אזהרה וועגן כינוס
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #657
אזהרה וועגן כינוס
אזהרה חמורה!
אל תאכלו חומוס בשבת הזו, אנו לא רוצים להריחה, אצל הכינוס הגדול ביום ראשון..
Serious warning!
Do not eat chickpeas this Shabbes, we not want to smell it, at big convention on Sunday ..
שטרענגע ווארנונג! נישט עסן ארבעס בעבלעך דעם שבת, מיר ווילן עס נישט דארפן שמעקן ביים כינוס אין סיטי פיעלד..
פאר דעם טאקע מאכט מען דעם אסיפה אין א דאכלאזע שטאדיום.
יעצט פארשטיי איך, לויטן מאן דאמר אז ס'וועט זיין א חילו השם דארט..
מ'האפט נאר אז די כוח הרבים וועט ארויפטרייבן דאס רויעך ביזן ספעיס..
נו ליצנות פון מאכלי שבת
ע"ז כבר אמר הרה"ק מלעלוב מוהרא"ש זיע"א
תבשיל של שבת ריחו נודב
נישט קיין לצנות, ס'איז א הוראת שעה, ס'וועט נישט טויגן טאמער ס'וועט רייכערען
טאקע א סכנה פאר עראפלעינס אריבערציפליען העכער די סטעדיום
גוט אז מהאט גערעט צי די עף עי עי
מנשה לוסטיגנישט קיין לצנות, ס'איז א הוראת שעה, ס'וועט נישט טויגן טאמער ס'וועט רייכערען
מ'וועט דאס נישט שמעקען ווייל דאס גערוך פון טונא בייגעלס איינגעוויקלט אין זילבער פאפיר וועט דאס איבערזיגען.
בדיעבד, זאל מען טרונקען בארשט ביי מוצאי, און די וואלקענעס וועלן נעלם ווערן ווי שנעל זיי זענען געקומען
די מחמירים וועלן זיך צוריק האלטן פון די צוויבל קוגל אויך, מפי השמועה גייט ער נישט פונם וועלט אזוי רואיג במיתת נשיקה.
געפילטע פישדי מחמירים וועלן זיך צוריק האלטן פון די צוויבל קוגל אויך, מפי השמועה גייט ער נישט פונם וועלט אזוי רואיג במיתת נשיקה.
🙂 מ'מאכט דאס נאך היינט צוטאגס?
ס'נישט קיין שווערע מאכל
מנשה לוסטיגנישט קיין לצנות, ס'איז א הוראת שעה, ס'וועט נישט טויגן טאמער ס'וועט רייכערען
בחדא מחתא בעטן מיר פון אלע אידן וואס גייען שטיוול אויף די פיס זאלן די וואך מחמת כבוד הציבור נישט גיין.
אויב באונס מוז מען גיין, מחמת דינא דמלכותא דינא וכדומה, זאל מען זעהן גאר גוט אפצושווענקן די פוס במשך די גאנצע מוצאי שבת.
זונטאג נאכמיטאג איז ראטזאם צו טוישן די ציצית.
קרעקערטאקע א סכנה פאר עראפלעינס אריבערציפליען העכער די סטעדיום
גוט אז מהאט גערעט צי די עף עי עי
יענס געלעכטער, דאס וואלט געווען א שיינעם ספעקטאקל פאר די אומות העולם אויכעט..
איך האב געשריבען דערפון
דא, אז מרעדט פון פילטערס אולי איז כדאי מען זאל אינסטאלירן א פילטער אונטער יעדע זיץ (והגדול לפי גדלו) אריינצוכאפען די נאטירליכע גאזן אזוי וועט עס נישט שמעקן און מוועט נאך מאכען אפאר טאלער דערפון אויך.
מ'זאגט אז לעולם האט ר' אהרן יא געוואלט קומען, נאר בתנאי ביי זיין דרשה וועט זיין א פילטער
מנשה, האלטסט אז דיין רבי האט הנאה ווען ער ווייסט ווען אז דו שרייבסט אזא ווערטל?
איינע פון די רבנים האט געבעטן די עסקנים, ער איז מוותר אויף סעקשן וואן, ער וויל בעסער סעקשן 8
מנשה לוסטיגמ'זאגט אז לעולם האט ר' אהרן יא געוואלט קומען, נאר בתנאי ביי זיין דרשה וועט זיין א פילטער
איך האב געהערט ממקור מוסמך, אז אלע דרשות זענען געפילטערט, יעדער רעדנער האט שוין איבערגעגעבן וואס ער גייט רעדן, און מ'האט דאס אפגעשריבן, ווען אויף יעדע ווארט איז געזעצן א מושב בי"ד (סליחה: מושב עסקנים)
חוץ פון ר' לייביש פשעווארסקער ער האט נישט געוואלט זאגן וואס ער גייט רעדן.
אויף אייוועלט באריכט איינער אז מהר"יי מסאטמאר האט אפגעשטעלט געוויסע זאכן.
זר זהבאויף אייוועלט באריכט איינער אז מהר"יי מסאטמאר האט אפגעשטעלט געוויסע זאכן.
למשל?
אגב געהערט אז בגללו גייט נאוואמינסקע רבי נישט רעדן
אבער צודען האט ער נאך עפעס געטוהן?
די גאנצע פראגראם, כולל הרעדנערס וכל תוכן דבריהם, איז דורכגעקוקט געווארן דורך כ״ק אדמו״ר רבי זלמן לייב טייטלבוים מ׳סאטמאר שליט״א. וכאשר התנאו מקודם. ער האט אראפגענומן געוויסע חלקים פונעם פראגראם (איינער זאגט מיר אז ער האט אפגעשטעלט א געוויסער מכתב וואס האט געזאלט פארגעליינט ווערן, (נישט באשטעטיגט).
(שטארק זיך-אייועלט)
זר זהבדי גאנצע פראגראם, כולל הרעדנערס וכל תוכן דבריהם, איז דורכגעקוקט געווארן דורך כ״ק אדמו״ר רבי זלמן לייב טייטלבוים מ׳סאטמאר שליט״א. וכאשר התנאו מקודם. ער האט אראפגענומן געוויסע חלקים פונעם פראגראם (איינער זאגט מיר אז ער האט אפגעשטעלט א געוויסער מכתב וואס האט געזאלט פארגעליינט ווערן, (נישט באשטעטיגט).
(שטארק זיך-אייועלט)
מ'זעהט טאקע אז ס'איז געווען דורכגעקוקט, כמעט יעדער האט דערמאנט עפעס פון סאטמאר רבי זי"ע און עפעס קעגן ציונות.
ציונות האט באקומען א קאמפיטישען דאס איז דער אינטערנעט, סתם א ליצנות,
לתועלת הענין וואלט טאקע געוועהן בעסער ווען סאטמאר (ז"ל) באטייליגט זיך נישט, דער ציונות ווען דאס איז ארויס מפי הרב ווקסמאן האט דאס נישט געמאכט קיין סענס, ס'האט זיך נישט געקלעבט.
און ווען דער דזיבוי רב האט גערעט דערפון האט מען פארשטאנען האס דאס האט גארנישט מיט ציונות נאר פרידען צו שטעלן אפאר בעלי הרגשים (לשיטתם).
ספעציעל ווען רז"ל איז דארט געזעצן מיט א פנים כאילו ער וואלט נארוואס אריינגעביסען און א מצה נפוחה וכפולה. (קרעדיט: יואליש)
א יונגע רעוועל איז זיך געזיצען באקוועם ביים כינוס ווען מיטאמאהל זעהט ער זיין הדרת פנים'דיגע צורה אויפן סקרין, אזוי ריזיג אז מ'האט געקענט ציילן די האר פון די וואנצען זיינעם.
"קלונימוס!" געט ער א זאג פארן זיין שכן "קוק איך בין געווארן א גרויסע רבי" ודפח"ח
דולה ומשקהציונות האט באקומען א קאמפיטישען דאס איז דער אינטערנעט, סתם א ליצנות,
לתועלת הענין וואלט טאקע געוועהן בעסער ווען סאטמאר (ז"ל) באטייליגט זיך נישט, דער ציונות ווען דאס איז ארויס מפי הרב ווקסמאן האט דאס נישט געמאכט קיין סענס, ס'האט זיך נישט געקלעבט.
און ווען דער דזיבוי רב האט גערעט דערפון האט מען פארשטאנען האס דאס האט גארנישט מיט ציונות נאר פרידען צו שטעלן אפאר בעלי הרגשים (לשיטתם).
ווען סאטמערע רב ז"ל וואלט היינט געלעבט וואלט ער גערעדט פון ציונות אדער פון אינטערנעט?????????
טעפל, מיין אויגן טוען מיר וויי ווען איך זע מער ווי דריי פראגע צייכענעס אויף איין מאל, און ס'מאכט מיין בראוזער קרעשען, די רבי זי"ע וואלט נישט גענוצט דרייצען קוועסטשאן מארקס.
געפילטע פישטעפל, מיין אויגן טוען מיר וויי ווען איך זע מער ווי דריי פראגע צייכענעס אויף איין מאל, און ס'מאכט מיין בראוזער קרעשען, די רבי זי"ע וואלט נישט גענוצט דרייצען קוועסטשאן מארקס.
אשפג, כ'וועל וויסען פאר נעקס טיים, שכועח.