איך בין געקומען צו די החלטה
נאכן שוקל זיין די צדדים לכאן ולכאן,
נאכן מחשב זיין שכרו נגד הפסדו,
נאכן פארזיכטיג דורכטראכטן אלע pros און cons
בין איך ענדליך געקומען צו די פעסטע החלטה
אז איך גיי יעצט עסן א ווענילע וועפער,
אומר ועושה,
ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם בורא מיני מזונות!!
טשחאוטש, טשחאוטש, טשחאוטש
אין איך בין געקימען צום החלטה אז איינער האט געהעקט דיין ניק.
(בין איך דער איינציגער וואס פילט אזוי)
וועפער געמאכט פון אריזאנע ווייץ זיכער
לאמיך טשעקן, שטייט דא ופלים בטעם וניל, ללא חשש חדש, ללא כולסטרול
וויפיל לעירס האט דיין וועיפער?
לויט דיין וועג פון נעמען החלטות קענסטי נישט זיין [/b] א רב בישראל
אויב צינעמסטי אזוי גרינטלעך א נושא ביסטי פסול צי שטיין בראש מערכות ישראל
נאר באשעפענישען קלי דעת און ווילדע היציגע חברה מיט בליט פון א צעווילדעוועטע ציג מעג זיין א רב
און א חותם אויף מחאות
אויב שוין יא א וועיפער פארוואס וואנילא און נישט טשאקאלאדע?
ליגט עפעס אין דער אשכול וואס איך פארשטיי נישט?
אדער סתם די עולם חושט ארום מוצ"ש?
כ'האב א פילינג אז עפעס ערענסט טוט זיך אפ יעצט מיט וועיפערס, פשוט כ'ווייס נישט דערוועגען
שרייב אראפ אלע צדדים, לאמיר זעהן וואס די שקלא וטריא איז געווען,
כ'האב אפגעשריבען יעצט א הערליכע נייע ארטיקעל, אבער כ'בין געקומען צום החלטה אז כ'גיי עס נישט פאוסטען, כ'האב מורא
איינער זאגט מיר אז ער האט געפינען סעווען לעיער, לאwער פעט, זיי האבן פשוט אראפ געציפט איין לעיער
# איינפאל
שטילע אינגערמאןכ'האב אפגעשריבען יעצט א הערליכע נייע ארטיקעל, אבער כ'בין געקומען צום החלטה אז כ'גיי עס נישט פאוסטען, כ'האב מורא
פון וואס/וועמען האסטו מורא?