☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » טראגעדיע ''לבית בעלזא'' (כבוד לרב הראשי)

טראגעדיע ''לבית בעלזא'' (כבוד לרב הראשי)

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6595

עפל סיידער » דינסטאג יוני 10, 2014 11:56 pm

· #205410
טראגעדיע ''לבית בעלזא'' (כבוד לרב הראשי)
בשעת די שמחת החתונה היינט ביים אייניקעל פון בעלזע רב און איר איר אייניקעל פינעם הייליגען בעלזע רבי מהרי''ד זצ''ל איז נעבעך פארגעקומען א טראגישע אומגליק למורשת בית בעלזא מיט נתינת כבוד לרבנות הרשעות רח''ל.


טייל פארענטפערן אז ס'א מסורה בבית בעלזא צו געבן כבוד למשפחת רב יוסף ז''ל מיט'ן געבן כבוד נאך לאביו ז''ל

📎 Bpz5HUvCYAARIhE.jpeg

ישמעאל הכהן » דינסטאג יוני 10, 2014 11:58 pm

· #205411
דאס איז הרב עובדיה זון? וואס איז שלעכט מיט אים?

עפל סיידער » מיטוואך יוני 11, 2014 12:01 am

· #205412
ישמעאל הכהן
דאס איז הרב עובדיה זון? וואס איז שלעכט מיט אים?

רב הראשי למדינת הציוני.
דאס געבן כבוד פאר'ן רבנות הראשות איז א מעסער שטאך אין די בעלזע זיידעס, איך אלס חסיד פון סאטמארע רבי זצ''ל וואס האט כסדר געלערנט פאר'ן ציבור און ממשיך געווען די לעהרע פינעם הייליגער בעלזע רב רבי ישכר דוב זצ''ל איבער שטיין ווייט מרשעים, פיל אז דאס איז א טראגעדישע פגיעה אין זיינע זיידעס.

I'm back » מיטוואך יוני 11, 2014 1:14 am

· #205432
מעג מען טרינקען א קאווע אן מילך, צוזאמען מיט פלייש, אדער איז עס אסור משום מראית עין?

פלעין יודיש » מיטוואך יוני 11, 2014 1:26 am

· #205435
איך האב געזעהן די קעפיל פונעם אשכול, האב איך געמיינט אז די באציהסט דיך צום ביטערן טראגעדיע וואס האט פאסירט היינט פארטאגס אין א''י ווען א בעלזער יונגערמאן איז ל''ע אוועק נאך א שווערע עקסידענט אויפן וועג אהיים פון די חתונה.
ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די ושנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות אמן.

עפל סיידער » מיטוואך יוני 11, 2014 8:48 am

· #205460
א ביטערע אומגליק ר''ל האט פאסירט נעכטן נאכט.
ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.

📎 orig_77EF92AE4ABE482395E772F86859CF53.jpeg

עפל סיידער » דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:29 am

· #206867
ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר
אזוי זאגט רש''י אין פ' שלח ביים חטא המרגלים אז די נקודת העונש איז געווען אז די מרגלים האבען זיך נישט אפגעלערנט מוסר צוזעהנדיג די עונש אויף מרים.

די וואדרידזש'ער רב ר''י לעבאוויטש שליט''א האט עס געניצט בנוגע די טראגעדיע וואס האט פאסירט נאך די בעלזע חתונה אז היתכן מען האט צאמגעברענגט פארנט פון די ארון הקודש איבער די גאנצע וועלט די חסידים צו קוקען א מאווי שאו, און נאכדעם פאסירט אזאנס ואין קול ועונה אז אפשר דארף מען עפעס נעמען א מוסר.

(כך שמעתי משומעי דרשותיו)

דריידל » פרייטאג יוני 20, 2014 5:55 pm

· #207250
איך ווייס נישט וואס די חידוש איז. די בעלזע רב ז"ל האט גענומען פאר מסדר קדושין ביי זיי חתונה (בזוו"ש), די דעמאלטסדיגע רב הראשי. ס'דא וואס זאגן אז ס'איז געווען אלץ הכרת הטוב פאר די השתדלות אז ער זאל קענען ארייקומען קיין ארץ ישראל. איך שיהי' איז זייט דעמאלטס דא ווארימע באציאונגען צווישן בעלז און די רבנות