☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » חסידישע שרייבער: שלום בערגער איבער אידישע ליטעראטור

חסידישע שרייבער: שלום בערגער איבער אידישע ליטעראטור

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #655

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 18, 2012 1:00 pm

· #13314
חסידישע שרייבער: שלום בערגער איבער אידישע ליטעראטור
אן ארטיקעל אין Tabletmag.com איבער די אנליין שרייבעריי, פון קטלא קניא, צו שפיצעל שטרימפקינד, עצור כאן חושבים צו אונזער קאווע שטיבעל. זייער שיין געשריבן, כאפט א בליק

יידל » פרייטאג מאי 18, 2012 3:18 pm

· #13383
ער האט דאך גערעדט צו א שרייבער אינעם שטערן, זאגט ער.

זר זהב » מוצ"ש מאי 19, 2012 11:13 pm

· #13459
Hasidic Writers, Plugged In
אן ארטיקל איבער די מצב פון אידישע ליטעראטור. ער רעדט אויך פונעם "שטערן" און וועגן די איסור וואס רבנים האבן ארויסגעגעבן. איך ווייס נישט פונקטליך וואס דער ארטיקל ברענגט ארויס, סאיז א לאנגס און א ברייטס. ס'זעהט אויס אינטערעסאנט.

<a class="postlink" href="http://www.tabletmag.com/jewish-arts-and-culture/books/99965/hasidic-writers-plugged-in">http://www.tabletmag.com/jewish-arts-an ... plugged-in</a>

הערשל » מוצ"ש מאי 19, 2012 11:27 pm

· #13460
<a class="postlink" href="/topic/655">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=23&t=655</a>

זר זהב » מוצ"ש מאי 19, 2012 11:32 pm

· #13461
נישט באמערקט! ווען מ'וואלט עס ווען געשטעלט אינעם "מידיא ווינקל" וואלט איך עס באמערקט.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 20, 2012 12:35 am

· #13469
זר זהב
נישט באמערקט! ווען מ'וואלט עס ווען געשטעלט אינעם "מידיא ווינקל" וואלט איך עס באמערקט.

כ'האב מיר טאקע גע'יושב'ט צי איך זאל עס לייגען אין נייעס אין קורצען, אבער כ'געטראכט אז ער פארקויפט נישט קיין נייעס, נאר ס'איז אן אנאליז אויף חסידישע\אידישע שרייבער און ליטעראטור און ממילא קומט עס אין קונסט, טאמער די מנהלים האלטן אז ס'קומט אין נייעס קאנען זיי עס גערען אריבער רוקן.

זר זהב » זונטאג מאי 20, 2012 1:12 am

· #13470
פארוואס קונסט ? ס'רעדט דאך פון היימישע מידיא.

קרעמער1 » מיטוואך מאי 23, 2012 11:34 am

· #14420
א דאנק דעם ארטיקל ציעט ער א פאראלעל פונעם שטערן צו אונזער קאווע-שטיבל...

<a class="postlink" href="http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=333&pid=3843#pid3843">http://balboos.com/forum/showthread.php ... 43#pid3843</a>

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך מאי 23, 2012 11:45 am

· #14423
קרעמער1
א דאנק דעם ארטיקל ציעט ער א פאראלעל פונעם שטערן צו אונזער קאווע-שטיבל...

<a class="postlink" href="http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=333&pid=3843#pid3843">http://balboos.com/forum/showthread.php ... 43#pid3843</a>

דער קאמענטאטאר אין דעם צוגעברענגטן פארום האט דורכגעפירט א געלונגען שטיקל אינוועסטיגעיטיוו זשורנאליזם 😂

פינטאו » מיטוואך מאי 23, 2012 12:05 pm

· #14429
כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז א סוד ווער עס שרייבט דעם "וועלטעלעך" בלאג.

יידל » מיטוואך מאי 23, 2012 1:29 pm

· #14459
דער אינגערמאן פונעם בעל-הבית סייט (דמתקריא לוזער מענדל) שיינט ווי א היץ קאפ. קודם כל, אין בערגער'ס ארטיקל שטייט אז "ישעיה" איז געווען א שרייבער אינעם שטערן. ס'משמע אז ער איז מער נישט דארט קיין שרייבער. צווייטענס, מישט ער א קוגל צווישן חידוש העולם און גיל העולם.... שוין כ'וועל נישט אריינגיין. דריטנס, בערגער שרייבט נישט אז ער גלייבט נישט, נאר אז ער האט ספיקות. א חילוק כרחוק מזרח ממערב.

לויט מיין השערה איז לוזער מענדל דער וואס פירט די מערכה קעגן דעם שטערן... דזשאסט קידינג.

פינטאו » מיטוואך מאי 23, 2012 1:41 pm

· #14465
אוודאי "געווען", לויט בערגער האט זיך דאך דער שטערן פארמאכט.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך מאי 23, 2012 1:44 pm

· #14466
יידל
דער אינגערמאן פונעם בעל-הבית סייט (דמתקריא לוזער מענדל) שיינט ווי א היץ קאפ. קודם כל, אין בערגער'ס ארטיקל שטייט אז "ישעיה" איז געווען א שרייבער אינעם שטערן. ס'משמע אז ער איז מער נישט דארט קיין שרייבער. צווייטענס, מישט ער א קוגל צווישן חידוש העולם און גיל העולם.... שוין כ'וועל נישט אריינגיין. דריטנס, בערגער שרייבט נישט אז ער גלייבט נישט, נאר אז ער האט ספיקות. א חילוק כרחוק מזרח ממערב.

לויט מיין השערה איז לוזער מענדל דער וואס פירט די מערכה קעגן דעם שטערן... דזשאסט קידינג.

איך האב עס אויך אזוי אנגעקוקט. איך האב אפגעלערנט "ישעי-ה"'ן ווי דעם טיפישן יונגערמאן וואס האט אלע יארן געהערט איין זאך, און דערנאך געקומען צו דער הכרה אז טייל פון די זאכן וואס די מחנכים האבן אים פארקויפט זענען נישט פונקט אזוי. און היות אונזער ציבור ווערט נישט צוגעגרייט צו זיך ספראווען מיט אנדערע שיטות און השקפות, אין צוגאב צו שפילן א גאנצלעביגן בעת היענה שפיל, ווערט מען פארלוירן איינמאל מען הייבט אן טראכטן און לייענען.

נו, "ישעיה" פון זיינע אייגענע ווערטער קומט פאר ווי אן אויפריכטיגער מענטש -- עמיצער וואס זוכט די תירוצים, נישט די קשיות. תירוצים זענען פאראן גוטע. איך בין זיכער אז ער האט זיי געטראפן...

יידל » מיטוואך מאי 23, 2012 1:49 pm

· #14468
פשוט-קאמפליצירט

אקוראט אזוי. און דאס אז לוזער מענדל שרייט גלייך "אפיקורסות" "עיקרי אמונה", דאס איז די גרעסטע באווייז אז "ישעיה" האט רעכט...

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך מאי 23, 2012 1:50 pm

· #14469
יידל
אקוראט אזוי. און דאס אז לוזער מענדל שרייט גלייך "אפיקורסות" "עיקרי אמונה", דאס איז די גרעסטע באווייז אז "ישעיה" האט רעכט...

אשפגתי 😃

קרעקער » מיטוואך מאי 23, 2012 2:21 pm

· #14472
נא נא חברה עטץ זענטץ נישט גערעכט
אויב איזס אמת איזס א געפערליכע עולה, און דו שטערען דארף ארויסקימען אפען און ארויסווארפען דעם שרייבער
אין נושט ווארטען ביז דע רבנים וועלען עס אויסגעפינען און שרייען WE TOLD YOU SO

מוראדיג » מיטוואך מאי 23, 2012 2:53 pm

· #14476
עס איז שווער צו גלייבן אז שלום בערגער האט סתם אויפגעקאכט א געשיכטע, אבער אויב זאל מען נישט וועלן זאגן אז ער איז סתם א ליגנער, מוז מען בע"כ אננעמען אז עפעס אן ערנסטע טעות איז געשען אין דעם ארטיקל.
איין פאקט זענען מיר אלע עדות: דער שטערן קומט ווייטער ארויס. יעצט אויב ער שרייבט אז עס איז צוגעמאכט, וואס קיין איין חסידישער איד וואס גייט אין גראסערי האט נישט אזא טעות און וואלט אים אזוינס נישט געזאגט, און נאך דערצו אויב האט ער אנגעבליך געהאט אן אינטערוויו מיט א שטערן שרייבער אליין, אפילו אויב א געוועזענע, איז די בעסטע סימן אז עפעס שטימט נישט דא מיט דעם אנגעבליכן אינטערוויו.
אויך איז גאר מאדנע, ווייל אפילו אויב זאל א שטערן שרייבער זיין א האלבער שייגעץ , וואלט ער דען דאס געגאנגען אויספויקן ברבים און דאס נאך געלאזט יענעם שרייבן? זיכער וואלט ער נישט געזאגט אדער ווייניגסטנס נישט געלאזט יענעם שרייבן דעם פאקט אז ער איז א שטערן שרייבער? וויל ער דען באגראבן זיין אייגענע פרנסה קוואל?
עס איז קלאר אז עפעס א מיספארשטענדעניש איז דא געווען, אדער אפשר גאר האט א שונא פונעם שטערן זיי אונטערגעשטעלט א גוטס...

יידל » מיטוואך מאי 23, 2012 3:51 pm

· #14483
אפשר מיינט בערגער די צייטשריפט?

John Doe » דאנערשטאג מאי 24, 2012 2:19 am

· #14693
[ציטאט אראפגענומען]

ער איז נישט מער ווי גערעכט. ליידער איז דער נסיון הדור היינט צו בלייבן ערליך און ווארעם צו אידישקייט טראץ דעם וואס די מנהגי העדה פירן זיך שלא על פי תורה.