☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » זענען אונזערע רבנים סעקסיסט?

זענען אונזערע רבנים סעקסיסט?

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6563

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 3, 2014 7:55 pm

· #204504
זענען אונזערע רבנים סעקסיסט?
קודם כל "סעקסיסט" איז נישט א מיאוסע ווארט, עס מיינט עפעס כשר, ווי עס וועט ארויסגעברענגט ווערען. אבער שמעקער, פליז ווער נישט ציושבט וועגען דער ווארט אין קעפעל.

היינט איז ארויסגעקומען א קול קורא קעגען א פרוי א טעראפיסט, אז מען זאל נישט גיין צו איר מער.

נאך אלע לימוד זכות, ד.ה. איך וועל אהננעמען אז דא איז אלעס צוגעגאנגען כדין וכשורה )כאטש לבי אומר לי אז נישט(,

א. מען האט זי געווארענט זי זאל אויפהערען.

ב. מען האט זי געסטראשעט מיט א קול קורא.

ג. ווען די מעשים אשר לא יעשו זענען געשעהן האבען די רבנים איר געזאגט זי זאל עס נישט טוהן.

ד. מען האט גובה עדות געוועהן פין ביידע זייטען פין לכל הפחות דריי געשלעגעכץ בין איש לאשתו בין אב לבתו וכו', און מען איז געקומען צו דער מסקנה אז זי האט געהאנדעלט מיט אכזריות.

די פערצען רבנים זענען לכל הפחות געזעצען ביי איין אסיפה און אדורך געארבעט דער לשון הקול קורא וויאזוי עס זאל געשריבען ווערען.

די ליסטע קען אנגיין, אבער כ'גלייב אז דער עולם זעהט מיין דריפט.

און לאחר כל המעשים האלה איז מיין שאלה, ליידט די פרוי פין דער קול קורא נאר פאר דער פאקט אז זי איז א פרוי?

וואלטען רבנים אמאהל געשריבען אויף א מאן א טעראפיסט א קול קורא וואס טוט די זעלביגע מעשים?

לדעתי נישט.

און מיין ראי' איז, אין מיין זכרון געדענק איך נישט קיין קול קורא קעגען א יחיד, חוץ נחום רז"ב, וואס דארט פארשטיי איך די רבנים, סוכ"ס זיצט איינער און מאכט פין זיי פאטאש צו צען טויזענט היימישער צוהערער. אבער נאך איינער איז נישטא. וואס איז דא געשעהן?

לדעתי ווערט א פרוי ביי אונז אראפגעקוקט פשוט פאר דער פאקט אז זי איז א פרוי. מען האלט זיי פאר נחות דרגא און מילך קעסטלעך. דא אויף ק"ש אליין איז דא כמה דוגמאות פין געשרייבעכצער אויף דער מהלך, עיין אשכול עזרת נשים הצלה ועוד. ממילא ווען א רב איז דן צו א פרוי טוט די ריכטיגע זאך ביי נישט לאזען קינדער זיין ביי די עלטערען, איז זיין מושכל ראשון אז דער פרוי איז נישט גערעכט, און פין דארט און ווייטער, ביז שרייבען אן איסור, איז די רייזע נישט ווייט, וואס וועט זי שוין טוהן, א פרוי, וואס וועט זי שוין קענען אנדרייען. און עס איז לאו דוקא דער פחד, דער שיקול הדעת ווען מען וועגט צו זי איז אפשר גערעכט איז נישטא ביי אפרוי ווי ביי א מאן.


בפרט כמה פין די פערצען רבנים וואס פרויען זענען ביי זיי זרע דיפאזיטס, און מילך באטלעך פאר פיצלעך, נישט קיין דעה זאגערס אין שווערע משפחה ענינים.

דולה ומשקה » פרייטאג יוני 6, 2014 2:32 pm

· #204590
אוי ווי גערעכט דו ביסט, איך ווארט אומגעדולדיג צו זעהן צו די 14 רבנים וועלן אויך שרייבען אזא סארט קול קורא איבער א צווייטע טעראפיסט א רשע א נואף מיטן נאמען "אבי פישהויף".
דער אבי פישהויף ארבעט בערך אזוי, א מיידעל פון א גאר היימישע משפחה רייכערט אין שבת, גייט מיט בחורים וגם בתולות, אנגטוהן גייט זי ווי לאמיר נישט דא ארויס שרייבען ברחל בתך הקטנה, אבער קומט דער אבי פישהויף פון די גאר בעסטער טעראפיסט (לייסענס אדער נישט איז קיין שום נפק"מ) ער זאגט פאר דיע עלטערן אז מ'דארף איהר לאזן טוהן וואס זי וויל נאר, מ'טאר איהר פאר קיין פאל נישט ארויסווארפען פון הויז אפילו ברמיזה, אלעס אלעס דארף מען איהר נאך געבן.
אפילו שבת ביים טיש זי קען גיין אויסגעלאסען ווי זוי זי וויל נאר, אפילו מיט איהר איהר בוי-פרענד, אעפ"י וואס עס זיצן אויך דארט חסידישע איידעלע בחורים - איהרע ברידער.
איי האיך יקיימו את שניהם, מ'דארף זאגן אז די שוועסטער ליידט פון א געוויסע מחלה, בלע בלע בלע....
ער גוט ארויס אזעלעכע מאדענע אנווייזענוגען, די עלטערן גלייבען אין איהם ווי תורת משה.

געווענדליך גייען די מיידלעך צו איהם מיט טייט הויזען וכדו' וכדו', ווייל לשיטתו דארף מען לאזען פאר די מיידלעך זיך ארויס געבען.

א קול קורא קעגן איהם ח"ו, ער דאווענט צוויי שעה, ער גיבט א שיעור, ער טיילט צדקה...

געפילטע פיש » פרייטאג יוני 6, 2014 2:36 pm

· #204591
נו, און אפשר איז ער גערעכט?

signout » פרייטאג יוני 6, 2014 3:11 pm

· #204599
די ס' חברה טראכטן אייביג אז מען דיסקערמערנירט קעגן פרויען,

אי איתמר » זונטאג יוני 8, 2014 10:51 am

· #204721
די עיקר ארבעט/ביזנעס פון די טערעפיסטען איז צו טוהן טערעפי אויף די רבנים/מחנכים/עסקנים זיי אונטערצוקויפען.. וואס פון זיי קומט די עיקר ביזנעס, (בעל התל ובעל החרוץ..)
זי האט דעס לכוראה אונטערגעשאצט, צו עס האט מיט דעם ווייל זי איז א פרוי ווענדזיך אויב דו ביזט א סעקסיט..

דבילה » זונטאג יוני 8, 2014 12:10 pm

· #204748
ס'איז א חידוש נפלא אז איר נאמען מיט איר אדרעס זענען געווען אזוי שטארק ארויסגעשריבן בשעת וואס "דער איד" 'עט זיך נישט וואגן צי שרייבן די נאמען פון א פרוי. מיר האט עס ארויסגעשריגן א ספעצילע סארט השפלה מיוחד פאר פרויען.

טעגגינג @אנאנים

כוכב » זונטאג יוני 8, 2014 12:34 pm

· #204751
די צייטונגען שטעלן אריין כמעט אלעס פאר באצאלט, עס איז דא זייער א קליינע פרעצעדנט פון אנאנסן וואס זיי זאלן אפ זאגן צוליב וואס זיי זענען אנגעןויזן אויף דער הכנסה.
עס איז אמת אז עס איז מער נישט די סטאנדארט די פרויען עדס ווי אמאל, אבער צו זאגן אז זיי לייגן נישט די נאמען פון א פרוי איז א שקר. וואך איין וואך אויס איז דא עדס פון פארטיס מיט פרויען נעמען, א דוגמה די עד פון הצלה.
אזא סארט קול קורא האט נישט קיין זין צו שרייבן אן א נאמען ווייל סאיז דא אדרעסירט צו א ספעציפישע פאל.
ובכן, כאפ איך נישט די גרויסע אויפטו פון דבילה אז ער האט געדארפט דערפאר אפפיצן זיין לאנג פארשטויבטע ניק.

איחוד פעלד » זונטאג יוני 8, 2014 5:43 pm

· #204829
ממש אזוי?

נישט געקענט שרייבען מרס פלונית? מען מוז שרייבען די ערשטע נאמען?

כל האומר רחב רחב מיד נקרי, אלע רבנים זאגען אז מען טאר נישט רופען א פרוי ביים ערשטען נאמען!

ממילא שטעלט זיך די גרויסע פראגע בת יתרו מי התיר לך?

שערי יושר » פרייטאג אפריל 14, 2023 3:24 am

· #521142
דולה ומשקה
אוי ווי גערעכט דו ביסט, איך ווארט אומגעדולדיג צו זעהן צו די 14 רבנים וועלן אויך שרייבען אזא סארט קול קורא איבער א צווייטע טעראפיסט א רשע א נואף מיטן נאמען "אבי פישהויף".
דער אבי פישהויף ארבעט בערך אזוי, א מיידעל פון א גאר היימישע משפחה רייכערט אין שבת, גייט מיט בחורים וגם בתולות, אנגטוהן גייט זי ווי לאמיר נישט דא ארויס שרייבען ברחל בתך הקטנה, אבער קומט דער אבי פישהויף פון די גאר בעסטער טעראפיסט (לייסענס אדער נישט איז קיין שום נפק"מ) ער זאגט פאר דיע עלטערן אז מ'דארף איהר לאזן טוהן וואס זי וויל נאר, מ'טאר איהר פאר קיין פאל נישט ארויסווארפען פון הויז אפילו ברמיזה, אלעס אלעס דארף מען איהר נאך געבן.
אפילו שבת ביים טיש זי קען גיין אויסגעלאסען ווי זוי זי וויל נאר, אפילו מיט איהר איהר בוי-פרענד, אעפ"י וואס עס זיצן אויך דארט חסידישע איידעלע בחורים - איהרע ברידער.
איי האיך יקיימו את שניהם, מ'דארף זאגן אז די שוועסטער ליידט פון א געוויסע מחלה, בלע בלע בלע....
ער גוט ארויס אזעלעכע מאדענע אנווייזענוגען, די עלטערן גלייבען אין איהם ווי תורת משה.

געווענדליך גייען די מיידלעך צו איהם מיט טייט הויזען וכדו' וכדו', ווייל לשיטתו דארף מען לאזען פאר די מיידלעך זיך ארויס געבען.

א קול קורא קעגן איהם ח"ו, ער דאווענט צוויי שעה, ער גיבט א שיעור, ער טיילט צדקה...
עפעס זעהט אויס ווי עס באדערט דיך פערזענליך. כ'וואלט געוואלט וויסן דיין מיינונג נאך צעהן יאר.

סיסטעם » זונטאג אפריל 16, 2023 9:53 am

· #521286
סתם געמאלן וואסער
סאיז דא גענוג אנדערע זאכן אויף וואס צו האבן טענות
(חוץ אויב די קענסט פרעזענליך די פרוי און די ווייסט אז די קול קורא איז נאר וויבאלד זי איז א פרוי)

הקטן » זונטאג אפריל 16, 2023 10:06 am

· #521292
איחוד פעלד
ממש אזוי?
נישט געקענט שרייבען מרס פלונית? מען מוז שרייבען די ערשטע נאמען?
כל האומר רחב רחב מיד נקרי, אלע רבנים זאגען אז מען טאר נישט רופען א פרוי ביים ערשטען נאמען!
ממילא שטעלט זיך די גרויסע פראגע בת יתרו מי התיר לך?
ס'איז דא נאך א פרוי טערעפיסט מיט דעם זעלבן לעצטע נאמען
איז הגם ס'איז געווען שווער פאר די רבנים ריפן ביים ערשטען נאמען, וואו דו האסט ערווענט אבער דא האבן זיי געפילט פאר א פליכט כדי צו נישט שאדען מאכן פאר די אנדערע פרוי

שערי יושר » זונטאג אפריל 16, 2023 10:09 am

· #521293
Re: זענען אונזערע רבנים סעקסיסט?
ח"ו גיין צי א פרוי טעראפיסט.

איינער ווייסט פון א גוטע טעראפיסט פאר א מיידל יעצט אז נחמיה איז שוין נישט אין די ליין?

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 16, 2023 10:10 am

· #521294
😂

ערענסטער פארשוין » מאנטאג אפריל 17, 2023 11:38 am

· #521520
Re: זענען אונזערע רבנים סעקסיסט?
קען מען ביטע ברענגען די קול קורא


Sent from my iPhone using Tapatalk