איך האב אמאל געמיינט אז...
אז סופער 13 גראסעריי אין בארא פארק איז א ביליגע סטאר. היינט ווייס איך שוין אז נישט.
דעטאלן פעלן נישט אויס, יעדער קען שרייבן דא וואס ער האט אמאל געמיינט. אנדערש ווי "זאכן וואס כ'האב נישט געוויסט ביז היינט" אשכול וואס דארט רעדט מען פון זאכן וואס מ'האט קיין ידיעה נישט געהאט איבער, איז דא עפעס וואס מ'האט געמיינט אז מ'ווייסט עפעס און געהאט א שיטה דערביי ביז מ'זעט אז מ'האט זיך טועה געווען. געגאנגען...
די האסט אזוי אמאל געמיינט ווייל אזוי איז אמאל באמת גיוועהן אבער סארי עס האט דיר גענומען א שיינע פאר יאר צו כאפן אז עס האט זיך געטוישט!
כהאב אויך אזוי געמיינט למעשה איז מעגא פופטי טרי ביליגער און בעסערע סערוויס. זייט כהאב געמופט שאפ איך ביי גאלדבערגס.
גאלדבערג'ס אויף 18? דער איז דאך באוויסט פאר א טייערע געשעפט
שוין דא א אשכול וואס רעדט ארום וועגען די נושא פון היימישע געשעפטען.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5423">viewtopic.php?f=4&t=5423</a><!-- l -->
לאמיר אבער נישט פארגעסן נישט צו בלייבן צו לאנג סטאק אויף איין נושא...
שטילע אינגערמאן האקט אריין, יא נישט בלייבן שטיין לאנג. דער אשכול איז פאר ''אלעס'' וואס מ'האט געמיינט
איך האב אמאל געמיינט אז אידיש בלוט איז הפקר היינט ווייס איך שוין אז נישט 😃
ווען די האטליין וועט זיך פארמאכען, און די בריוון העלן אויפהערן צו קימען, און
@יוחנן הסנדלר וועט נאו מאה טענות האבן וועל איך וויסען אז מיר זענען שוין נישט הפקר 😃 😂 😃 😂
מעניני דיומא... שבועות..
כ'האב אמאל געמיינט אז גרין'ס בעקערי איז גרינס, און באקערמאן'ס איז אקערמאן'ס... הער איך גאר ס'איז פונקט קאפויער....
איך האב אמאל געמיינט אז אין א טשיעז דעיניש איז דא טשיעז...היינט ווייס איך אנדערש... 😕 😎 😂 🙄 😠 😉 😳 😮
לית דין בר נשאיך האב אמאל געמיינט אז אידיש בלוט איז הפקר היינט ווייס איך שוין אז נישט 😃
אויב אזוי לעבסטי הערשט אין א טעות
אז מען מײנט נער׳ט מען זיך – מען נער׳ט זיך טאקע!
איך האב אמאל געמיינט אז די נודע ביהודה האט געהייסן יהודה און די בני יששכר האט געהייסן יששכר....
און דער חפץ חיים "חיים" און דער אוהב ישראל "ישראל" און נאך...
איינער וואס טוט אין שלום בית האט א אייגענע שטארקע שלום בית,
למעשה....איינער וואס איז א בעל מחנך און האלט איבעראל דרשות בעניני חינוך, קען טאקע שטאלצירן מיט זיינע קינדער. למעשה....... איך וויל קיינעם נישט פארשעמען, וועל איך נישט זאגן ווייטער
מצטמק ויפהאיינער וואס טוט אין שלום בית האט א אייגענע שטארקע שלום בית,
למעשה....
א שיסטער גייט מיט ציריסענע שיך .
אז שטיין אונטער א ״בען טעירע (בן תורה בלע״ז)״ אין גראסערי ביים רעכענער, וועט מיר נעמען בלוי״ז 22 מינוט. דערווייל האב איך מיר געלערענט -טאקע אויף דעם ליטוואק׳ס ספירה בארד- אז עס קען נעמען גאנצע 39 מינוט. יא!! 39 מינוט!! בלי גוזמא.
פילייכט איז דער בן תורה בן דרוסאי מקפיד נישט נאר אויף ״ישן״ נאר אויך אויף ארבעים יכנו, לא יוסיף ודו״ק!!!
זיי האבן אפגעלערנט דעם ״בשבילי נברא העולם״ נישט נאר מיטן ברטנורא׳ס פשט. כ׳האב פארגעסן צו קוקן וואס די ״קהתי״ טייטשט דארט (!)
לית דין בר נשדי האסט אזוי אמאל געמיינט ווייל אזוי איז אמאל באמת גיוועהן אבער סארי עס האט דיר גענומען א שיינע פאר יאר צו כאפן אז עס האט זיך געטוישט!
זיין (סופער 13) מזל איז אז א סאך מענטשן האבן אזוי געמיינט. איין טאג גייט ער אויסגעפונען אז די מענטשן האבן זיך געכאפט. און דאמאלס 'עט זיין אין זיין סטאר שטיל ווי אין א ביה"ח... 😕 😎 😂 🙄 😠 😳 😈 😈 😉 😮
נעמ-טא-דאםאז שטיין אונטער א ״בען טעירע (בן תורה בלע״ז)״ אין גראסערי ביים רעכענער, וועט מיר נעמען בלוי״ז 22 מינוט. דערווייל האב איך מיר געלערענט -טאקע אויף דעם ליטוואק׳ס ספירה בארד- אז עס קען נעמען גאנצע 39 מינוט. יא!! 39 מינוט!! בלי גוזמא.
פילייכט איז דער בן תורה בן דרוסאי מקפיד נישט נאר אויף ״ישן״ נאר אויך אויף ארבעים יכנו, לא יוסיף ודו״ק!!!
זיי האבן אפגעלערנט דעם ״בשבילי נברא העולם״ נישט נאר מיטן ברטנורא׳ס פשט. כ׳האב פארגעסן צו קוקן וואס די ״קהתי״ טייטשט דארט (!)
אבער די עיקר איז אז דו ביסט ארויס פון גראסערי פאר די שקיעה. און דו האסט מסתמא געקויפט "חלב סתם"... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😉 😮
שעפטלכ'האב אמאל געמיינט אז גרין'ס בעקערי איז גרינס, און באקערמאן'ס איז אקערמאן'ס... הער איך גאר ס'איז פונקט קאפויער....
נאך א מזל דו האסט געשריבן "אקערמאן" מיט א "בית" זעירא. אנישט וואלט איך געמיינט אז ס'קומט מיט א "קוף".
אז א גביר'ס מחילה איז געמאכט פון שאקאלאד.
איך האב אמאל געמיינט אז...
אז אין אן ארגומענט איז יענער אינטערסירט מיט אן אמת ארויס צוהאבן די נושא.
עשירות קומט אדאנק חכמה און אז איינער פארמאגט אסאך חכמה וועט ער צום סוף צוקומען צו אן עשירות.
אז די וועלטס מעיפ ענדיגט זיך ערגעץ אין די שכינות פון וומס''ב.
אז דער ''אמאל'' איז אסאך בעסער ווי דער ''היינט''.
סגייט קומען א טאג, וואס איך וועל אויף עפעס א וועג דערשנאפען אן אוצר, און דערנאך א שארטקאט צום סוקסעס (ווער ווייסט קען נאך זיין אין איין שיינעם טאג..).