☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » נעמן בירט קאנטראל צוליב א שוועסטער'ס חתונה

נעמן בירט קאנטראל צוליב א שוועסטער'ס חתונה

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6585

הרב_שלום » מאנטאג יוני 9, 2014 10:13 pm

· #205100
נעמן בירט קאנטראל צוליב א שוועסטער'ס חתונה
מיין ווייב גייט זיך טונקען די וואך אבער פון די אנדרע זייט איז איהר שוועסטער א כלה און די חתונה האט מען קובע געווען אויף חודש אדר הבעל"ט
יעצט איז מיין שאלה מעג מיין ווייב נעמן בירט קאנטראל צוליב דעם אז זי קענען אנטייל נעמען אין איהר שוועסטער'ס חתונה

פארוואס? » מאנטאג יוני 9, 2014 10:49 pm

· #205107
מותר לך, מותר לך, מותר לך.

ארטיסט » מאנטאג יוני 9, 2014 10:57 pm

· #205109
פרעג א לאקאלע מורה הוראה. דא אויף ק״ש וועסטו א לעגעטימע היתר נישט קריגן.

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 9, 2014 11:16 pm

· #205112
און ביי קיין לאקאלער מורה הוראה וועט ער קיין 'לעגיטימער' איסור אויך נישט באקומען.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 10, 2014 1:43 am

· #205152
אויף וועלכע איסור איז מען עובר אויב מ'נעמט בירט קאנטראל? אדרבה, זאג דו מיר.

מ גפני » דינסטאג יוני 10, 2014 9:33 am

· #205161
די איסור פון נעמען ב"ק אן רשות פון א "לאקאלע מורה הוראה" איז אז דו האלטסט אפ זיין BONUS...

הרב_שלום » דינסטאג יוני 10, 2014 11:51 am

· #205175
@אנאנים מיין ציהל איז נישט צו האבן א ליידיגע שטוב איך וויל האבן א פילע שטוב אזוי יעדע אידישע טאטע און מאמע
מיין שאלה איז נאר פון צו ווארטן נאך א חודש אנשטאט האבן אדר וויל איך האבן אייר

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 10, 2014 11:58 am

· #205178
ביטול מצוות עשה איז אפילו מען טוט עס שפעטער.

כוכב » דינסטאג יוני 10, 2014 12:13 pm

· #205182
געפילטע פיש
אויף וועלכע איסור איז מען עובר אויב מ'נעמט בירט קאנטראל? אדרבה, זאג דו מיר.



אויף דער איסור פון והיתה משוגע און אראפגיין פון זינען און זיין א נותן זרעו למולך זיי מפקיר זיין, און אויף דער מצוה פון ווערן א נצרך לבריאות.

די גמרא פסקנט אז לב יודע מרת נפשו און ממעג מחלל שבת זיין פאר א חולה על סמך דבריו, אפילו קעגן א דאקטאר.

גאטניו אין הימל, וואס ווייסט דער דיין, ער ווייסט דיין פינאנציעלע צושטאנד, דיין ווייבס נערוון, דיין פיצעלע דירה וואס האט נישט פלאץ פאר נאך א נאדל ווער רעדט פון א מענטש, דיין אפגעריסענע ארבעט פאר א מאגערע טשעקל, דיינע שרעקעדיגע גראסערי בילס, דיינע אויפגעבלאזענע שכר לימוד הוצאות, דיין פרויס צעשרויפטע הארמאנען, אירע שווערע לידות, אירע צעקראכענע ימי עיבור ווען דער מאן באקומט בעיסיקלי גארנישט, די וואכנאכטס מיט וויינעדיגע בעיביס, די ביטערע חתונה הוצאות וואס מדעקט נישט נאך דריי טי פארטיס, פיר הלואות, און א חתונה פאליסי, לב יודע מרת נפשו, א מענטש איז דער וואס דארף אפמאכן אויב ער קען דערהייבן נאך און אויב נישט איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן הארגענען, די מצוה דרבנן פון לשבת איז נישט ביהרוג ועל יעבור.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 10, 2014 3:47 pm

· #205268
[ציטאט אראפגענומען]

לא תוהו איז א מצוה מד"ס נישט קיין חיוב, ווי אויך קען עס נישט זיין שטערקער ווי מצות פרו ורבו וואס מ'איז יוצא בבן ובת. ביטול פו"ר איז נישט אויב מ'קען נישט יעצט אדער מ'ווארט צו ביז ס'איז באקוועמער, און לערב אל תנח איז נאר אויב מ'פלאנט מער קיינמאל נישט צו האבן מער קינדער, אויב פלאנט מען צו האבן אין אפאר יאר איז עס נישט אל תנח. חוץ מזה וואס לערב אל תנח איז אויך נישט קיין חיוב.
סירוס אפילו לעולם פאר א פרוי פאר זיך אליינס איז נישט קיין איסור, און זיכער נישט על ידי סם, נאר סירוס בידים, וואס פון דעם רעדט מען נישט דא. ווי אויך איז סירוס כדי למנוע צער לידה אויך נישט קיין איסור. און ב"ק איז ווייט נישט קיין סירוס, ווייל אויב יא וועל איך דיר זאגן אז משמשת במוך איז אויך סירוס זמני, ווי אויך גיין אנגעטוהן, וואס בשעת מ'גייט אנגעטוהן קען מען נישט מקיים זיין די מצוה.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 10, 2014 5:02 pm

· #205301
סירוס למנוע צער לידה איז דוכט זיך פאראן א תשובת חת"ס ווי ער איז מתיר.

יתרו » דינסטאג יוני 10, 2014 5:16 pm

· #205306
הרב_שלום
@אנאנים מיין ציהל איז נישט צו האבן א ליידיגע שטוב איך וויל האבן א פילע שטוב אזוי יעדע אידישע טאטע און מאמע
מיין שאלה איז נאר פון צו ווארטן נאך א חודש אנשטאט האבן אדר וויל איך האבן אייר

אדער ליידיג אדער פיל? האו עבאט א נארמאלע שטוב נישט צו ליידיג און נישט צו פיל נאר עפעס ערגעץ אינדערמיט ?
ומכאן הקריאה יוצאת: אינגעלייט הערטס אויף צו זיין ביזי אנפילן די שטוב זוכטס עפעס ביליגער אנצופילען די צייט.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 10, 2014 5:45 pm

· #205322
שמעקעדיג
סירוס למנוע צער לידה איז דוכט זיך פאראן א תשובת חת"ס ווי ער איז מתיר.

וואס, דו מיינסט אז די פסקים האב ארויסגעזויגן פון פינגער? ס'דא תשובות אויף אלע זאכן וואס כ'האב דא געשריבן.

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 5:56 pm

· #205328
[ציטאט אראפגענומען]

קענסט צולייגן: כיבוד אב ואם (שוין דא נייעס? ניין? אפשר דארף מען זיך אונטערזוכן?), ביטול תורה פון דעם עובר במעי אמו, מניעת פרו ורבו פון דעם פאטענציאל עובר וועלכער וועט ווערן אכצן מיט א חודש שפעטער, מניעת פרו ורבו פון דעם עובר'ס קינדער וועלכע וועלן אלע געבוירן ווערן מיט א חודש שפעטער ווי זיי וואלטן געדארפט, ספק פון אפהאלטן די גאולה שלימה על צד דער עובר איז משיח, (ותחיים המתים מן התורה וספיקא דאורייתא לחומרא), ועוד ועוד.

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 5:58 pm

· #205331
העי, איך העלף דיר ארויס.

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 6:04 pm

· #205336
איך האלט ערנסט אז אויב דיינע איסורים זענען א פראבלעם זענען מיינע איסורים די זעלבע פראבלעם. איך זע נישט מיט וואס אפשטופן די מצוה פון פרו ורבו איז אנדערש פון אפשטופן די מצוה פון ושננתם לבניך.

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 6:10 pm

· #205338
למעשה, אויב איינער גייט נעמען בירט קאנטראל און מונע זיין פון האבן א זון איז דאס אן ערנסטע שאלה פון זיך מפקיע זיין פון א מצות עשה, וואס ווי באקאנט בעידנא דריתחא שטראפט מען דערויף, אזוי ווי פאר'ן זיך מונע זיין פון אנטון אן ארבע כנפות במקום וואס דאס איז די דיפאולט.

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 6:13 pm

· #205339
און כיבוד אב ואם איז טאקע משל אב, אבער דא איז דאס דאך נישט קיין געלט שאלה, נאר א באקוועמליכקייט שאלה. דאס קינד וועט אים אפקאסטן די זעלבע געלט נישט קיין חילוק ווען עס ווערט געבוירן, סתם עס אפשטופן און חלילה גורם זיין צער פאר די באזארגטע עלטערן איז נישט קיין שפיל.

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 6:15 pm

· #205340
און דאס אפהאלטן משיח האסטו אינגאנצן איגנארירט. אויסער אפשר אויב דו האלטסט ווי הרב שטיינמאן אז בזמנינו אלה איז די דרייצנטע אני מאמין מער נישט נוגע (ובחדא מחתא איז מען שוין מפקיע דעם אני מאמין זאת התורה לא תהא מוחלפת, אבער דאן קען מען דאך שוין מתיר זיין בירט קאנטראל פאר דעם געלט).

יואב » דינסטאג יוני 10, 2014 6:20 pm

· #205342
יאיר
[ציטאט אראפגענומען]

קענסט צולייגן: כיבוד אב ואם (שוין דא נייעס? ניין? אפשר דארף מען זיך אונטערזוכן?), ביטול תורה פון דעם עובר במעי אמו, מניעת פרו ורבו פון דעם פאטענציאל עובר וועלכער וועט ווערן אכצן מיט א חודש שפעטער, מניעת פרו ורבו פון דעם עובר'ס קינדער וועלכע וועלן אלע געבוירן ווערן מיט א חודש שפעטער ווי זיי וואלטן געדארפט, ספק פון אפהאלטן די גאולה שלימה על צד דער עובר איז משיח, (ותחיים המתים מן התורה וספיקא דאורייתא לחומרא), ועוד ועוד.

אדער אויב איז ער א כהן צו לוי, אדער אויב שטאמט ער יא פון יהודה און ער איז א ליבאוויטשער, איז דאס אלס "אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף".

מאטי » דינסטאג יוני 10, 2014 6:22 pm

· #205344
און וואס איז מיטן מניעות מצות עשה פון הכנסת כלה ווען ס'קומט אן דאס עת פקודה. דאס איז דאך אויך אויסגערעכנט אין אלו דברים.

יואב » דינסטאג יוני 10, 2014 6:28 pm

· #205347
בנוגע כיבוד אב ואם, יש לדין אויב ווייסט ער מתחילה אז ער גייט נישט צופרידן שטעלן די עלטערן מיטן נאמען ער וויל געבן דאס קינד, איז מעגליך ס׳איז ענדערש ער זאל כלל נישט אנזייען. ווייל בנוגע ״נייעס״ קען ער משום דרכי שלום זאגן ליגענט, אפשטופען וכדו׳, משא״כ א נאמען וועט ער נישט קענען ארומשפילן. מילא קען זיין שב ואל תעשה עדיף.

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 6:30 pm

· #205349
[ציטאט אראפגענומען]

קודם כל, ס'איז לכאורה יא דא א חיוב צו טון וואס מ'קען אז משיח זאל קומען. כ'ווייס נישט אויב ס'שטייט ארויס, אבער ס'איז ברור אז אויב ס'איז בידו פון איינעם צו ברענגען משיח דארף ער עס טון. צווייטנס, דא איז מען דאך בידים מונע פון א מעגליכע ברענגען משיח, איך פארלאנג נישט ער זאל גיין חתונה האבן און האבן קינדער, כ'וויל נאר ער זאל נישט טון קיין מניעה בידים.

מאטי » דינסטאג יוני 10, 2014 6:30 pm

· #205350
[ציטאט אראפגענומען]

ווער ווייסט צו די אנדערע זייט לעבט שוין אפשר

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 6:31 pm

· #205351
יואב
בנוגע כיבוד אב ואם, יש לדין אויב ווייסט ער מתחילה אז ער גייט נישט צופרידן שטעלן די עלטערן מיטן נאמען ער וויל געבן דאס קינד, איז מעגליך ס׳איז ענדערש ער זאל כלל נישט אנזייען. ווייל בנוגע ״נייעס״ קען ער משום דרכי שלום זאגן ליגענט, אפשטופען וכדו׳, משא״כ א נאמען וועט ער נישט קענען ארומשפילן. מילא קען זיין שב ואל תעשה עדיף.

ס'וועט נישט ארבעטן דא, ווייל ער וויל דאך יא האבן ס'קינד. ממילא די נאמען סומאטוכע איז אומפארמיידליך, די שאלה איז נאר ווען. ויש לדון אז אפשר איז א חיוב אפצושטופן די צער וואס מער מעגליך.

אפטעמיסט » דינסטאג יוני 10, 2014 6:40 pm

· #205355
נניח אז ב"ק איז יא מותר, דארף מען מברר ומלבין זיין צי סתם אטעמען לופט פאר שוואוילטאג איז מותר צי נישט, ווייל מ'קען חלילה נכשל ווערן מיט אכילת תלעים וזבובים. איך טראכט נאך א היתר אז היות ס'איז דא א געוויסע — כאטש א שוואכע — פראצענט ספק אז דער רך הנולד וועט עווענטועל טרינקען קאוק רח"ל איז אפשר יא עדיף צו מאכן ווי ווייניגער קינדער.

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 6:40 pm

· #205356
[ציטאט אראפגענומען]

אפהאלטן משיח איז נאך אזוי הארב ווי דער אל תנח ידך.

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 6:44 pm

· #205359
[ציטאט אראפגענומען]

קודם כל למה לי קרא סברא הוא, משיח איז דאך דער תיקון השלם תכלית כל התכליתים, פיל וויכטיגער ווי האבן א קינד ביי די פופציג יאר אויף וועם צו קענען אויסלאזן די נערוועזקייט אויף די עלטערע יארן. צווייטנס, א קל וחומר פון איינעם וואס איז נישט מחכה אויף משיח, וואס איז פון די י"ג עקרים און איז אודאי פיל הארבער ווי א חצי אגדתא חצי דרבנן.

יואב » דינסטאג יוני 10, 2014 6:46 pm

· #205360
יתרו
הרב_שלום
@אנאנים מיין ציהל איז נישט צו האבן א ליידיגע שטוב איך וויל האבן א פילע שטוב אזוי יעדע אידישע טאטע און מאמע
מיין שאלה איז נאר פון צו ווארטן נאך א חודש אנשטאט האבן אדר וויל איך האבן אייר

אדער ליידיג אדער פיל? האו עבאט א נארמאלע שטוב נישט צו ליידיג און נישט צו פיל נאר עפעס ערגעץ אינדערמיט ?
ומכאן הקריאה יוצאת: אינגעלייט הערטס אויף צו זיין ביזי אנפילן די שטוב זוכטס עפעס ביליגער אנצופילען די צייט.

פאלט מיך ביי, אז אפשר נעמט זיך דאס פון אן אלטער משניות, וואו דאס אל״ף איז געוועזן פארמעקט. ס׳האט זיך געליינט: אלה דברים שאין להם שיעור: הפאה, והבכורים, ״והריון״. זייט דעמאלט איז געווארן אזא מנהג, הגם היינט ווייסט מען ס׳איז א טעות. פון א מנהג איז מען נישט משנה.

מאטי » דינסטאג יוני 10, 2014 6:51 pm

· #205362
[ציטאט אראפגענומען]

קודם כל, אויב די אנדערע זייט לעבט שוין איז שוין זיכער געווען אן הכרזה ביים אנדערן. איינמאהל ס'איז שוין דא א לעבעדיגער צד, ביסטו מונע די מצוה פונעם לעבעדיגן ביים אפהאלטן איר/זיין פאהר אראפצוקומען

מאטי » דינסטאג יוני 10, 2014 7:00 pm

· #205364
אנלעס דו ביסט אויפן "פארלוירענם איילענד " וואס גייסטו זאגן פארן שדכן, "רוף מיר א חודש צוריק?"

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 7:05 pm

· #205365
[ציטאט אראפגענומען]

קום לאמיר צוזאמען מאכן דעם קל וחומר, והן מי שאינו מחכה על ביאת המשיח במחשבתו, אבל לא עושה שום מעשה למנוע ביאתו, נחרץ גזר דינו לכופר שאינו מאמין באחד מעקרי יהדות, קל וחומר בן בנו של קל וחומר שמי שלא רק שאינו מחכה לביאת המשיח, אלא גם עושה מעשה בפועל ברוח זדון למנוע ביאתו.

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 7:07 pm

· #205366
בקיצור, איך זע דא א קאכעדיגער פלפול, וואס לדעתי האט נאך קיין איין דיין נישט עומד געווען דערויף ביים דן זיין אויב ער זאל מתיר זיין בירט קאנטראל אדער נישט. איז דאס נישט א בושה?

מאטי » דינסטאג יוני 10, 2014 7:13 pm

· #205368
יאיר, ווער זאגט אז די עסענץ פון משיח ליגט יעצט בזרע פונעם בעל דין. אפשר ליגט דאס אינעם נשמה וואס קען בהרף עין אריינגעלייגט ווערן אין אן אנדערן זרע איינמאל דער בעל דין איז בוחר מונע צו זיין. חוץ אויב די מניעה שטאמט פונעם מדרש "אין בן דוד בא עד שתכלה כל נשמות שבגוף" אדער גאר "פרוטה מן הכיס "

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 7:19 pm

· #205369
למעשה וועט משיח געבוירן ווערן א חודש שפעטער.

יאיר » דינסטאג יוני 10, 2014 7:22 pm

· #205370
וויצן אין א זייט געלייגט, עס איז שוין העכסט צייט צו אנערקענען אז מיט הלכה קען מען אנקומען ווי מען וויל, מען דארף נאר שטעלן א דירעקציע און נוצן אביסל גירסא דינקותא. לאמיר ביטע לאזן הלכה'דיגע דיסקוסיעס ביי גרופה וקטומה און עונת אור זרוע, און אנהייבן דן זיין ווי נארמאלע מענטשן אויף זאכן וואס זענען וויכטיג אין לעבן.

מאטי » דינסטאג יוני 10, 2014 7:26 pm

· #205371
דאס האבן דאך די משכילים געזאגט!

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 10, 2014 8:35 pm

· #205386
[ציטאט אראפגענומען]

לשון הרמב"ן במלחמות "משום מצווה דרבנן דלאו תקנתא היא, אלא כעין ישוב דרך ארץ לא מחמירין עליו כל כך"
ערוך השולחן אה"ע א, ח. "וכן צוו חכמים שאם מכיר בעצמו שעדיין ראוי להוליד – ישא אשה בת בנים, אם מעמדו מספיק לפרנסם."

"ובכלל הענין לישא בת בנים, כתב הרמב"ן ז"ל דאין כופין אותו לכל הדעות, דלאו תקנה היא אלא כעין ישוב דרך ארץ, ואין מחמירין עליו כל כך (בית שמואל). וכן משמע מדברי הרמב"ם שכתב שם: לא ישא אדם עקרה, וזקנה, ואילונית, וקטנה שאינה ראויה לילד, אלא אם כן קיים מצות פריה ורביה... ...לא דזהו כעין הידור מצוה ומנהג דרך ארץ, כמו שכתבתי."

[ציטאט אראפגענומען]

פון דעם אז די גמרא אין יבמות מוז צוקומען צו לערב אל תנח ידך, און נוצט נישט די פסוק פון שבת זעט מען אז שבת איז מען יוצא ווען מ'איז יוצא פו"ר, נאר ס'מאכט עס א מצוה מד"ס פאר'ן פרוי. וגם אמרתי את זה בדרך לא זו אף זו.
[ציטאט אראפגענומען]

"משום מצוות לערב, סגי (די) לעיתים רחוקות... קרא הני כתיב: לערב אל תנח ידיך - שלא יניח לגמרי, וכל שישנה פקידה באשה בין הפרקים, אפילו רחוקים, אל תנח קרינן בה, ומקיים מצווה מדברי סופרים" (ברכי יוסף, אה"ע א ב).
[ציטאט אראפגענומען]

דארט רעדט זיך פון סירוס בידיים. איך ווייס נישט וועגן דיין שולחן ערוך, אבער אין מיינס שטייט לגבי סירוס ע"י סם "ואשה מותרת לשתות עיקרין כדי לסרסה עד שלא תלד" (אה"ע ה י"ב) און דאס רעדט זיך פון סירוס לצמיתות.
[ציטאט אראפגענומען]

גיי לערן! ס'ווערט ברייט ארומגערעדט אין די פוסקים, וויאזוי צו פארענטפערן די סתירת הרמב"ם.
[ציטאט אראפגענומען]

מה לי צער חבלי לידה ומה לי צער העדרות משמחת כלולת אחותה?
[ציטאט אראפגענומען]

נישט אלע ב"ק איז א שינוי בסדרי הגוף, ומה לי בין חסימת הדרך לזרע וחסימת הדרך לביצה?



לענין דיחוי עשה מובא בחזו"א יו"ד קנג ה שלצורך רב מותר לדחות אפילו בלא קיים מצות פו"ר.

פאר מער אין דעם ענין קענסטו זען דא און דא. (לייען דורך די גאנצע אשכול, ס'גאנץ אינטערעסאנט.)

הרב_שלום » דינסטאג יוני 10, 2014 11:25 pm

· #205400
סיי מיין פינאנציעלע מצב און סיי מיין ווייב'ס כוחות ערלויבען איהר צו ווערן טראגעדיג מיין שאלה איז בלויז צו זי איז בארעכטיג צוליב דעם אז זי זאל נישט פארפאסען א שוועסטערס חתונה צו נעמן בורט קאנטראל
כהאב שוין עטליכע מאל געזעהן אויפן שמחה צעטל "שלום זכר אצל שבע ברכות של אביו" אדער "של חמיו"
יעצט וועגן ביטול מצות עשה וויל איך לאזן וויסען אז ווען מיינע אדער מיין ווייבס געשוויסטער האבן א חתונה בין איך עובר אויף אסאך מצות עשה'ס מיין שיעור האב איך נישט, איך דאווען נישט מיט מנין די נעקסטע טאג און יעדע פארשטייט אליין אז אויב דארף איך פארן מיט א באס צו די חתונה און אויפן וועג טרעף איך א יוד שלעפן א שווערע פעקל קען איך עובר זיין אויף עזוב תעזוב אבי נישט צו פארפאסען די באס און אנטייל נעמן אין די חתונה

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 11, 2014 12:29 am

· #205422
לענין דיחוי עשה מובא בחזו"א יו"ד קנג ה שלצורך רב מותר לדחות אפילו בלא קיים מצות פו"ר, ומכש"כ בקיים כבר. אבער מחליט צו זיין צו דאס הייסט א צורך רב קענען נאר דו און דיין ווייב, די החלטה באלאנגט נישט פאר קיין רב.

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 11, 2014 1:27 am

· #205436
געפילטע ווי ביסטו געווען צען יאר ציריק, מיין דיין האט מיר געגעבען א היתר פון דריי חדשים ביי מיין אכטע קינד.

פלעין יודיש » מיטוואך יוני 11, 2014 1:36 am

· #205437
נולד מאוחר
געפילטע ווי ביסטו געווען צען יאר ציריק, מיין דיין האט מיר געגעבען א היתר פון דריי חדשים ביי מיין אכטע קינד.

@נולד מאוחר
שמך קא גרים

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 11, 2014 1:45 am

· #205438
לאמיר אביסל אריינבליקן אין תשו' חתם סופר, אה"ע סי' כ.

📎 1.PNG
קודם כל זעט מען אז ער האט געהאלטן אז כדי מתיר צו זיין כוס של עקרין, שבת, ולערב אל תנח פאר'ן פרוי עכ"פ פעלט אפילו נישט אויס קיין צער לידה.

📎 2.PNG

זעט מען אז די שבת יצרה, (און כ'האב געזען וואס זאכן די זעלבע לגבי פרו ורבו) מיינט אז ס'זאל זיין נארמאלע מענטשען מיישב צו זיין די וועלט, מ'דארף זיך נישט איבערציען, משוגע ווערן, ווערן אנגעצויגן, ווייל טוט דאס די פארקערטע פון לשבת.

📎 3.PNG

📎 4.PNG

פון דא זעט מען קלאר אז לערב אל תנח איז א שיינע הידור, אבער נישט מער ווי דעם, ווען נישט וואלט דער מאן נישט געקענט מוחל זיין אויב ער וואלט געווען מחוייב דערמיט. נאך זעט מען אז אפילו אויב ער איז נישט מוחל, טאמער וויל זי נישט דורכגיין נאכאמאל די צער לידה איז זי נישט משועבד צום מאן אדער צו זיין לערב אל תנח, נאר זי מעג נעמען א כוס של עקרין, ועל אחת כמה וכמה אז זי מעג נעמען בירט קאנטראל.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 11, 2014 4:00 am

· #205446
יאפ, פון דעם חת"ס האב איך אויבן גערעדט.
ייש"כ פארן צוברענגען.

יין שרף » דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:32 pm

· #205703
מה שזכינו לשמוע מפה קדשו של כ״ק אדמו״ר הקוה״ט שליט״א - ( הרמ״מ מויזניץ) בחג השבועות העל״ט

כאשר הקב״ה חיזר עם התורה אצל אומות העולם שאלו אותו מה כתוב בה?
אמר להם:לא תגנובו, לא תנאפו, לא תחמדו וכו׳.
אמרו לו-לא, תודה!.
בא אל בני ישראל.
שאלו אותו מה המצווה הראשונה בתורה? אמר להם: פרו ורבו.
אמרו לו, אוקיי, דבר ראשון "נעשה" ואת היתר "נשמע" אחר כך...

קרעדיט

מאטי » דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:58 pm

· #205805
וואו!! איך האב קיינמאהל נישט געוואוסט וויפיל זאכן מ'קען אלס אריינלייגן אין א שטיקל "געפילטע פיש"...

איחוד פעלד » דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:59 pm

· #205806
יין שרף
מה שזכינו לשמוע מפה קדשו של כ״ק אדמו״ר הקוה״ט שליט״א - ( הרמ״מ מויזניץ) בחג השבועות העל״ט

כאשר הקב״ה חיזר עם התורה אצל אומות העולם שאלו אותו מה כתוב בה?
אמר להם:לא תגנובו, לא תנאפו, לא תחמדו וכו׳.
אמרו לו-לא, תודה!.
בא אל בני ישראל.
שאלו אותו מה המצווה הראשונה בתורה? אמר להם: פרו ורבו.
אמרו לו, אוקיי, דבר ראשון "נעשה" ואת היתר "נשמע" אחר כך...

קרעדיט



כ'זעה נאך נישט מען זאל מתיר זיין דער "נעשה" אזוי פיל......... הלוואי

איחוד פעלד » זונטאג יוני 15, 2014 11:43 pm

· #206177
וואס איז די הלכה אויב מען פלאנירט א וואקאציע, און א וואקאציע איז דאך געמאכט אויף קירוב לבבות, מעג מען נעמען אזעלכע כדורים צונמאכען זיכער אז זי וועט זיין ריין בשעת די וואקאציע?