☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #6541

אשכול אן א טיטל #6541

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6541

— » זונטאג יוני 1, 2014 8:43 pm

· #203958

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

יין שרף » זונטאג יוני 1, 2014 8:51 pm

· #203960
...no words
untitled.png

טאמבל סאס » זונטאג יוני 1, 2014 9:00 pm

· #203964
איך פארשטיי נישט פארוואס ער גייט נישט גלייך צום שוועסטער?

הערשי » זונטאג יוני 1, 2014 9:29 pm

· #203977
נטורי קרתא מאן דכר שמן?

יוחנן הסנדלר » זונטאג יוני 1, 2014 9:59 pm

· #203998
עס איז דער לוזער לעווין אבסעסירט מיט געי מערידזש.

עפל סיידער » זונטאג יוני 1, 2014 10:06 pm

· #204006
[ציטאט אראפגענומען]

נו בעט זיי שוין איבער.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 1, 2014 10:15 pm

· #204011
הערשי
נטורי קרתא מאן דכר שמן?

מאן דכר (זכר זכר)
ברוך שכיוונתי?

נטורי קרתא עסקן » מאנטאג יוני 2, 2014 11:44 am

· #204116
די שאלה איז נישט אויף נ"ק אדער סיי ווער עס איז לוחם מלחמות ה' קייגן טמאנע שמוץ, נאר אויף די איבעריגע חלק פון יודן וואס מאכן זיך נישט וויסענדיג אז די שם ה' ווערט פארשוועכט און מטומא דורך די אנשים טמאים ימשו"ז.

עפל סיידער » מאנטאג יוני 2, 2014 11:47 am

· #204120
נישט יעדעם אינטערסירט וואס א טמא ושפל מאומות העולם טוט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יוני 2, 2014 11:52 am

· #204123
נטורי קרתא עסקן
די שאלה איז נישט אויף נ"ק אדער סיי ווער עס איז לוחם מלחמות ה' קייגן טמאנע שמוץ, נאר אויף די איבעריגע חלק פון יודן וואס מאכן זיך נישט וויסענדיג אז די שם ה' ווערט פארשוועכט און מטומא דורך די אנשים טמאים ימשו"ז.


די י"ג מידות הייבט זיך אן מיט די שם של רחמים, מיט די שם של אהבה און רחמנות. ווען איך וועל זעהן ביי אייער גרופע א איבערפלייץ פון אהבת ישראל, וועל איך איבערקלערן אויב אייער אהבת ה' מיינט עפעס.

נטורי קרתא עסקן » מאנטאג יוני 2, 2014 12:40 pm

· #204146
פסק פון אלע עהרליכע רבנים!!
📎 kk.jpg

יין שרף » מאנטאג יוני 2, 2014 2:55 pm

· #204222
וואס מיינט ביי דיר "אלע" ערליכע רבנים?
ווער עס חתמ'עט נישט איז אויס עהרליך?


איך האב א פסק דין פון הרב וואזנער שליט"א וואס ער האט געזאגט ברבים תשע"א און ארץ הקודש ביים סיום הש"ס שע"י אגודת ישראל/לימוד דף היומי.
אז "אלע" עהרליכע אידן האבן אנגענומען די לימוד דף היומי...

עוד מישהו » מאנטאג יוני 2, 2014 5:11 pm

· #204260
די נושא איבער די פארטאריקאנע אדער מעקסיקאנע ווס האבן מוחה געווען בשליחות פון די נטורי חרתא, איז גארנישט קיין פשוט'ע.
שליחו של אדם כמותו ווייס מיר דאך איז נישט קיין פראבלעם, ממילא זענען די גויים שליחים, די שאלה איז נאר וואס טוט זיך מיט "אתם קרויין אדם?"
דאס איז א גרויסע פראבלעם, ווייל לויט דעם קומט אויס אז די נטורי חרתא נישט נאר וואס זיי האבן נישט מוחה געווען, נאר זיי האבן אפילו נישט יוצא געווען כדי חובת מחאה. דאס קען מען פארענטפערן גאר פשוט, היות רוב מנין ובנין פון כלל ישראל די שומרי תורה ומצוות, זענען ערגער ווי די גויים, וויבאלד די גויים זענען מקיים די מצווה פון עשיו שונא ליעקב לשמה אן קיין פניות אדער מחשבות זרות, נאר פשוטו כמשמעו, ממילא לויט דעם קומט אויס פארקערט, ממעג זיך פארלאזן נאר אויפן גוי, אויפן איד חס מלהזכיר.
בכלל איז דא דא נאך א שאלה, היות א גוי איז נחשד אויף עריות, צי קען מען אים אויסהערן ווען ער קומט מוחה זיין קעגן שמוץ ווען ער קען קוים לייענען וואס שטייט אויפן טאוול וואס ער האלט אין די הענט, נאר איינער האט אים דאס געגעבן אין די הענט אריין ער זאל דאס האלטן פאר א אפאר דאלער.

לזכותם ייאמר אז יעדעס מאל סאכדעס וועט וועלן מאכן א הפגנה אין מאנהעטן, אזוי ווי אין די פארגאנגענע ווינטער, וועט מען מער נישט צאמרופן אלע בחורים אין די ישיבות, וואס זען זיך ליידער צאם כלערליי מראות אסורות. מוועט אויפשטעלן א פאנד ספעציעל פארדעם, וואס וועט זיך רופן קרן הפגנת אחינו ההיספנים במקומינו. זיי וועלן זיך מטמא זיין פאר אונז, צי פארנט פון די איזרעאלי קאנסול, אדער ביי אקופיר וואל סטריט וואס דארט איז די צענטער פאר פראטעסטן קעגן די מיליטער. יעצט וועלן די אמעריקאנע קענען ביטן די עצרת מיליאן, סאכדעס וועט צאלן פאר פינעף מיליאן מעקסיקאנע צו מוחה זיין קעגן גזירת גיוס בני הישיבות.