☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הסתלקות הבעל שם טוב זי"ע

הסתלקות הבעל שם טוב זי"ע

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6548

טיטאניק » מאנטאג יוני 2, 2014 1:46 pm

· #204187
קענסט צי לייגען איין זאך וואס שטייט נישט אין שבחי בעל שם אבער דאך וועט יעדער מודה זיין אז דאס איז אמת לכל הדיעות
אויב זאל מען געגעבן דער בעל שם טוב די רשות צי ארויס קימען פון זיין קבר און קיקען וואס מען האט געטין מיט זיין נאמען און מיט די "שיטת החסידות" וואלט ער זיך ציריק אריינגעלייגט אין קבר אריין מיט ביטערע טרערען
ווען מען זעט וויפיל רשעות שחיתות רציחות מחלוקות חילול שם שמים עבודה זרה וכו' וכו' וכו' קימען פאר היינט אלעס אינטער די קאווער פון "חסידות"
א רחמנות אויף דער בעל שם טוב אז מען האט אזאנס געטין צי זיין שיטה און צי זיין הייליגע דרך
נעמען א מהלך און דאס איבערדרייען צי די פינקט פארקערטע וואס דער מייסד האט געוואלט

מבקר » מאנטאג יוני 2, 2014 4:30 pm

· #204255
טיטאניק
אויב זאל מען געגעבן דער בעל שם טוב די רשות צי ארויס קימען פון זיין קבר און קיקען וואס מען האט געטין מיט זיין נאמען און מיט די "שיטת החסידות" וואלט ער זיך ציריק אריינגעלייגט אין קבר אריין מיט ביטערע טרערען.

גענוי דאס האט שוין דער בעש"ט געזעהן, און ווי עס ווערט דערציילט, האט ער טאקע שטארק געוויינט אויף דעם.

עפל סיידער » מאנטאג יוני 2, 2014 8:01 pm

· #204292
@אנאנים אפשר ברענגסטו דעם ניגון אהער אז עס האט אזעלכע כוחות זאל דער עולם כאטש הנאה האבען, און זוכה זיין להתעורר בתשובה.

מבקר » מאנטאג יוני 2, 2014 9:05 pm

· #204307