☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פאליציי זוכט סיריעל מערדער אין ברוקלין

פאליציי זוכט סיריעל מערדער אין ברוקלין

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6550

אפטעמיסט » מאנטאג יוני 2, 2014 2:58 pm

· #204224
פאליציי זוכט סיריעל מערדער אין ברוקלין
ברעיקינג!

ווער געדענקט נאך דער סנייפער וואס אנגעזייט כאאס און טעראר איבער אמעריקא? גרייט אייך פאר נאך איינס ה"י.

קול העולם באריכט איצט דער שוידערליכער נייעס אז די פאליציי דעפארטמענט איז נאך א געיעג נאך א מעגליכער "סעריעל קיללער" וואס האט שוין דערשטאכן צוויי קינדער, איינס פאטאל רח"ל דא ביי אונז אין ברוקלין.

רבותי, פארשפארט אייער קינדערלעך אינדערהיים!!!

שעפטל » מאנטאג יוני 2, 2014 3:03 pm

· #204226
נאכנישט קאנפירמט און ס'ציט נאכנישט קיין מסקנה'ס אז די שטעכעריי אויף שנעק און די שטעכעריי אויף לינדען בלווד זענען די זעלבע מערדער.

אויף דערווייל גייטס נאכאלץ נישט קיין איסט ניו יארק...

לית דין בר נש » מאנטאג יוני 2, 2014 3:27 pm

· #204237
שנעק איז א פלאץ אדער א נאמען? שנעק איז א איד?

אפטעמיסט » מאנטאג יוני 2, 2014 5:51 pm

· #204267
מעסער וואס דער מערדער האט אנגעבליך געניצט צו שטעכן איינע פון די קינדער
1401745295540.jpg

טיטאניק » מאנטאג יוני 2, 2014 5:55 pm

· #204268
עטץ קענטץ אויפהערען צי משוגע מאכען דעם עוילעם? זאגטס אביסעלע פרטים!!!!!!!
וואס? ווען? ווי?

לית דין בר נש » מאנטאג יוני 2, 2014 6:02 pm

· #204270
טיטאניק נישט קיין שייכות מיט דעם פונקט זיך דערמאנט, וואס מאכט די פיסל?

טיטאניק » מאנטאג יוני 2, 2014 6:13 pm

· #204271
איך זע אז די ווילסט מיר נאך מער אנציען? איא?
😃
די פיסל איז פיין געלויבט השם

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 2, 2014 6:28 pm

· #204274
ער וויל זיכער מאכן צי ער קען כאפן א געזונטן שטויס פארן דיך אנציען 😛 😉

טיטאניק » מאנטאג יוני 2, 2014 6:57 pm

· #204276
גענימען צי מיינע ביינער officially????
😃

אפטעמיסט » דינסטאג יוני 3, 2014 1:36 am

· #204374
<a class="postlink" href="http://m.nydailynews.com/new-york/nyc-crime/1.1813910">http://m.nydailynews.com/new-york/nyc-crime/1.1813910</a>
imageprocessor.jpg

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 6, 2014 2:06 am

· #204541
זעהט נישט אויס ווי דער געמאלענע פרצוף

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 6, 2014 2:17 am

· #204543
זעהט אויס זייער ענדליך צו די אלטע בילד פון אים מיט די האר.
14161884799_2288eede4f_o-725x483.jpg

סאשי פיש » פרייטאג יוני 6, 2014 2:20 am

· #204544
קען זיין אז ער האט זיך אפגעשנידען די האר אז מען זאל אים נישט דערקענען?!