☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » היסטוריע פון סאטמאר רבי זי"ע - מצד שני של המטבע

היסטוריע פון סאטמאר רבי זי"ע - מצד שני של המטבע

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6591

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 5:26 pm

· #205309
היסטוריע פון סאטמאר רבי זי"ע - מצד שני של המטבע
אלע ארטיקלען זענען נעתק געווארען פון דער באקאנטע "טראנסליוואנישע צייטונג".

ווי אזוי הגה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע איז געווארען אויפגענומען פאר רב אין אורשיווא

ארשיווא - אין שנת תרע"א האט ארשיווא אין דער גאנצע געגענד באלאנגט צו דער בילקע געמיינדע און געוועהן איהר גליל. דער רב פלעג זיך זיצען און בילקא און פונקציאנירען אלס רב און גאנצען גליל אויף א חשבון פון פיפציג דערפער און ציווישען זיי אויך אויף אורשיווא.

האט פאסירט א מעשה און שנת תרע"א אז די רבנות שטוהל אין בילקע איז געבליבען ליידיק, אין דער בילקע קהילה האט געהאלטען אסיפות אויף צו טרעפען א פאסיגע רב ווער עס זאל ערזעצן דעם חלל.

מיר דארפן מקדים זיין: די שאלה איז פון זיין קומען אהין פאר איין שבת, ווי אזוי איז ער שוין געווארען אויף גענומען אלס רב?

די תירוץ, הרב טייטעלבוים'ס נאהטע חבר לייבעל פאשקעס איז אהין געפאהרען מיט אסאך - גע'גנב'ט געלט, וואס באלאנגט פאר זיין ברידער דעק סיגוט'ער רב, וואס געקומען איז פון סיגוטער אנהענגער - א צוויי חדשים פאר הרה"ג ר' יואל איז אנגעקומען, זיך געדונגען א הויז, אפגעשריבען און קאנציליי אז ער וואוינט אין אורשייוע, דער נאך זיך אריינגעדרייט אין די קהילה, אין ווי באלד ער האט אסאך געלט געהאט איז ער געווארען א מיטגליד, שפעטער דורך זיין איינפלוס אין צוגערעט די מענטשען צו חתמ'נען אויף די קאנסיס, ווען מ'האט זיך געכאפט איז געוועהן צו שפעט.

עכ"פ עס איז געוועהן צוויי הויפט פרעזענטליכקייטן, צוויי זייער חשובער רבנים דער בענעריקאוויצער רב אין דער זשאדאינער רב )דער שפעטער'דיגע אונגוואר'ער רב(, אין ביז דערווייל ווי לאנג די זאך איז נאך נישט ערלעדיקט געווארען האבען עטליכע אינטער געקויפטע - ווי עס האט זיך שפעטער אויף געוויזען - געכאפט דער געלעגנהייט אין געברענגט דעם דעמאלסדיגע ]נאך נישט קיין 25 יאהר[ יונגערמאן יואל'ישעל - ווי מ'האט איהם גערופען - אין מיט געוואלד אפגעריסען ארשיווא פין דער בילקא געמיינדע אין איהם געקרוינט פאר רב ואב"ד און אורשיווא.

די בילקע געמיינדע וואס איז געוועהן אנערקענט אין דער אונגערישע צענטראל-קאנצאליי אלס מוטטער געמיינדע פון ארשיווא און פינם גאנצען גליל, איז זעלבס פארשטענדליך אז עס איז געווארען דורך דעם א פריצת גדר אין עס איז איבערגעריסען געווארען א שטיק פין דער ארטאדאקסישע געמיינדע דארט ווי זיי האבען בפירוש מתרה געוועזען דער ארשיווער רב ביפאר ער איז געקומען. עס איז געשיקט געווארען אזהרות פון מונקאטשער רב אין אנדערע בתי דינים הסמוכים אז ער זאל זיך נישט דערוואגען אן קיין דית תורה צו קומען, און אין גרויס פארביטערונג האט די בילקער מוטער-געמיינדע ארויס געגעבען א גרויסע קול קורא, וואס עס ליינט זיך:

הלא ידעתם אם לא שמעתם, אשר עירנו בילקע מעולם הוא מקום דירת הרב אב"ד דפה וכו', וכן התקשרו יחד בילקא והגלילות בקשר חזק ואמיץ עפ"י דתוה"ק ועפ"י חוקי הארטה' דמדינה להיות בילקא המוטטער געמיינדע לכל הגליל, וכפי שנכתב בהארגאניזאציאונס לאנדעס שטאטוטען וכו', ומעולם רב אחד לכולנו בשלום ובשלוה.

אך הרב ר' יואל הנ"ל בא לארשיווא אחד מישובי הגלילותינו על שבת אחד ומטעמים שונים נתפתו לי איזה אנשים והתחילו יחד להרבות במחלוקות ולעשות פירוד בין הדבקים. והזהרנו אותו ע"י הרבננים הגאונים שליט"א והאקרו"ט שלא יבא להשיג גבולינו, ולא השגיח ולא שמע ובא להבעיר אש במחלוקות.

דאס איז און קורצען געוועהן ווי אזוי דער סאטמאר רב איז אנגעקומען קיין ארשיווא. אבער מיט דעם אליין איז דער געשיכטע נאך נישט גענדיקט, ס'קומט נאך א חלק שני וואס איז נאך פיל שענער אין אינטרעסאנטער ווי דער ערשטע.

* * *

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 5:27 pm

· #205310
דאס צווייטע חלק פון דער געשיכטע איז אזוי: הה"ג ר' יואל, ארשיווער רב זעהנדיג אז דער בילקער געמיינדע מיינט טאקע ערנסט מיט איהר פאדערינג, אין ס'קען גרינג זיין אז א דין תורה זאל פסק'נען אז מ'מיז פאקען פעק און זיך אפפוצען פון ארשיווא, איז ער געפאלען אויף א קליגע המצאה און אויך א שפוציגע איינפאל.

ער האט געשריבען א בריעוו צו דער בודאפעסטער צענטראל-קאנצליי אז היות בילקא מיט ארשיווא איז פון אייביג אויס געוועהן איין רבנות, און היות ער איז געווארען ארשיווער רב געהערט בילקא אויך צו איהם, און דעריבער פארלאנגט ער פון דער קאנציליי אז זי זאל שיקען א הזמנה צו דער בילקא קהל אז זיי זאלן מיט איהם שטיין צו דין תורה איבער בילקא רבנות...

אומר ועושה, נאך פאר וואס ער צוריק בייקומען א תשובה פון דער קאנציליי, האט ער שוין אריין געשיקט א שוחט, ער זאל גיין משיג גבול שחט'ן, אין אלע דערפער וואס געהערט צום בילקער שוחט, און אזוי ארום זאל עס הייסען דאס ער איז גאהר דער רב, והא ראי' אלע שוחטים זענען זיינע.

פארשטייט זיך אז אזא פאסקונדע מעשה האט ארויס גערופען א אויסער געווענדליכען שטורעם און דער גאנצע מדינה, מ'האט געזעהן א הירוס-הדת און א פריצ-גדר, און זאפארט האבען 10 רבנים גדולים ארויס געגעבען הארבע איסורים א קעגען די שוחטים וואס דער ארשיווא רב האט געשיקט שחט'ן. האט זיך אבער דער ארשיווער רב אליין אקעגען געשטעלט, א קעגען די אלע רבנים גדולי עולם, און ער א יחיד מתיר געוועזען די שוחטים.

אך די אלע זאכען איבערראל איבער דער גאנצע מדינה האט זיך געטוהן דערוועגן. היתכן דער צענטראל קאציליי זאל דערלאזען אזא "פושע" אין אזעלעכע אומדערהערטע זאכען, האט אבער די קאציליי זיי צירוק געוויזען די נאנטע פין דער בילקא געמיינדע, אין האבן מדחה גוועהן די בילקא געמיינדא, )רבי יואל האט שוין פון פריער דארט געהאט אריין געשטעלט זיינע מענטשען(, מיט דעם מאטיוו אז דער בילקע געמיינדע איז גערעכט און דער ארישווער רב האט אומגעזעצליך געהאנדעלט, אבער היות דער ארשיווע רב איז שוין דארט אין איז שוין א מוחזק ברבנות - כאטשיג קיין וואלן איז לגמרי נישט געוועהן - טאהר זיך בילקא נישט אויפנעמען א רב, ביז זיי גייען נישט מיט דער ארשיווער רב צו א דין תורה, און דא איז דא א בריעוו פון הגאון רבי קאפל רייך האב"ד פעסט דערוועגן:

היות שנדרשתי מאת הרה"ג האב"ד דק"ק ארשיווא, בהיות שיש לו טענה על מנהלי ק"ק בילקע אשר רצונכם לקבל רב וכו' והוא כבר החזיק ברבנות וכו', לזאת באנו להודיע שכן הסכימו באספת הצענטראל-קאנציליי שחלילה לכם לקבל רב עד שתעמדו לדי"ת עם הרב ר' יואל בזבל"א וזבל"א, וכל רב שקבלו עד אז הוא בכלל מסרב ויאסרו הוראתו עליכם.
הק' קאפל רייך האב"ד פעסט
הק' ישעי' זילבערשטיין האב"ד ווייצען

מיר זענען פרסם בכיון דאס גאנצע ענין איז צו מאכען אויפמערקזאם אז אזוי איז דער ארשיווער רב הה"ג ר' יואל טייטעלבוים געקומען אויף ארשיווא ביד חזקה, נישט קוקענדיק אויף די אזהרות פין בית דין הסמוך, אין משיג געוועהן פאר דער בילקא געמיינדע, און דאך דערצו אויף דער יסוד ווייל ער איז שוין מוחזק ברבנות האט גאהר גע'פסק'נט די קאציליי אז דער מוטער-געמיינדע טאהר זיך קיין רב נישט אויפנעמען.

צום דין תורה איז געוועהן ביים מונקאטשער רב הגאון רבי חיים אלעזר בזבל"א בזבל"א, דער מונקאטשער רב האט גענומען זיין פאהטער דער דרכי תשובה, און הרהה"ג ר' יואל האט גענומען זיין ברודער הג' רבי חיים צבי און נאך א שליש, רבי יואל האט אש אין פארעך געמאכט פון דער מונקאטשער, ווי באוויסט האט רבי יואל גאהר א שנעלע מחשבה בליצ'ענדיק שנעל, א געזינטע מבין דבר מתוך דבר, זייער שארף און כיטריג און דער מונקאטשער האט לפעמים נישט צום ווארט געקענט קומען. פון דארט האט זיך אנגעהויבען א ביטערע מערכה און ברענעדיגע מחלוקה ציווישען די צוויי.

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 5:28 pm

· #205311
ווי אזוי איז דער סאטמערע רבי
הרה"ג רבי יואל טייטעלבוים
געווארען אויפגענומען אלס קראלע רב


קראלע - קראלי איז אין יענער צייט געוועהן א שיינע אשכנזישע קהלה וואס האט געשפילט אבעדייטליכע ראלע מיט א נארמאל פיין לעבען, אירע רבנים פון אייביג אן געוועהן פרעזנטליכקייטן, ווא האבן גע'שמ'ט איבער דער גאנצע אידישע וועלט.

אין דעריבער פארשטייט זיך אין עס איז זעלבס פארשטענדליך אז מיט איהר גוטען ווילען האט זיך דער קראלער געמיינדע נישט ענטשלאסען צו אויף נעמען דעם דעמאלסדיגע נאך יונגען כמעט אומבאקאנטען ארשיווער "רבי'לע", ווייל די קראלע אידען האבען געוואלט אז די דאזיגע שטעלע זאל באזעצען א פרעזענטליכקייט א מושלם בכל המעלות, וואס זאל פארזעצען ווייטער די רוב רייכע פארגאנגענהייט פון דער קראלע קהילה. אין דאזיגע וואלט זיי זיכער געלונגען ווען נישט דאס וואס די פריינד-קליקע האט כמעט מיט געוואלד אין מיט אינטער- ערדישע מיטלען ארויפגעזעצט דעם אורשיווער רב, הרה"ג רבי יואל טייטעלבוים אויף דער ליידיגע רבנות שטול און קראלע.

מ'דארף צו וויסען אז פאר ר' חיים פריינד אין זיין קליקע איז די פראגע פון קראלע רבנות דעמאלס געוועהן וויכטיגע פראגע, ווייל נאך די פטירה פון הגאוה"ק ר' יודא גרינוואלד האבדק"ק סאטמאר זצ"ל ווען די סאטמארע קהילה האט זיך ארום- געדרייט איבער וועהלען א רב פאר סאטמאר, האט דאן ר' חיים פריינד פרובירט פארצושלאגען די קאנדידאט פון ארשיווער רב אויף די ליידיק געבליבענע פאסטען האט אבער דאס סאטמאר קהל דעם דאזיגען לעכערליכע פארשלאג ניט אמאהל און בעטראכט געגעבען אין צו איהר גליק איז נאך די צענטראל-קאנציליי דעמאלס געשטאנען אויף איהר געהעריגען הויך, און דעריבער איז אזא פראגע ווי צווינגען די טאריעטעט אז זי זאל אננעמען די פארשלאג ניטאמאהל ארויף געקומען אויפן סדר היום און זי איז נעבעך גענצליך דורכגעפאלען אין דערמיט.

אבער אויס צופירען דעם נצחון האט ר' חיים פריינד מיט זיין קליקע באשלאסען ביי זיך, זיך אנצושטרענגען אז הרב ר' יואל טייטעלבוים זאל ווערען קראלער רב צוליב א דאפעלטע כוונה.

איינס, צוליב דעם, ער זאל דארט זיין א קאנקורענץ פאר סאטמאר און זיין אן אבן נגף פאר הגוה"ק בעל קרן לדוד זצ"ל כדי איהם צו שטערען און אלע זיינע אונטער נעמונגען - אזוי ווי ס'איז בעוה"ר טאקע געוועהן.

צווייטנס, אויך דערפאר כדי ער זאל זיין נאהנט צו סאטמאר און א פאסיגע געלעגנהייט זאל מען קענען לאדנען די העק און בעק, און זיך קענען אריבער צוען קיין סאטמאר...

דעם ארשיווער רב איז זייער שטארק געפעלען דער געוואלדיגע פלאן פון זיינע שטוב מענטשען און מ'האט תיכף אנגעהויבען א אפענסיוו אויף דעם קראלע רבנות און אזוי איז ארשיווער רב געווארען קראלער רב.

ווי אזוי דער וואלען האבען אויס געזען- וועלען מיר א צוויטס מאהל שרייבען. באגניגען זיך אויף דערווייל מיט דעם.

א פאקט און קראלע הרה"ג רבי יואל טייטעלבוים האט מרחק געוועהן הרה"ח רבי נפתלי שווארץ פון קראלע, און ער פלעגט איהם זאגען אז ער איז אנ"אפיקורס" אין א "ציוניסט", אלס ווייל ער האט געעפענט דאס "בית מדרש עצי חיים", וואס מען האט געהאט געעפענט און קראלע א האלבע יאהר פאר הרה"ג רבי יואל איז אנגעקומען אהין.

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 5:29 pm

· #205312
דאס אמת'ע ידידות און חביבות בין הני תרי צדיקיא
הגאון רבי יואל טייטלבוים אבדק"ק סאטמאר
מיט הרב הצדיק רבי אהרן ראטה

סאטמאר שנת תרצ"ז לפ"ק - און סאטמאר וואוינט שוין העכער 20 יאהר דער באוויסטער "ארץ ישראל רבי" הרה"צ המפורסם רבי אהרן ראטה, וועלעכע איז באוויסט ביי די אשכנזים אזוי ווי ביי די חסידים זייער באליבט און אנגעזעהן, צוליעב זיין גרויס פרישות און גדלות בתורה אן שום פאליטיק אדער געקוצעלטע רבי-עריי.

דער דערמאנטער רבי, האט נישט געמאכט פון דער תורה קיין קרדום לחפור, און פונ'ם רבי'שאפט א געשעפט מיט פעטע פדיונים, ווי טייערע מעבלין וכו', ער זיצט זיך צוריק געצויגען און זיינע ד' אמות על התורה ועבודה לשמה, די איידעלסטע יונגעלייט פון סאטמאר זענען ארום איהם פארזאמלט און מ'לערנט תורה בקדושה ובטהרה, אזוי ווי דער סדר איז אין די ארץ ישראל'דיגע קרייזען.

דער דערמאנטער רבי הרב הצדיק ותמים רבי אהרן הנ"ל האט מיט עטליכע יאהר צוריק ארויס געגעבען א וואונדערבארע חיבור "שלחן הטהור" אויף וועלעכע אלע גדולי ארץ ישראל וחוץ לארץ האבען געגעבען זייערע הסכמות און האבן אנגעוויזען אויפן גרויסקייט פונ'ם מחבר.

אבער אחד הוא הרה"ג רבי יואל טייטעלבום אבדק"ק סאטמאר - וואס ווי באוויסט לשיטתו צורעדען און מוסר'ן פון די ענינים, אבער נישט דריקן פאר בחורים מיט "רחל בתך הקטנה" ווערטער פרטים און פרטי פרטים פון די ענינים וואס דער ספר רעט זיך -

וואס עס טוט איהם וויי פאר הרה"ג ר' יואל איז אז אין סאטמאר לעבט נאך א רבי, וואס זיצט און לערנט יומם ולילה און איז א ת"ח גדול אשר גדולתו בתורה הוא עד אין לשיעור וערך, וכל רז לא אניס ליה, און דערצו אויך א רבי, כאטש ער פירט נישט קיין מחלוקות. און במילא איז קיין חידוש נישט אז דער "ארץ ישראל רבי" איז אריין געטראגען געווארען אויף די "שווארצע ליסטא" און ס'האט זיך נאר געדארפט קומען א געלעגנהייט ווען זיך נוקם צו זיין און איהם פאר זיך נישט וועלען מכניע זיין און אויס הערען דעם "שטאטס רב" הרה"ג רבי יואל טייטעלבוים.

און דער געלעגנהייט איז ענדליך אנגעקומען.

דער ארץ ישראל רבי איז נישט געוועהן א לאנגע צייט און דער היים, און ווען ער אנגעקומען אהיים, האט מען איהם געשיקט זאגען ער זאל קומען שלום נעמען פונ'ם "מרא דאתרא", ער באוויסט אלס א גרויסע תמים איז טעקע געגאנגען מפני הכבוד שלום נעמען פונ'ם "מרא דאתרא", האט איהם הגאון רבי יואל טייטעלבוים געפרעגט "היות כ' האב געהערט אז איהר זענט אויף מיר מקבל לשון הרע, היתכן?

- להד"ם, - האט דער ארץ ישראל רבי געענפערט - אדרבה רבי, כ'האב געהערט אז איהר זענט מקבל לשון הרע אויפן ספינקער רבי, וואס איז טאקע א עובד ד'.

ווי דער סאטמערע רב האט דאס געהערט, האט ער מיט א געשריי אויף געשפרינגען: "וואס, ספינקער רב, ער אין איהר זענט פון דער סטרא אחרא, א רבי וואס האט שוין יא געלט קען גאר נישט געבען? כ' האב פון איהם כמה פעמים געוואלט בארגען, ער זאגט ניין, זארגט ער זיך פאר צווייטען? קודם איז איהם און זיין משפחה.

און וועגען דיר - האט דער סאטמערע רב ממשיך געוועהן - איהר מאכט אייך גרויס מיט אייערע חיבורים, מה רעש! משה דעסויער האט אויך ארויס געגעבען חיבורים, און דארט שטייט פונקט דאס וואס איהר שרייבט, ביידע טראכטען א גאנצען טאג פון דער זעלבע זאכען...

און דער סאטמארע רב האט געגעבען א ווינק, הענט האבען אנגעכאפט דעם ארץ ישראל רבי און איהם ארויס געווארפען בשם ועין.

א צייט שפעטער האט רבי יואל אפגעשיקט זיין בריעוו, נישט צוליב גרויס התפעלות, נאר צו ווייזען אז ער אין נאר ער איז קאנטראל פון שטאט.


* * *

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 5:31 pm

· #205314
דער גרויסע דורכפאל פאר
הגאון הבקי רבי יואל טייטעלבוים שליט"א
און חוסט ווען ער האט פארלוירען די מלחמה

חוסט תרצ"ה – ווי באוויסט האט מען אין שנת תרצ"ה לפ"ק געוועהלט אין חוסט א רב, ציווישען די קאנדידירטע רבנים איז אויך געוועהן הרב יואל טייטעלבוים פון סאטמאר פאר וועלעכע ער איז בחרפתינו דורכגעפאלען, און ס'איז געוועהלט געווארען אלס ממלא-מקום פון הגאון הצדיק אמיתי דושינסקי וועלעכע איז קיין ארץ ישראל געפאהרען איז אויף גענומען געווארען דער איזשהאראדר ראש בי"ד הרה"ג הגדול רבי יהושע גרינוואלד נכדבעל ערוגת הבושם ז"ל.

הרב גרינוואלד האט באזעצט חוסט מיטן גרעסטן כבוד און די חוסטער בעלי בתים זענען העכסטע צופרידען מיט זייערע רב, נאר די סאטמאר'ע פון הרב טייטעלבוים'ס מענטשען קענען נישט מוחל זיין פאר הרב גרינוואלד און פאר די חוסטער קהלה פארוואס זיי האבען נישט געוועהלט הרב הגאון רבי יואל טייטעלבוים פאר זייערע רב, און זיי האבען כדרכם בקודש פארקאכט א מחלוקות עד לב השמים אונטער פארשידינע אויסריידען און האבען אריין געצויגען דעם פאפער רב אין זייערע מחלוקה און א יאהר צייט האבען זיי נאך אלס מחלל שם שמים אן אויפהער.

ס'איז אפגעהאלטען געווארען א דין תורה וועגען דעם ענין, די דיינים מצד קהילות חוסט האבען זיך אבער מסלק געוועהן פאר דער דין תורה קודם הפסק, ווייל דער בורר גאלדשטיין מצד די בעלי מחלוקות איז קעגען קהל געגאנגען בערכאות שוין אפילו ווען מ'איז צוגעטרעטען צו דער די"ת און סאיז אויך בעת דער די"ת האט פעסט געשטעלט געווארען אז פאר די סאטמארע מהרסים איז דא 50 טויזענט פענגא אז זיי זאלען אויפנעמען דעם פאפער רב – דאס בי"ד געפונעדיק זיך אינטערן טעראר פון די סאטמארע האט ארויס געגעבען א פסק, דער פסק איז אבער מצד די חוסטער קהילה איבער געגעבען געווארען פאר דער סאד קארפאט-רוסישע ארטאדאקסישע צענטער, אז דער וועד הרבנים זאל ערלעדיגען דעם ענין.

הרה"ג רבי יואל האט אבער נישט געהאט קיין געדולט צו ווארטען אזוי לאנג, ביז דער קאנציליי וועט דאס ערלעדיגען און האט אריין געשיקט קיין חוסט א בריעוו צו זיינע חסידים און וועלעכע ער שרייבט אז ער איז מתיר שחוטי-חוץ [דהיינו פון די שחיטה פון זיינע שוחטים], און אויך האט ער אויף געפאדערט אויף צו רודפ'ן דעם רב הגאון הצדיק הרב גרינוואלד מיט דער קהלה דורך רופן זיינע חסידים צו דירעקט צו שעדיקען די קהלה הכנסות, ווי למשל נישט צו ניצן דער קהל'ישע מוהל, שוחט, וכו' וכו' וא"א לפרטם כי רבים הם.

נאך 100 יאהר איסור שחוטי-חוץ און חוסט וואס איז שפעטער פונ'ם מהר"ם שי"ק אין ערוגת הבשם זצ"ל באפעסטיגט געוארען, איז געקומען הרב ט"ב למען הנצחון און דאס מתיר געוועהן.

און דא איז דא א בריעוו פון די גדולי הדור וועלעכע זענען מבטל דעם היתר, ליינט און ותחי נפשכם:

ב"ה ה' וישב התרצ"ו אוזהאראד תצ"ו.

שוכט"ס לכבוד האקרו"ט דק"ק חוסט הי"ו

אחדשה"ט מתכבדים אנחנו בזה להגיש לפני מעכ"ה הי"ו מוכן החלטה מאסיפת ועד הרבנים מאור ליום ג' וישב התרצ"ו בדברי הרבנות בק"ק חוסט תצ"ו.

על האסיפה הופיע הרבנים הגאונים שליט"א ממונקטש, אוזהאראד, קאסאני, וסעליש מצד הלשכה המרכזית ראשי הלשכה מו"ה חיים יהושע פישגרונד נ"י מנהל הישיבה, ור' יצחק אייזיק ווייס נ"י המזכיר.

ליושב בראש האסיפה זו נבחר מועד הרבנים הרב הגאון מו"ה יוסף אלימלך כהנא שליט"א אב"ד דק"ק אוזהאראד.

הרב הגאון היושב בראש פתח את האסיפה וביקש את הרב הגאון מו"ה שלמה ישראל קליין אב"ד דק"ק סעליש, ואת מו"ה צבי שאנבערגער ראש הלשכה שיקיימו את הפרטי-כל. – הועד הרבנים שם לו מטרה שלא לבקר את דברי הפסקים אשר הובאו בדברי ריבות בק"ק חוסט תצ"ו, רק השתדלותו ומגמתו חי' לפרש ולהשלים את הפסקים עפ"י התוה"ק למען השלום, ולשום קץ למלחמת אחים אשר הסיבה ירידת ק"ק אשר היתה לתהלה ולתפארת בין הקהילות היראים, מפני שעל ועד הרבנים לבדו מוטל החוב הקדוש לעמוד על המשמר ולכונן את בדק הקהלות הארט. בפאדקארפ. –רוס, וע"כ היה דעתו דעת תורה להחליט בדברי ריבות ק"ק חוסט ככתוב מטה:

א) אמת הוא שיש רשות עפ"י פסק בי"ד לכת השנית בקהל חוסט לבחור להם ראש בי"ד עכ"ז חוה דעתו ועד הרבנים עפ"י התורה שא"א לבחור למשרה זאת לא את הרב הגאון מו"ה יעקב יחזקי' גרינוואלד שליט"א מ'פאפא וגם א"א לבחור מאלו אשר לקחו חבל בדברי ריבות נגד הרב הגאון מו"ה יהושיע גרינוואלד שליט"א אב"ד דשם, וגם נגד קהל חוסט, מפני שבחירה כזאת תסבב רק מדון ולא תביא שלום הנדרש.

ב) אם תתהוה חילוקי דעות בענינים כלליים דתיים בין הרב והראש בי"ד אשר יהי' שמה מאחר שבפסקים הנ"ל לא דנו בזה. אזי דעת הרב ואב"ד מכרעת כבשאר קהלות קדושות וכאשר יורה כן יקום.

ג) מאחר שלא נתברר מהפסקים הנ"ל לכמה מאנשי כת הנ"ל יש להם הכח לשאול ולבקש בחירת הראש בי"ד וגם ועד הרבנים לא רצה להחליט קדם שמוע דברי שני הצדדים ע"כ הוחלט שרק בדבר זה יתחוך הדין בי"ד שידעסגעריכט עפ"י תקנות הלשכה המרכזית באם לא יתפשרו בינם לבין עצמם השני צדדים.

ד) איסור שחוטי-חוץ נשאר בתוקף כבימי הגאונים הצדיקים נ"ע אשר ישבו על כסא הרבנות בק"ק חוסט כאיסורו מקדם כנבלה וטרפה, והשו"ב אשר ישחט שמה מהיום והלאה בלי רשות הרב ואב"ד מכשיל הוא את הרבים וגוזל את הקהלה, ע"כ שחיטתו אסורה לעולם כנבלה וטריפה.

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 5:32 pm

· #205315
און קומענדיגען קפיטל ווי אזוי איז הרה"ג רבי יואל טייטעלבוים אנגעקומען קיין סאטמאר...

אויך וועלען מיר שרייבען וועגען זיין קומען קיין מאקעווע אין זיין פארשעמען הרה"צ רבי שלום אליעזר ה"ש בנו פון דער הייליגע צאנזער רב דער בעל דברי חיים זי"ע.

און נאך עטליכע אינטרעסאנטע געשיכטעס.

שפתים ישק » דינסטאג יוני 10, 2014 5:35 pm

· #205316
שפתים קישאקTM!

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 5:44 pm

· #205321
וועלכער צייטונג איז דאס? דאס זעט אויס ווי א פנים חדשות.

בעריש » דינסטאג יוני 10, 2014 5:50 pm

· #205324
דאס קומט פון די טראנסלוואנישע אידישע צייטונג א ספינקער חסיד. די שקרים דארט איז פי כמה פון שאולזאנען.
בשעתו האבן עס די בעלזער חסידים איבערגעדריקט. היינט איז עס דאכט זיך אוועיליבול אויפן געוועב.

כוכב » דינסטאג יוני 10, 2014 5:53 pm

· #205326
נאך די דריטע וועלט מלחמה וועט עפעס א משקה המשקר אפיקראצן ארכיון פון בעולמם של חרדים און אפאר צדעקערנטע עפל סוסעס וועלן עס צוקישאקן.
עס איז זינלאז צו פארלייקענען די געוןאלדיגע הערצה וואס סאטמארער רב האט געהאט ביי אלע ערליכע אידן וצדיקים פארן קריג, רבי איציקל וואס איז נאך געווען ביים שינאווער רב און האט נאך אזוי פארשטאנען וואס מיינט א צדיק ווי אונז איז געשטאנען כעבדיה קמיה מריה ביי די ניינציג יאר,און די גרעסטע ראי איז אז רבי אבישל קראלער זון רבי הערשלע איז געשטאנען אופן באנק און זיך געשטיפט צו הערן א ווארט פון סאטמארער רב.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 10, 2014 5:56 pm

· #205329
אפגעזען ווער ס'איז גערעכט געוען זעהט מען כאטשיג אז ס'איז אייביג ..... נו שוין... קוק מיין חתימה. בקיצור רעבעס זענען אייביג געווען רעבעס.

לית דין בר נש » דינסטאג יוני 10, 2014 6:00 pm

· #205332
.

שמערל » דינסטאג יוני 10, 2014 6:02 pm

· #205333
שפתים ישק
שפתים קישאקTM!


דער קעפל זאגט קלאר, די אמת'ע היסטוריה, און די האסט נאך די חוצפה צו פרעגן?

נאכן היינטיגן אשכול פון שמעקעדיג איבער משוגעים לאותו דבר, איז צום שטוינען צו זען אזעלכע שוטים מיט ידם על העליונה.

דענקער » דינסטאג יוני 10, 2014 6:04 pm

· #205335
גערעכט @א. איך וואלט עס נישט אנגערופן אמת'ע היסטוריה. אבער עס איז נאך אזוי אמת ווי מושיען של ישראל.
די אמת ליגט לכאורה ערגעץ אינדערמיט צווישן מושיען של ישראל און די טראנסילוואנישע צייטונג.

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 6:19 pm

· #205341
דאס איז געוועהן מיין ערשטע שורה

דולה ומשקה
אלע ארטיקלען זענען נעתק געווארען פון דער באקאנטע "טראנסליוואנישע צייטונג"

ממרום שלח אש » דינסטאג יוני 10, 2014 6:42 pm

· #205357
דענקער
גערעכט @א. איך וואלט עס נישט אנגערופן אמת'ע היסטוריה. אבער עס איז נאך אזוי אמת ווי מושיען של ישראל.
די אמת ליגט לכאורה ערגעץ אינדערמיט צווישן מושיען של ישראל און די טראנסילוואנישע צייטונג.
איך זע אפט דעם צוגאנג, אז ווען זה אומר בכה וזה אומר בבה איז מ'כלומרש'ט מוכרח אז דער אמת ליגט ערגעץ אינדערמיט, אבער עס איז א פוילע און פעלערהאפטיגע צוגאנג.

כוכב » דינסטאג יוני 10, 2014 7:09 pm

· #205367
טאמבל טוט די זעלבע נארישקייט, אלע רביס זענען גארנישט ווען מרעדט פון מענטשן שהעניקו חמה בקומתם בתורה ביראה ובמסירות נפש.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 10, 2014 7:37 pm

· #205373
פארוואס נאריש? אז איך קום אריין אין ביהמ"ד און איך זע צוויי אידן שלאגן זיך און ביידע זענען זיך ווערט זייערע געלטער קען איך נאך טראכטן אז דא איז א אויסנאם אבער אז איך הער אז זייערע טאטעס האבן זיך נאך געשלאגן ווערט מיר אלעס קלאר. העניקו חמה העניקו מאמע. לית מאן דפליג אז זיין א רבי איז א גוטע ביזנעס, איבערהויפט אין א צייט ווען מ'האט נישט געדארפט זיין דעם זוהן פונעם פריעדיגן כדי איבערצונעמען, און אז מ'קען נאך יעדעם איינרעדן אז מ'מיינט די תורה איז די רעסט אף די געים, אפ טו סוירווייוול אף די פיטעסט.

כוכב » דינסטאג יוני 10, 2014 7:55 pm

· #205375
בלא בלא בלא.

עפל סיידער » דינסטאג יוני 10, 2014 8:04 pm

· #205376
כוכב
בלא בלא בלא.

ארטיסט » דינסטאג יוני 10, 2014 8:33 pm

· #205384
ארלעדיגט מען גייט אראפרייסן סאטמאר רב, איך הער. הרב דולה איר ברויכט פיקסען אייער ״און״ ״אין״. יענקל ״און״ משה. משה האט געוואונט ״אין״ ראזלע. חזר דיך איין די כלל וועט מען בעסער פארשטיין דיינע שרייב ארבעט. און בכלל האב איך מורא אז דער שרייבער פון די שורות גייט נישט צום דוכענען, ער איז נישט מקפיד צו זאגן רבוש״ע חלום חלמתי ואינו יודע מה הוא, זיינע חלומות דארפן נישט אנטשידן ווערן לטובה.. די גאנצע פאראגראף זעט אויס זייער גרייזיג. עמיצער וואס האט מיט געוואלד געוואלט אראפמאלן סאטמאר רב ווי א שלעכטער מענטש אבער פארשידענע פאקטן שטומען נישט פונקט ווי יוסל׳ס הקדמה אויפן על הגאולה.

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 9:22 pm

· #205390
מיר פרעזענטליך גייט נישט אן קיין כי הוא זה נישט דער טראנסלוואנישע צייטונג און נישט דער מושיעין של ישראל. זיי זאגען מיר נישט ווער דער סאטמאר רבי איז געוועהן.

די ארטיקלען דאס זענען ווי אזוי עס שטייט דארט, אז יענע שרייבער איז נישט געוועהן אינטרעסירט אין חכמת הדקדוק, די אייציגסטע אינטרעסע זיינע איז געוועהן צו שפייען צואה אויף דער חשבון פון א הייליגע איד. לפענ"ד כמעט אלע אייניקלעך פון יענע צד האט עכ"פ נאכן קריג זיך אנגעקערט קיין סאטמאר פחות או יותר.

אבער דאס איז אמאל זיכער אז דארט איז פארגעקומען בייזע און געמיינע מחלוקות, יעדע צד האט געהאט זיין צייט ווען ער איז געוועהן גערעכט און ווען ער איז נישט געוועהן גערעכט.

דער צייטונג האט געהאט בלויז איין ציל צו האקען פעך און שוועבל, צו אפחוזקן און ליצנות מאכען פון א מנהיג בישראל, ער האט געזוכט פאר סיי וועלעכע שמועה צו קענען אויפבלאזען דערנאך דרוקן.

לדוגמא אין הונדרעט יאר ארום, ווען יענער שרייבער וועט באשרייבען דער גרויסע ידידות ציווישען סאטמאר רבי און קלויזענבורגער רב באגלייט מיט בילדער און בריוון, ווען עס נישט אוועק נעמען דער פאקט אז כמעט אלע יארן איז סאטמאר געוועהן מיט איהם שנאת אחים ושנאת חינם, מ'האט געהעצט אנטקעגן איהם כאחת הריקם, וזה ברור כשמש שאין להכחיש.

שמערל » דינסטאג יוני 10, 2014 9:47 pm

· #205391
איינער וואס האט נישט קיין אגענדע, געט נישט אזא פאלשע קעפל פארן אשכול. און אודאי דיסיידט נישט עס צוטוישן הערשט נאכן פאוסטן די אשכול.

outspoken » דינסטאג יוני 10, 2014 10:38 pm

· #205397
אינטערסאנט

1)הרב טייטעלבוים'ס נאהטע חבר לייבעל פאשקעס איז אהין געפאהרען מיט אסאך - גע'גנב'ט געלט, וואס באלאנגט פאר זיין ברידער דעק סיגוט'ער רב, און הרהה"ג ר' יואל האט גענומען זיין ברודער הג' רבי חיים צבי און נאך א שליש.
דער ברודער הג' רבי חיים צבי האט געמוזט זיין גאר א גרויסע צדיק, הרב טייטעלבוים האט אים בא'גנב'ט און דאך איז ער געווען זיין בזבל"א.

ווי באוויסט האט רבי יואל גאהר א שנעלע מחשבה בליצ'ענדיק שנעל, א געזינטע מבין דבר מתוך דבר, זייער שארף און כיטריג און דער מונקאטשער האט לפעמים נישט צום ווארט געקענט קומען
נישטא וואס צוצילייגען

הירשל ציג » דינסטאג יוני 10, 2014 11:17 pm

· #205399
ס'איז אבער צו באמערקן אז די קינדער פון די דעמאלדיגע סאטמארע חסידים - ווואס שרייען דא אז די גאנצע "טראנסילוואנישער צייטונג" איז שקר וכזב האבען אין יאר ה'תשמ"ט לפ"ג ארויסגעגעבען א שמוציגע אשר יצר פאפיר בלאט אשר בשם "אידישע וועלט" יכונה, וואו זיי האבען געדרוקט וואך נאך וואך בלעטער מלא שקרים און סתם חוזק פון כ"ק רבינו הק' מליובאוויטש זי"ע

און דאס איז שוין געווען 5+ יאר נאך מעשה וועכטער ועוד, און ס'איז נישט געווען קיין שום "טעם" כאילו פארוואס דאס צו דרוקען. סתם, משום שעמום ורשעות!

ברסלבער » מיטוואך יוני 11, 2014 9:12 am

· #205462
דולה ומשקה
די ארטיקלען דאס זענען ווי אזוי עס שטייט דארט, אז יענע שרייבער איז נישט געוועהן אינטרעסירט אין חכמת הדקדוק, די אייציגסטע אינטרעסע זיינע איז געוועהן צו שפייען צואה אויף דער חשבון פון א הייליגע איד.

[quote="איש הישר"]גוגל -- נאכן אימפלעמענטירן דעם אלגאריטם -- זענען זיי געוואויר געווארן אז די זעלבע צייטונגען וועלכע נוצן א פערפעקטער גראמאטיק מיט אן אויסגעהאלטענעם אויסלייג (א שטייגער ווי די וואל סטריט דזשורנאל אדער די ניו יארק טיימס) זענען די זעלבע וועלכע זענען דאס ווייניגסטע בייעסד, און וועלן אלץ פרובירן צו ווייזן ביידע זייטן פון דעם מטבע. עס שטעלט זיך ארויס אז קוואליטעט גייט האנט ביי היינט מיט דאס מעגליכקייט אנצוקוקן א טעמע מיט א גראדן בליק אן ווערן עמאציאנאל איבערגענומען.[/quote]

עפל סיידער » מיטוואך יוני 11, 2014 9:21 am

· #205463
הירשל ציג
ס'איז אבער צו באמערקן אז די קינדער פון די דעמאלדיגע סאטמארע חסידים - ווואס שרייען דא אז די גאנצע "טראנסילוואנישער צייטונג" איז שקר וכזב האבען אין יאר ה'תשמ"ט לפ"ג ארויסגעגעבען א שמוציגע אשר יצר פאפיר בלאט אשר בשם "אידישע וועלט" יכונה, וואו זיי האבען געדרוקט וואך נאך וואך בלעטער מלא שקרים און סתם חוזק פון כ"ק רבינו הק' מליובאוויטש זי"ע

און דאס איז שוין געווען 5+ יאר נאך מעשה וועכטער ועוד, און ס'איז נישט געווען קיין שום "טעם" כאילו פארוואס דאס צו דרוקען. סתם, משום שעמום ורשעות!

הירשל וואס האט הודו צו כוש?
אויב טענה'ט מען דא אז אנשי ריב ומדון האבען פאבריצירט א טראנסעלוואנישער צייטונג קעגן די סאטמארע רבי, שטימט עס נישט מיט די אידישע וועלט?

דאס וואס די זאגסט אז מ''ט איז שוין געווען 5 יאר נאך די פרשה איז נישט ריכטיג, איך קען עלטערן פון די דעמאלטס'דיגע פארכאפטע קינדער וואס באוויינען נאך יעצט בשנת תשע''ד יעדע מאל ווען עס קומט לשמחת משפחתם און ברויכען צוזעהן די יחי אדונינו פינ'ס און פענער ביי אייגענע שמחות,

לפי ידיעתי איז נאך אלס נישט פאריבער די פרשה ביי די פארווייטיגטע משפחות.

מאטי » מיטוואך יוני 11, 2014 9:59 am

· #205468
אויב איז דאס פאלשע מעשיות דאן מוז מען זאגן אז "מעשה אבות "לא" סימן לבנים".

היסטאריקער » מיטוואך יוני 11, 2014 11:03 am

· #205480
הירשל ציג
ס'איז אבער צו באמערקן אז די קינדער פון די דעמאלדיגע סאטמארע חסידים - ווואס שרייען דא אז די גאנצע "טראנסילוואנישער צייטונג" איז שקר וכזב האבען אין יאר ה'תשמ"ט לפ"ג ארויסגעגעבען א שמוציגע אשר יצר פאפיר בלאט אשר בשם "אידישע וועלט" יכונה, וואו זיי האבען געדרוקט וואך נאך וואך בלעטער מלא שקרים און סתם חוזק פון כ"ק רבינו הק' מליובאוויטש זי"ע

און דאס איז שוין געווען 5+ יאר נאך מעשה וועכטער ועוד, און ס'איז נישט געווען קיין שום "טעם" כאילו פארוואס דאס צו דרוקען. סתם, משום שעמום ורשעות!



אזוי? ס'איז נישט געווען קיין שום "טעם" כאילו פארוואס דאס צו דרוקען?

האסט אמאל געהערט פון א "פנים חדשות"? די ווייסט וואספארא חסיד שאלאוזן איז?

באגראב נישט דיין קאפ אין זאמד

געדענק מיין מאטא, "היסטאריע קען מען נישט פארדרייען"

דולה ומשקה » מיטוואך יוני 11, 2014 12:34 pm

· #205499
איך מיין וואס @הירשל ציג מיינט איז בערך אזוי:

דער טראנסילוואניער צייטונג האט ערשיינט בשנות תרצ"ה-תרצ"ז, ווען זיי האבען געשריבען דער סאטמאר רבי'ס היסטאריע האבען נאך אלע נעמען וואס ווערן דערמאנט דארט געלעבט פריש און געזונט, עטליכע האבן טאקע שוין געוועהן בעלמא דקשוט אבער ס'האט אלעס פאסירט אין דער לעצטע צוואנציג יאר, יעדע האט געדענקט די מעשה. נישט אנדערשט ווי מ'זאל לייקענען אז מהר"א ט"ב האט גערעדט אויף קאשוי רב וכדומה און ווען נישט ס'פארהאן טעיפס וואלטן עס די שרייבערס פון הונדרעט יאר ארום פארלייקענט.

ברסלבער » מיטוואך יוני 11, 2014 12:38 pm

· #205500
חיים שאולזאן באשרייבט אויך מער ווייניגער נאר מענטשן וואס לעבן פריש און געזונט, און מען וועט עס נאך אלץ נישט קענען נוצן אלס ראיות אין 100 יאר ארום.
נישט יעדע זאך וואס איז געדרוקט געווארן מיינט אז דאס איז געווען אמת. עס 'קען זיין' אז עס איז געווען אמת, אבער בכלל נישט מוכרח. און אויך דארף מען וויסן וויפיל זאלץ און פעפער עס איז געווארן צוגעלייגט.

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 9:26 pm

· #206543
כוכב
נאך די דריטע וועלט מלחמה וועט עפעס א משקה המשקר אפיקראצן ארכיון פון בעולמם של חרדים און אפאר צדעקערנטע עפל סוסעס וועלן עס צוקישאקן.
עס איז זינלאז צו פארלייקענען די געוןאלדיגע הערצה וואס סאטמארער רב האט געהאט ביי אלע ערליכע אידן וצדיקים פארן קריג, רבי איציקל וואס איז נאך געווען ביים שינאווער רב און האט נאך אזוי פארשטאנען וואס מיינט א צדיק ווי אונז איז געשטאנען כעבדיה קמיה מריה ביי די ניינציג יאר,און די גרעסטע ראי איז אז רבי אבישל קראלער זון רבי הערשלע איז געשטאנען אופן באנק און זיך געשטיפט צו הערן א ווארט פון סאטמארער רב.

הא הא הא.... די גרעסטע ראיה רבי הערשעלע.....
רבי הערשעלע פינקט ווי זיינע קינדערלעך זז"ג איז געווען א כיטערע געביבפטער אידעלע וואס האט גיט געקענט שפילען די געים ווי זיינע קינדער קראלי און אייזיק און מאכען א יש מאין
רבי הערשעלע האט געזען אז סאטמאר איז מושל בכיפה או ן ווער עס איז זיך נישט מכניע פאר סאטמאר קימט אין אינדערערד ממילא האט ער באשלאסען צי שפילן חסיד און והא ראיה קיק ווי הייליג און שיין ער האט זיך געבויט אויף סאטמאר בשעתן טרעטען אויף זיין הייליגער פאטערס כבוד
וצדקתו לבני בנים זיינע קינדער און אייניקלעך האבען נאך ביז היינט הנאה פון די קליגע מאוו פון רבי הערשעלע

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 9:35 pm

· #206546
זאל מיר קיינער נישט שלעכט פארשטיין
אין מיינע אויגען איז די גאנצע אשכול פינקט אזוי געפיקעוועט מיט שקרים און גוזמאות ווי די ספר מושיען של ישראל
מאכט עם נישט ערגער ווי ער איז געווען און נישט גרעסער
ער איז געווען א גרויסער מענטש אבער פארט א מענטש וואס האט געהייסען טייטלבוים
ער איז געווען א ריזיגער גאון א מיטגעמאכטער איד א צדיק א גרויסע רבי אלעס פיין און וויאויל
אבער ברענגט נישט רבי הערשעלע אלץ א עדות, ווייל שטעלט אייך פאר ווען ער קימט זיך נישט דארעך מיט סאטמאר ווי וואלט ער היינט געווען? ווייטער ווי האלמין! מיין דעה!
סא האקט נישט אין טשייניק ווייל עס בלייבט שוין גארנישט איבער פון די טשייניק פון אזויפיל האקען דערויף

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 7, 2014 9:01 pm

· #210668
ווי קען מען זען א בילד פונ׳ם אריגינעל׳ן צייטונג און בריווען?

איחוד פעלד » דינסטאג יולי 8, 2014 7:54 am

· #210736
עס איז זייער גרינג צוזאגען אז אלעס איז ליגענט.

פראבלעם איז ער האט דאך בריוו, די בריוו אליין ווייזען די מעשה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 20, 2014 8:15 pm

· #212752
ס'האט איינער געזען א נייער בוך וועגען דער סאטמארער רב פון איינער א לינקער - מנחם קרן צו וואס? מ'האט עס באשריבען אין טאבלע"ט און ס'זעט נישט אויס צו שיין.

yatzmachp » זונטאג יולי 20, 2014 8:43 pm

· #212757
די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא. עס איז נישט דא קיין איין מענטש וואס קען זאגן אז ער האט זיך געקענט ראטעווען און די רבי האט אים געזאגט אז ער זאל זיך ענדערש לאזן פארברענען. מען ניצט אויס דעם פאקט אז ער האט גערעדט קעגן די עלייה, אזוי ווי רוב אנדערע פרומע רבנים, אז דאס האט געמיינט אז מען טאר זיך נישט ראטעווען. די זעלבע וואס האבן א פראבלעם מיט אים האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט די ציונים וואס האבן געוואוסט וואס עס גייט פאר און האבן נישט געלאזט אלע יודן וויסן. די אלע יודנראטן האבן געוואוסט וואס עס גייט פאר און קיינער האט נישט געמאכט קיין רעש, זיי זענען קיין סאטמערע נישט געווען. קיינער מאכט זיך נישט וואוסנדיג אז די רבי׳ס חסידים האבן געצאלט געלט אז ער זאל קענען ארויף אויפן טרעין. און די פאקט אז די טרעין אז באשטאנען פון חשובע מענטשן אין אונגערן, וואס די אונגערישע רעגירונג האט געהאט זייערע חשבונות, די ציונים האבן נישט געקענט טוהן וואס זיי האבן געוואלט.

אין אמתן אריין דארף מען נישט ענטפערן. לאז דער שרייבער האבן זיין צען מינוט. ער איז ממילא נישט אינטערסירט אינעם אמת.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 20, 2014 10:17 pm

· #212773




yatzmachp » מאנטאג יולי 21, 2014 4:49 pm

· #212891
די דאקומענט מגלה טפח ומכסה טפחיים. קודם כל די דאקומענט איז געשריבן געווארן אין 1994, conveniently פופצן יאר נאכן הסתלקות פון סאטמאר רבי'ן אין א צייט ווען אזויפיל וואס האבן געקענט ענטפערן, וואס האבן געהאט ערשט-האנטיגע אינפארמעישן, זענען געשטארבן.

די גרעסערע פראבלעם מיט דעם דאקומענט איז, עס זאגט נישט ווען די מעשה איז געווען. עס שטייט 1943. אין 1943 זענען די אונגערישע אידן געווען אונטער דעם איינרעדעניש אז זיי זענען סעיף. די אידן אין אונגארן זענען אריין אין געטא אין April 1944. די פוילישע דעפארטעישנס האט זיך אנגעפאנגען סוף זומער 1942, די ליקווידעישן פון די ווארשא געטא האט געדארפט זיין פסח 1943. די פוילשע אידן האבן נאך דעמאלס נישט געוואוסט אז מען הרגעט זיי אלע אויס. און די וואס האבן געוואוסט האט עס פאר זיי קיין סאך נישט געהאלפן. איז צו באשולדיגן דעם הייליגן סאטמאר רבין כאילו אין 1943 ווען די אונגארישע אידן זענען נאך געווען מיט די איינרעדעניש אז זיי זענען סעיף און די טרעק רעקארד פון די ציונים אין העלפן ראטווען אידן אויף א mass scale איז געווען non existent און אנדרייערס זענען זיי געווען גרויסע, אז סאטמאר רב האט נישט געוואלט אז א ציוניסט זאל קומען רעדן וועגן ציונות מיינט נאך נישט אז ער האט געוואלט די אידן זאלן זיך נישט ראטעווען. ס'איז זייער גרינג פאר א ציוניסט וואס האט געהאט א חשבון מיטן סאטמאר רבי'ן וואס האט מן הסתם נאר געוואלט אנדרייען ציוניזם, צו זאגן לאחר המעשה אז ער האט געוואלט זאגן אז דער עולם זאל זיך ראטעווען און נאר וועגן סאטמאר רבי'ן זענען זיי דארט געבליבן. משא"כ די אידן פון די אנדערע שטעט וואו די ציונים האבן יא געהאלטן זייערע דרשות און זענען מיט דעם אלעם גע'הרג'עט געווארן אויף דעם האף איך איז א צווייטער שולדיג. לכאורה לויט יענע רשעי ישראל איז סאטמאר רב אויך שולדיג פאר זייער טויט.

איך וועל וועגן דעם איבערזאגן, "די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא".

elter-zeide » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 3:28 pm

· #215402
טייטאניק האט געשריבען!
אבער ברענגט נישט רבי הערשעלע אלץ א עדות, ווייל שטעלט אייך פאר ווען ער קימט זיך נישט דארעך מיט סאטמאר ווי וואלט ער היינט געווען? ווייטער ווי האלמין! מיין דעה!
סא האקט נישט אין טשייניק ווייל עס בלייבט שוין גארנישט איבער פון די טשייניק פון אזויפיל האקען דערויף.......

דעמאלץ ווען רבי העשעלע (וואס מ'קען אויף עם זאגען "דער רבי פון שלום") האט שלום געמאכט מיטן רבין, איז סאטמאר נאך געווען ווייט פון זיין דער גרעסטער קהילה, קלוזענבורג אין וויזניץ אין נאך זענען פינקט אזוי גרויס געווען, אין נייטרע ישיבה איז געווען אסאך גרעסער ישיבה ווי סאטמאר, עס איז געווען צעלים רב, פאפע רב , סטראפקעוו רבי אין נאך, אין פינקט ווי רוב רבנים האבען מקבל מרות געווען פון רבין האט אויך רבי הערשעלע פארשטאנען אז ער דארף דע אלטע מחלוקה אינדערזייט לייגען,

petergrifin » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 4:33 pm

· #215423
פאפע רב זצ״ל האט מקבל מרות געװען אל די װעי?

elter-zeide » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 5:44 pm

· #215440
petergrifin
פאפע רב זצ״ל האט מקבל מרות געװען אל די װעי?

איך האב געשריבען "רוב רבנים" איך רעכען נישט אויס קיין נעמען פון רבנים א חוץ רבי הערשעלע זי"ע, אין איוב די ברענגסט ארויף דעם פאפע רב זצ"ל, עם האב איך גיט געקענט כאב אפילו געגסען מיט עם אין זיין פריוואטע סוכה, אין כאב אויך געפרעגט ביי אים שאלות, יא, ער האט מקבל מרות געווען פון רבין, אין כמים פנים אל פנים האט דע רבי געהאט גרויס רעספעקט פאר עם, אויף זיין סיעתא דשמיא האט דע רבי מעיד געווען, אויב ער האט מקבל מרות געווען "אל דע וועי"? דאס זאל יעדער טייטשען ווי ער פארשטייט , עס מאכט נישט קיין גרויסע נפקא מינה,

אדם הראשון » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 6:15 pm

· #215445
---

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 6:48 pm

· #215452
petergrifin
פאפע רב זצ״ל האט מקבל מרות געװען אל די װעי?

יא, ער און אלע רבנים האבן געהאט מר"ות פון סאטמאר.
וויי און ביטער פאר די ברכעים אשר לא כרעו לליפא פרידמאן.

למדן » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:50 pm

· #218833
טאמבל סאס
אפגעזען ווער ס'איז גערעכט געוען זעהט מען כאטשיג אז ס'איז אייביג ..... נו שוין... קוק מיין חתימה. בקיצור רעבעס זענען אייביג געווען רעבעס.

די צייטונג ווי איך האב גיהערט איז אזויווי די פנים חדשות היינט, אבער די מחלוקת און אמונת צדיקים וכו' איז געווען אמאל געווען פונקט ווי היינט, דהיינו ס' געווען ווער ס' האט יא געגלייבט און ס' געווען ווער נישט, נאר אחרי מות קדושים ווערט יעדער הייליג ביי יעדעם (חוץ ווער עס איז אינטערעסירט אנצוהאלטן א נארישע אלטע מחלוקת)
און עס איז אייביג אזוי געווען אז אפילו ווען בשעת מעשה איז עס געווען עולם כמנהגו נוהג איז שפעטער בענקט זיך יעדער צוריק און אלעס ווערט העכערע זאכן,
ווייסט איינער ווען עס האט זיך אנגעהויבן? אויב עס האט זיך בכלל אמאל אנגעהויבן, וואס שטייט אין תורה שבכתב אדער בעל פה זאכן וואס זענען געווען בבית ראשון און נישט אין בית שני גלייבט מען באמונה שלימה באט עט וואו פוינט האט זיך אנגעהויבן א געגלייבעכטס אין זאכן אז אמאל איז געווען א בעסערע וועלט וואס בשעת דעם אמאל האט מען נישט (נישט יעדער) געגלייבט אין דעם