☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איך בין נישט יואב, פעריאד

איך בין נישט יואב, פעריאד

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6537

כוכב » פרייטאג מאי 30, 2014 1:39 pm

· #203630
איך בין נישט יואב, פעריאד
גייט נישט דורך א טאג וואס מ'זאל מיך נישט פארהאלטן אין אישי צי כבין יואב צו נישט און פארוואס כהאב אפגעלאזט מיין יואב ניק.
קודם כל איך בין נישט יואב און פליז קריכטס אראפ פון מיר, כזע אפילו נישט די הוה מינה, יואב איז מתוק מדבש א געשמאקע שרייבער ממש טאפ קוואליטי און איך בין סתם א זויעריר כוכב.
כקען נישט אזוי די ווערטשאפט אויב יעדער האט צען ניקס און מלייקט זיך אליין און אויב מטוישט ניקס יעדע שטיק צייט אבער כוויל קלאר מאכן כבין נישט יואב.
כבין גאנץ ניי געליינט דא און דארט אמאל לעצטנס האב איך אינטערנעט בקביעות און דעטס אבאוט איט.
עליכם השלום.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 30, 2014 1:51 pm

· #203634
איך האלט אז @יואב איז יא א כוכב.

מאטי » פרייטאג מאי 30, 2014 2:12 pm

· #203641
קוק אהער... "מאטי" מיינט קיינער נישט אז דו ביסט. נו קענסטו דיך קלאפן אין די פלייצע.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 30, 2014 2:34 pm

· #203645
אינטערעסאנט, די סעקונדע האסט געעפענט די אשכול, האט מען דיר אפגעלאזט און א מבול פון אישי'ס טענה'נען יעצט אז איך בין גאר יואב. פליז זאג אז דו ביסט יא, איך האלט נישט אויס די קאמפלימענטען.

כוכב » פרייטאג מאי 30, 2014 2:37 pm

· #203647
האלט דיך נישט אזוי קליין מאטי ביזט נישט אזוי גרויס...
מאטי איך האב זייער הנאה פון אייך.

פישלע העררינג » פרייטאג מאי 30, 2014 4:30 pm

· #203666
אינטרעסאנט, ואני בתומי הלכתי אז כוכב איז מאראנצןזאפט, ויואב מאן דכר שמיה.

כוכב » פרייטאג מאי 30, 2014 4:32 pm

· #203667
סמיר גוט, ס ווערט בעסער און בעסער.
כבעט ענק לאטסמעך מנוחה כבין אן אומשןלדיגע בירגער.

פישלע העררינג » פרייטאג מאי 30, 2014 4:51 pm

· #203670
כוכב
סמיר גוט, ס ווערט בעסער און בעסער.
כבעט ענק לאטסמעך מנוחה כבין אן אומשןלדיגע בירגער.

מה יואב שם בן ד' אותיות כך כוכב שם בן ד' אותיות. ומה יואב שר צבא כך כוכב צבא השמים.

דריידל » פרייטאג מאי 30, 2014 5:18 pm

· #203674
רויטע וואנצעס
אינטערעסאנט, די סעקונדע האסט געעפענט די אשכול, האט מען דיר אפגעלאזט און א מבול פון אישי'ס טענה'נען יעצט אז איך בין גאר יואב. פליז זאג אז דו ביסט יא, איך האלט נישט אויס די קאמפלימענטען.


איך האב געמיינט אז די ביסט גאר כוכב און כוכב איז יואב. יעצט ווילסטי מיר זאגן אז יואב איז יואב און כוכב איז כוכב? ווען כוכב איז יואב און יואב איז רויטע, החרשתי. אבער צו זאגן אז מאטי איז כוכב און רויטע איז יואב, מאן דכר שמיה? (סארי איך האב פארלוירן טרעק און פארפארן)

איך מיין מ'זאל צוריקגיין צום שורש און זאל יעדער צוריק נעמען זיין אייגענעם ניק ווייל מיין קאפ דרייט זיך פון האלטן אזויפיל חשבונות.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 30, 2014 6:07 pm

· #203688
פישל'ע העררינג
כוכב
סמיר גוט, ס ווערט בעסער און בעסער.
כבעט ענק לאטסמעך מנוחה כבין אן אומשןלדיגע בירגער.

מה יואב שם בן ד' אותיות כך כוכב שם בן ד' אותיות. ומה יואב שר צבא כך כוכב צבא השמים.

וזהו אע"פ שאין ראי' לדבר, זכר לדבר...

אויס מענטש » מאנטאג יוני 2, 2014 11:34 pm

· #204359
למשל מיר איז געווען שווער צו פארדייען אז פישעלע הערינג איז דער פינטעלע איד. אבער זהו זה נישט וואס צו טוהן נאר ליידן און שווייגן משנה שם משנה מזל