צען יאר איז דער בנין געשטאנען פארלאזט און נאכגעלאזט, שועלים הלכו בו. יבש המעין ונקצץ האילן, די בוימער פארטרינקט, די בלומען פארוועלקט, און די שפרודלדיגע קוואל איז פארוואנדלט געווארן אין א בלאטיגע קאלוזשע, מקור חיים למקור אכזב. בשנת תש"ע איז דער בנין צושטויסן געווארן.

זכרונות פון מרת וויזעל
אין דעם הייליגן שטעטל קרית יואל, סמוך ונראה צום ציון הקדוש פון רביה"ק זיע"א, שטייט א תיפלה. אין דעם הייליגן שטעטל קרית יואל, גענצליך אפגעזונדערט פון די גוישע גאס, שטייט א תיפלה. הונטער אונזער הויז אויף סאטמאר דרייוו, פארשטעקט מיט הערליכע האדסאן וואלי בוימער, ביים שפיץ פון א שמאל געדרייטן שטעגל, שטייט א געביידע וואס מיר קינדער רופן תיפלה.
זען האב איך דעם תיפלה נישט געקענט, עס איז געווען צו געדעכט באוואקסן ארום. איך האב זיך אבער יא געקענט פארשטעלן וויאזוי דאס קוקט אויס. א הויך שמאל פארכמארעט געביידע, מיט דיקע גרויע שטיינערע ווענט. גאטישע פענצטער ווי האלב פארמאכטע אויגן הייבן זיך אויף ארויף ביז צום צלם ביים שפיץ. אינעוויניג דרייען זיך גלחים געקליידט אין שווארץ און פלאנעווען טייוולאניש א בלוט בילבול. אויפן דאך איז דער גלאק טורעם וועמענס קלאגנדיגע מאנאטינשער קלאנג, דרייען זיך שמועות, הערט זיך ביזן ליזענסקער גאס.
אין די שטיקיגע זומערדיגע שבתים פלעגן מיר שטיין אויפן טעראסע און באאבאכטן ווי די וואלד שפייט מיט באסעס און אוטאס פיל מיט קירכע גייער. מיר האבן געפאכעט מיט די הענט צו פארביי-פארנדע אוטאס. נאך אן אוטא און נאך, ביי-ביי, ביי-ביי. אט האט א פריינטליכער מאטאריסט געשמייכלט און געפאכעט א האנט אויף צוריק. שנעל, מיר טאנצן אראפ פון די בענקלעך, פאלן איינע אויפן אנדערע און קייכן זיך פאר געלעכטער.
נאכן טשולענט האט דער טאטע אונז גענומען אויף א שפאציר ארויף און אראפ פארעסט גאס. טיילמאל האבן מיר געפאסט מוט און פארקירעוועט זיך אהינציר ארויף אויפן שטעגל. מיר פלעגן אריבער דעם עלעקטראנישן צוים, שפאצירן צווישן די קוישן פלוישנע בלומען און קלארע וואסערפאלן, אבער קיינמאל האבן מיר זיך געוואגט ארויפצוקלעטערן ביזן קירכע.
אין איינעם א זומער האבן די אוטאס אויפגעהערט קומען. זיי פארטראגן זיך מער נישט מיט די אידן, האט מען געשמועסט. דער טאטע האט געזאגט אז זיי זענען איידעלע גוים און רעספעקטירן אונזער גלויבן. אפשר האבן זיי פרובירט צו שמד'ן אידן? זיי זענען מער נישטא.

ברסלבער » מיטוואך יוני 11, 2014 3:46 pm

· #205546
זייער אינטערעסאנט, הערשי.

איך בין גראדע אמאל געווען דארט אינעווייניג בשעת די קירכע האט זיך נאך געפינען דארט. זיי האבן געהאט אויפן מזרח וואנט דעם ערשטן פסוק חומש בראשית ברא אלקים וגו' מיט גרויסע בוכשטאבן, דאכציך אויך די עשרת הדברות. אויך האבן זיי געהאט דארט א מקוה.

ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 11, 2014 4:12 pm

· #205558
אזא רייכקייט, א רחמנות אויף אן עם הארץ וואס ליינט דיינע ווערק...

שלא עשנו כגויי הארצות,
רבי מכריז אל יכנסו עמי הארצות,
צב”י היא לכל הארצות.

יואליש » מיטוואך יוני 11, 2014 4:13 pm

· #205559
אפשר באלאנגט מיין שאלה אין די תורה אפטיילונג.

ס'איז נישט ס'איינצוגסטע קירכע וועלכע ווערט איבערגענימען דורך א בליעה"ר ופרצתה ימה וקדמה חסידישע ווינקעל. אין וויליאמסבורג האט מען לעצטענס (שוין אפאר יאר) איינגעווארפן די קירכע נעבן ספינקא שול, לי און קיעפ. די קלוזענבורגע ת"ת אויף בעדפארד און הויז איז געווען א קירכע פאר ס'איז געווארן א שול, קאנגרעגעשאן בני ישראל. און פילייכט זענען פארהאן נאך פעלער.

וואס איז די הלכה מיט אזא פלאץ? כ'האב געהערט אז ס'איז פארהאן א תשובה פון פאפא רב ז"ל איבער דעם ענין, אבער כ'קען עס נישט געפינען. כ'האב געהערט אז מאנכע זענען זיך מונע עד היום הזה פון אריינגיין אין די קלאזענבורגע זאל צוליב דעם. ווער קען אנצייגן וואס איז הלכה, וואס איז מנהג, אאוו?

היסטאריקער » מיטוואך יוני 11, 2014 4:16 pm

· #205560
מיר האבן געוואינט זייער נאנט, ממש מאחורי הגדר, געזען יעדען שבת די גאנצע פראצעסיע

ברוך שעקר

בעריש » מיטוואך יוני 11, 2014 4:27 pm

· #205561
איך זע א צווייטענ'ס פינגער אפדרוקען און די אידישע ווערסיע איבער די מאונטען קירכע.

טיטאניק » מיטוואך יוני 11, 2014 4:31 pm

· #205562
נו, איז דאך זייער גיט! וואס דארף מען דאס אראפ ווארפען?
זאל מען דאס איבערבויען שיין, ציריק אויפבליען דאס פלאץ און עס מאכען פאר א שיינער זאלוינישע שיל
און פלאצען זאלען די שונאים

יואליש » מיטוואך יוני 11, 2014 4:34 pm

· #205563
אין שטעטל פלעגט מען שמועסן אז זיי זענען אזוי מסדר די טראפיק, קמא קמא, דריי קארס ארויספארן אין יעדע ריכטונג, כדי נישט צו שטערן די רוה טאג פון די שכינים.

דאס געדענק איך, אז די מתפללים פלעגן זיין עלטערע פארפעלקער און פלעגן פארן גאר געלאסן.

אפטעמיסט » מיטוואך יוני 11, 2014 6:08 pm

· #205596
זייער שיין, @הערשי.

אינטערעסאנט איז אז פונקט פריער ביים פארן אויפ'ן בי. קיו. אי. האב איך געזאגט פאר א פריינד אין קאר אז כ'גיי נאכקוקן די וועב-זייטל jw.org, וואס שטייט אויף די גרויסע בנינים לעבן די ברוקלין בריק — וואס כ'געדענק שמועסן געהער אפיציעל פאר מיסיאנערן.
יעצט ביים אריינגיין אין די לינק וואס דו ברענגסט, זע איך אז ס'געהערט טאקע פאר דעם קריסטליכע סעקטע עדי קה.

יואב » מיטוואך יוני 11, 2014 6:46 pm

· #205602
הערליך רייך באשריבן, א מייסטער ווערק!
הערשי
[i]
דורכאויס די יארן זינט קהל בני אלעזר האט אפגעקויפט דעם שטח, האט דריי מאל מיסטעריעז אויסגעבראכן פייערן אין דעם פארלאזטן היכלא דמלכותא, כאטש קהל בני אלעזר פלעגט נישט צו דאווענען דארטן און קיינער האט זיך דארט נישט געדרייט, והיה לפלא.

😂 😂 😂

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 11, 2014 8:40 pm

· #205628
ברסלבער
זייער אינטערעסאנט, הערשי.

איך בין גראדע אמאל געווען דארט אינעווייניג בשעת די קירכע האט זיך נאך געפינען דארט. זיי האבן געהאט אויפן מזרח וואנט דעם ערשטן פסוק חומש בראשית ברא אלקים וגו' מיט גרויסע בוכשטאבן, דאכציך אויך די עשרת הדברות. אויך האבן זיי געהאט דארט א מקוה.

מ'מעג אריינגיין אין א קירכע?

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 11, 2014 9:10 pm

· #205631
טיטאניק
נו, איז דאך זייער גיט! וואס דארף מען דאס אראפ ווארפען?
זאל מען דאס איבערבויען שיין, ציריק אויפבליען דאס פלאץ און עס מאכען פאר א שיינער זאלוינישע שיל
און פלאצען זאלען די שונאים

נאר קיין מגן דוד'ס אדער א ישראלי'שע פאן זאל מען דארט ח"ו נישט אריינברענגען. א ווייס איך נישט. אבער א מגן דוד זיכער נישט... 🙄 😂 😈 😂 😠 😳 😉 😮

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 11, 2014 9:13 pm

· #205633
נולד מאוחר
ברסלבער
זייער אינטערעסאנט, הערשי.

איך בין גראדע אמאל געווען דארט אינעווייניג בשעת די קירכע האט זיך נאך געפינען דארט. זיי האבן געהאט אויפן מזרח וואנט דעם ערשטן פסוק חומש בראשית ברא אלקים וגו' מיט גרויסע בוכשטאבן, דאכציך אויך די עשרת הדברות. אויך האבן זיי געהאט דארט א מקוה.

מ'מעג אריינגיין אין א קירכע?

אויב ס'איז נישט דא קיין מגן דוד ר"ל מעיג מען יא...ווייל א סאך טשוירטשעס זענען שוין פארדארבן געווארן און זיי לייגן יא ארויס מגן דוד'ס., ר"ל מהאי דעתא...)ימ"ש(... 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

שצם_חנכל » דאנערשטאג יוני 12, 2014 6:49 am

· #205665
לויט דעם ארטיקל אז עס איז עס נישט געווען א קירכע נאר א פארזאמלונגס פלאץ, האט מען געמעגט אריינגיין.

יואב » דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:31 pm

· #205712
בעריש
איך זע א צווייטענ'ס פינגער אפדרוקען און די אידישע ווערסיע איבער די מאונטען קירכע.

@בעריש, עלעבאריר ביטע

כוכב » דאנערשטאג יוני 12, 2014 6:14 pm

· #205773
אן אווארד ווינינג ארטיקל מיט אן אווארד ווינינג שפראך מיט 18 צעפאנטשטע לייקס.
#וואו נעמט מען דעם גליקליכן אמאל

אפטעמיסט » דאנערשטאג יוני 12, 2014 6:17 pm

· #205775
[ציטאט אראפגענומען]


ס'ליגט שוין דארט א שטיק צייט, מיין איך. אבער ס'איז רעלעטיוו ניי.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 13, 2014 1:23 am

· #205825
2 וואכן צוריק זענען זיי געווען ביי מיין טיר, 2 פרויען זייער צניעות'דיג. כ'האב גערעדט מיט זיי 5 מינוט איבער זייערע דעות ביז כ'האב געפילט איך גיי מיך שוין שמד'ן האב איך געזאגט איך דארף גיין.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 13, 2014 5:03 pm

· #205925
רויטע וואנצעס
2 וואכן צוריק זענען זיי געווען ביי מיין טיר, 2 פרויען זייער צניעות'דיג. כ'האב גערעדט מיט זיי 5 מינוט איבער זייערע דעות ביז כ'האב געפילט איך גיי מיך שוין שמד'ן האב איך געזאגט איך דארף גיין.

דו וואלסט נאכאלץ געקענט שרייבן אויף קאווע שטיבל. מ'וואלט דיך אריינגעלאזט. איך בין זיכער. ווייל אינז בענקעןו זייער שטארק נאך דיינע טיפזיניגע מאמרים און אינטרעסאנטע קליפס. כ'מיין זייער הויפט וואלט עס ערלויבט. אויב ח"ו גייסטו יא אריבער צו זיי (ר"ל, היל"ת, וואלט שוין הרב ישראל מ. סופר געשריבן.) זאלסטו פארלאנגען אז דו זאלסט נאכאלץ מעיגן פארן צו רביה"ק הגה"ק שליט"א קיין קרית יואל אויף יום טוב... 😕 😎 🙄 😂 😂 😂 😃 🙂 😉 😮

אפטעמיסט » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:07 pm

· #217797
הטבלה לנצרות מחר ב 10:00 בבוקר בחולון!

מחר (יום שישי) ובשבת קודש יתקיים בבית 'יד לבנים' ברח' קוגל 11 בחולון, אירוע ענק להטבלה לנצרות של הכת הנוצרית המסוכנת "עדי ה'".

לצערנו הרב, פניותינו לגורמים בעירייה לא הועילו עד כה.

אנו מבקשים מכל מי שיכול - לפעול ולמחות במקום מחר ב10:00 בבוקר באופן מכובד וחוקי למען הרבות כבוד שמיים (שלא תצא תקלה ח"ו תחת ידינו), ו/או לפנות לגורמים בעירייה, כדי למנוע העברת יהודים על דתם ואמונתם.

לפרטים נוספים, יד לאחים 1800-620-640