דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #6575
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6575
זייער שיין. יישר כח.
די האלסט אז ער זאגט שקר אין נאמען פין רבינו, אדער אז רבינו האט זיך טועה געוועהן.

אין אייוועלט האט זיך אנגעהויבען א געפילדער און מ''מ צום עת נסיון, און די דארטיגע הנהלה האט ארויסגעווארפען דעם ממי שאמרו בשן ועין.
דארט האט ממי שאמרו געברענגט ראיות פון כתבי עת און קאריקאטורען ווי די פאנאטישע אראבער גרויסען זיך אז זיי גייען פארניכטען די אידען, וואס דאס האט געזאלט לדעתו צוקראצען די שפיציגע חכמים פון די מדינה.

זייער שיין אראפגעלייגט!
מענטשען האבען ליב צו טוישען היסטארי פאר זייער געשמאק

איך האב געזען דעם קעפל און ס'האט מיר געכאפט א שוידער, און איך גלייב אז אסאך אידן גייען ניטאמאל ליינען דעם אשכול לכבוד דעם
ביטע טויש דעם קעפל אויף "הקדמת ר' יוסף אשכנזי לעל הגאולה, דמיון ושקר"
היות געווענליך ווען מ'רעדט פון הקדמת על הגאולה, מיינט דאס די הקדמה וואס דער רבי האט אליין געשריבן
יישר כח

איך קוק יעצט דא אין א על הגאולה, זעה איך די הקדמה הייבט זיך "במדרש רבה במגלת רות", ס'ציעט זיך 12 בלעטער, און צום סוף פונעם הקדמה זעה איך א דאטום מיטן רבי'נס חתי"ק,
יום ג' לסדר ויכפר על בני ישראל (פנחס), ה'תשכ"ז... הק' יואל טייטלבוים

תרצ"ט איז ארום געגאנגען שמועות אז עס קומט א קריג (נישט אין פאליסטיי"ן אין פוילן גאליציע)
איז דאס אמת אדער ליגנט?
פארוואס מוז שמועות מיינען אז עס איז נישט אמת עס איז דא שמועות וואס דרייען זיך ארום און עס איז אמת
עס דרייט זיך א שמועה אז גימפל האט נעכטן געפליפט א בילדינ"ג און געמאכט 7.9 רווח איז עס עפעס ליגנט?
די זעלבע זאך עס איז גיוועהן שמועות אז די אראבער ווילן אנהייבן א קריג

[ציטאט אראפגענומען]
מיר מאכט מער סענס אז ער איז געווען א געטרייע גבאי וואס האט נאכגעזאגט וואס יא האט געזען און געהערט אין רבי'נס שטוב. און די רבי האט פארקויפט שקרים למען האגענדע, דו האסט ראיות אז נישט?
עס קומט מיר טרערן (יא איך קאלטער הארצלאזער ליטוואק) זעענדיג די צייטונגס אויסשניטן.
ונקיתי דמם לא ניקיתי. והיה הנשאר בציון והנשאר בירושלים קדוש יאמר לו.

געפילטע פיש[ציטאט אראפגענומען]
מיר מאכט מער סענס אז ער איז געווען א געטרייע גבאי וואס האט נאכגעזאגט וואס יא האט געזען און געהערט אין רבי'נס שטוב. און די רבי האט פארקויפט שקרים למען האגענדע, דו האסט ראיות אז נישט?
געזוכט ריכטיגע ווערטער, אבער פונקט דאס געטראכט.
איך זע מ'האט דיך צוריקגעלייגט דארט אין אייוועלט
עס איז דא פארשידענע מיינונגען וויאזוי די קריג האט אויסגעבראכן, און עס איז דא א מיינונג, וואס איז אנגענומען ביי פילע אנגעזעהענע היסטאריקער, אז די סאוויעטן האבן אנגעדרייט די אראבער, אראפרופענדיג די עגיפטישע גענעראלן, און זיי אנשטאפן מיט פאלשע אינפארמאציע אז די איזראעליס שטייען ביים גרעניץ גרייט צו אטאקירן. די מצרים האבן נאכגעפארשט די אינפארמאציע, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש, אבער דער רוס האט זיך געהאלטן ביי זיינעם, און געהייסן די עגיפטער זיך שוין צו גרייטן ביים גרעניץ אפצווארפן די אטאקע וואס מ׳כלומרשט קומט.
די איזראעליס האבן געוואוסט פון די רוסישע אנדרייערי, און די אמעריקאנער האבן זיי געווארענט אז זיי זאלן נישט אטאקירן ווייל עס איז א סאוויעטישע שפיל, און פרעזידענט דזשאנסן האט דאס געזאגט קלאר, אבער מיט דעם אלעם האבן די איזראליס אטאקירט, ווייל זיי האבן געוואוסט אז יעצט איז א גוטע צייט, זיי וועלן געהאלטן ווערן נרדף, און זיי האבן געהאט א געוואלדיגען געים פלען וויאזוי איבערצונעמען די לופט קאנטראל, דורך באמבאדירן די עגיפטישע לופט האפענס, און די טשאנס פאר א נצחון איז געווען זייער גרויס.
ממילא אויב איז דא אזא אנגענומענע שיטה, קען שוין ר׳ יוסל שרייבן על פי די שיטה

אן אריין צו גיין אין די עצם הדברים צו ר׳ יאסל האט געשריבן די הקדמה מדעת עצמו ונתלה באילן גדול צו נישט, איז ווערט צו באטוינען אז הא גופא, דער עצם געדאנק אז ״פראפאגאנדע״ קא גרים, איז לכאורה זעהר א שמאלער צוגאנג און לכאורה רירט דאס אויך אן א גרויסע חלק פון דעם ״התגרות באומות״ טענה בכלליות.
יא, פראפאגאנדע איז א מיטל, און אין מלחמה צייטן קען דאס גענוצט ווערן אלץ געווער אינעם קאמף אבער מלחמות געשען נישט אלץ א רעזולטאט פון בלויזע איינצעלנע דיפערענצן און אוודאי נישט צוליב אויסדרוקן זה בכה וזה בכה, רוב מלחמות (בפרט אינעם פארגאנגענעם יאר-הונדערט) זענען צושטאנד געקומען נאך יארן וואס שטויב האט זיך איינגעזאמעלט ביז עס איז געווארן פולווער. עפ״י רוב האט צו ערשט געהערשט בייז-בלוט פאר לאנגע יארן אדאנק אונטערדריקונגען, וכו׳, ביז דאס פייער פון אונטער דער ערד האט דערגרייכט א point of no return.
ס׳פארהאן אמאל, ווי ס׳איז נישטא קיין ברירה, און ס׳מוז קומען צו א פולשטענדיגער אויסברוך בכדי אנצוקומען צו אן ענדגילטיגער תוצאה. ס׳האט מיר אמאל געזאגט א סוקסעספעלער און רעספעקטירטער ביזנעסמאן אז ער פרובירט נישט אויסצומיידן קאנפליקט, פארקערט, אין א געוויסע בחינה טוט ער דאס איינלאדענען כדי עס זאל קומען צו א אויספיר לטוב או למוטב.
אין מיטל-מזרח, האט גענומען די אראבער א קנאפע 25 יאר שלום צו מאכן מיט׳ן מצב אז מדינת ישראל איז here to stay און ס׳וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילנו. מ׳דארף פארשטיין דער פסיכאלאגישער שוועריגקייט פון מיליאנען אראבער איבער דער גארער וועלט ביי וועמען כבוד און גאוה קומט בעפאר שכל אנצונעמען די פאקט אז אפאר אידעלעך האבן איבערגענומען ״זייער״ מדינה און ארויסגעשליידערט איבער א האלב מיליאן פון זייערע ארימע ברודער פון די היימען אויף דער גאס ארויס.
אלע מלחמות וואס האבן נאכגעפאלגט די גרינדונג פון די מדינה (מלחמת העצמאות) ביז נאכ׳ן מלחמות יום הכיפורים זענען געווען געצילט:
[list][*]א׳ תאוות נצחון - צו פרובירן איינשלינגען די יונגע מדינה בעפאר זי ווערט באפעסטיגט; [/*:m][*]ב׳ נקמה ושנאת ישראל; [/*:m][*]ג׳ תאוות הכבוד - א דמיון וחולשה וואס רוב אראבישע שעיך, דיקטאטורן, קרוין פרינצן און גראביאנען פארמאגן צו פרובירן קריכן אויף א העראישן און משיח׳סטישן לייטער פון צוריק ברענגן דאס שטאלץ פאר׳ן עם ישמעאל און פארדינען דעם טיטול אלץ דער קרוין פונעם אראבישן פאלק (טיף געווארצלט אין די געשיכטעס און נצחונות פון צאלאח-א-דין און עפעס וואס כמעט יעדער אראבער אפילו בזמן הזה האפט צו דערלעבן און זעהן נאך בימיו, עס איז ווארשיינליך אויך די הויפט מאטיוויציע פון היינטיגע טעראריסטען - אפילו אויב עס קאסט זיי דאס לעבן).[/*:m][/list:u]
די מלחמת ששת הימים איז געווען איינס פון די דאזיגע מלחמות, און עס איז נישט צושטאנד געקומען דוקא צוליב פראוואקאציעס פון די ישראלים און אויך נישט אדאנק קאריקאטורען אדער ארטיקלען. עס איז געווען inevitable, די האס שנאה און פייער האט געשוועבט אין די לופטן יארן לאנג, און יעדע שטיק צייט האט אויסגעפעלט עס זאל נאך מער פאררויכערט ווערן בכדי מען זאל קענען אביסל אפאטעמען און געניסן פון עטוואס קלארערע לופט.
אגב, שטייען מיר נישט סאך בעסער היינטיגע צייטן, עס שפירט זיך אפשר רואיגער אדאנק די רעלאטיווע ארדענונג ביי אונז אין די מערב וועלט, אבער דער נאטור פון מענטשהייט צו פרובירן איינשלינגען יענעם האט זיך גארנישט געמינערט, און אין א געוויסן זין איז דער יצר המלחמה חי ובועט נאך פיל ארגער היינט צוטאג׳ס.
---
גילוי מילתא: איך האב נישט אדורכגעטאן על הגאולה בעיון, כ׳פארוף מיר בלויז אויף די ציטאטן ממי שאמרו.

איידי דבמידי דמדינה עסקינן
עס איז אינטערסאנט צו זעהן א היינטיגער מזרחיסטישע בליק אויף די מדינה
<a class="postlink" href="http://www.yoel-ab.com/images/dat_haziyonut_A.pdf">http://www.yoel-ab.com/images/dat_haziyonut_A.pdf</a>
<a class="postlink" href="http://www.yoel-ab.com/images/dat_haziyonut.pdf">http://www.yoel-ab.com/images/dat_haziyonut.pdf</a>

היימישער ליטוואקעס קומט מיר טרערן (יא איך קאלטער הארצלאזער ליטוואק) זעענדיג די צייטונגס אויסשניטן.
ונקיתי דמם לא ניקיתי. והיה הנשאר בציון והנשאר בירושלים קדוש יאמר לו.
ס'איז אבער נישט געקומען צו דעים "קדוש יאמר לו". ווייל די ציונים האבן, ב"ה געהאט א ניצחון... 😕 😎 😂 🙄 😂 😃 🙂 😉 😠 😛 😮
אנאנים האט געשריבן
איך לייקען יא.
איבער זיין חכמה, עס איז וואר אז ער איז געווען דאס וואס רופט זיך ביי אונז א קלוגער ייד און אויך דאס וואס רופט זיך אין ענגליש א 'וויט' אבער דאס מאכט אים נאך נישט א חכם הארזים. חוץ פון זיינע גלייך ווערטלעך האב איך נישט געהערט פון אים עפעס ספעשל חכמה און אינטעליגענט במילי דעלמא איז ער אויך נישט געווען.
לגבי גאון הגאונים, אז פלפולים איז אייער טעם איז אפשר חידושי סוגיות מרפסן איגרא אבער אין דער אלגעמיינער וועלט איז עס נאך אן אונגארישער חיבור ותו לא. דברי יואל איז אויך נישט א ספר וואס מען ציטירט צופיל. ווייטער ויואל משה איז פאר נישט סאטמארע א היפשער דזאק. ער נעמט איינס פון די וויכטיקסטער ענינים פון יהדות בדורנו און פארטייטשט עס מיט שיינע מדרשים'לעך און פסקנט די הארבסטע פראגע פאר כלל ישראל מיט א פאר אגדתות.
און איבער זיין אהבת ישראל, קען מען זיך אויך דינגען אויב א ייד וואס איז ארויס בחרב ובחנית קעגן עניבאדי וואס האט מיט אים נישט געהאלטן און האט זיך זייער שוואך אינטערסירט אין נישט 'היימישע' כלומר אונגארישע קרייזן איז געווען אזוי גרויס אין אהבת ישראל. זיין חסידות איז געווארן א שם דבר פאר געוואלד בחייו ולאחר מותו און ער האט מנחיל געווען א שנאה פון יידן צו יידן.
דאס איז נישט אים אונטער צו שעצן וכבודו במקומו מונח נאר ער ווערט נישט די אלע זאכן פשוט ווייל סאטמאר שרייט דער העכסטער און פלעגט אמאל שלאגן דער שטערקסטער.
כמדומה לי אז קיינער דא לייקענט נישט אז די סאטמאר רב איז געווען א חכם הארזים, גאון הגאונים, און א שטארקע אוהב ישראל

דער קעפל פונעם אשכול איז נישט ריכטיג. און וחלופיהן רעדט ווי א חדר יונגעל וואס האט נאך נישט קיין אנונג ווער דער רבי איז געווען אבער נישט געזארגט מען וועט נאך שטודירן און ארויסגעבן ביכער איבער דעם איש צדיק נפלא ביז משיחס טאג ממילא וועט ער נאך איין טאג געוואר ווערן מה טיבו.
ובנוגע ווער סהאט אנגעהויבן די מלחמה ברויך מען גארנישט מער ווי קוקן היינט צו טאגס וויאזוי די מדינה דריידט אן די וועלט אויף איראן יומם ולילה לא ישבותו. בשעת זי זיצט אויף די זעלבע שעדליכע מיני וואפן. זי סטראשעט זי וויינט זי שפילט וויקטים די מדינה טוט נעבעך אלעס אין די וועלט סזאל ווערן מלחמה מיט איראן אבער ווייזט אויס אז די וועלט האט זיך שוין אויסגעלערט די מדינהס טאקטיטן אדער האבן זיי דערווישט א קאפי פונעם על הגאולה און מען לאכט זיך אויס פון נתני' רעטאריק אזש טאקע די וואך זעצט זיך אמעריקע אראפ מיט איר גרויסע שונא איראן.
בדרך אגב איז לעצטענס געווארן אזא מין אויסדריק "סאטמער רב איז געווען גערעכט" דער אויסדרוק קומט צו קריכען פון גאר ווייטע מקורות. ווי אגודיסטישע גדולים. ספרדישע. מתנגדים פון איבעראל. קיינמאל האב איך נאך נישט געהערט פון עפעס א בר הכי אז סאטמאר רב האט זיך טועה געווען. אה סארי אויף ק"ש האב איך עס יא געהערט פון אנאנימער. וועקט אייך אויף יונגעלעך

אויב וחלופיהן רעדט ווי א חדר אינגל (גאנץ מעגליך) דאן הערט זיך שם טוב'ס ווערטער ווי גיגלינג פון א תינוק הצריך לאמו צווישן דעם רעכטן דד אינעם לינקן.
סאטמר רב זי"ע'ס גרויסקייט ווענד זיך גראדע נישט - כדברי וחלופיהן - אין זיין מעטאפיזישע פארשטאנד אינעם אוניווערס. און אויך נישט, מעסטנדיג גאונות בדורו. זיין גרויסקייט שטאמט פונעם פאקט אז ער האט געהאט דעם דינאמישן מאגנעטישן וועלטס כוח צו מקרב זיין טויזענטער צובראכענע נשמות, און אריינבלאזן געפיל/האפענונג/ חיות, און זייער לעבן.
די מענטשן וואס האבן זיך געקלאמערט ביי אים, האבן נישט געשפירט געצווינגן צו זיין וואו זיי זענען,ער האט נישט איבערגענומען א דינאסטיע, זיי זענען פשוט פארגאפט געווארן פון זיין פערזאנע. א שטייגער ווי להבדיל "מארטין לוטער קינג" וואס וואלט בלי ספק אריין אינעם חדר פון גדולי דורינו אין די אלגעמיינער וועלט. וואלט עמיצער געפרעגט; איז ער געווען גרעסער ווי אלברט איינשטיין? אדער ראבערט נאזעק?
ווער עס באדראעט די וועלט זיצענדיג אויף אן אטעם באמבע, איז איבריג צו קאמענטירן, אויב גייט מען צו צום עניין אנע דעות קדומות. כאילו דאס איז דאס איינציגע פראבלעם מיט איראן, און נישט דער פאקט אז זיי הארבארירן טעראר פאר אלע טעראריסטישע גרופעס אין דער וועלט וואס זענען נישט ביים צד שכנגד פון זייער גלויבינג, און צומאל זאגן זיי אלו ואלו אויך.

shem-tovדער קעפל פונעם אשכול איז נישט ריכטיג. און וחלופיהן רעדט ווי א חדר יונגעל וואס האט נאך נישט קיין אנונג ווער דער רבי איז געווען אבער נישט געזארגט מען וועט נאך שטודירן און ארויסגעבן ביכער איבער דעם איש צדיק נפלא ביז משיחס טאג ממילא וועט ער נאך איין טאג געוואר ווערן מה טיבו.
ובנוגע ווער סהאט אנגעהויבן די מלחמה ברויך מען גארנישט מער ווי קוקן היינט צו טאגס וויאזוי די מדינה דריידט אן די וועלט אויף איראן יומם ולילה לא ישבותו. בשעת זי זיצט אויף די זעלבע שעדליכע מיני וואפן. זי סטראשעט זי וויינט זי שפילט וויקטים די מדינה טוט נעבעך אלעס אין די וועלט סזאל ווערן מלחמה מיט איראן אבער ווייזט אויס אז די וועלט האט זיך שוין אויסגעלערט די מדינהס טאקטיטן אדער האבן זיי דערווישט א קאפי פונעם על הגאולה און מען לאכט זיך אויס פון נתני' רעטאריק אזש טאקע די וואך זעצט זיך אמעריקע אראפ מיט איר גרויסע שונא איראן.
בדרך אגב איז לעצטענס געווארן אזא מין אויסדריק "סאטמער רב איז געווען גערעכט" דער אויסדרוק קומט צו קריכען פון גאר ווייטע מקורות. ווי אגודיסטישע גדולים. ספרדישע. מתנגדים פון איבעראל. קיינמאל האב איך נאך נישט געהערט פון עפעס א בר הכי אז סאטמאר רב האט זיך טועה געווען. אה סארי אויף ק"ש האב איך עס יא געהערט פון אנאנימער. וועקט אייך אויף יונגעלעך
👍 👍
@שם טוב ס'וועט נאך ארויס קומען ווי דער ספר
עפל סיידערעס איז אינטערסאנט צו זעהן א היינטיגער מזרחיסטישע בליק אויף די מדינה
<a class="postlink" href="http://www.yoel-ab.com/images/dat_haziyonut_A.pdf">http://www.yoel-ab.com/images/dat_haziyonut_A.pdf</a>
<a class="postlink" href="http://www.yoel-ab.com/images/dat_haziyonut.pdf">http://www.yoel-ab.com/images/dat_haziyonut.pdf</a>
פון קאווע שטיבעל ניקים וואס האבען שוין בארואיגט זייער דראנג נאך עטענשאן און האבען זיך אויך צוגעכאפט צום לאזונג ''האדמו''ר מ'סאטמאר צדק".